להוי ידוע,
אין דער שופרא של יהדות הזלונים - דער צייטונג "דער איד" - איז אין די לעצטע פאר יאר,
חדשים פאר און נאך פסח דא יעדע וואך א גאנצע ביילאגע (צווישן 16-20 עמודים) וואס האקט און שרייט קעגן די אריזונה ווייץ, וואך איין וואך אויס, מיט כלערעליי איסורים וחרמות, יעדעס יאר ווערט די פראבלעם ערגער און ערגער מיט פרישע איסורים אזש אז די יאר זענען זיי געקומען צו די מסקנא ס'גרעניצט זיך מיט כפירה און אמונת צדיקים,
ווידער און די לעצטע 2 יאר, אין דער בלאט, ווייסעך נישט צו דער טעמע איז ארויפגעברענגט געווארן מער ווי 2 מאל ברמיזא, און אויף א קאמישער אופן, סאטמאר רבי האט זיך מיטאמאל געקימערט צו רעדן דערפין די לעצטע 2 יאר,
יעצט זאג דו מיר ווער שרייט און ווער לאכט א גוטס,
יעצט בנוגע די פארפעטעטע וואסער און בראדוויי בייקערי, וויל איך זאגן פאר מיינע ברודער אנשי מהרז"ל:
יאכלו ענווים וישבעו!
לשיטתינו - אי משום הא - קענט איר עסן די מצות מיט א רואיג געוויסן, כלל ישרא' מאז הית לגוי, האט קיינמאל חוקר געווען אין לברעטאריעס מיט מאדערענע צייענטיפישע חקירות צו מאכלים האט אין זיך א בליעת איסור, מיר זענען ציפרידן מיט די פרימיטיווע אויסגעטרעטענע דרכים, צאי לך בעקבי הצאן, פון "כבולעו כך פולטו", "נותן טעם לפגם", "מין במינו" "יבש ביבש" "לח בלח" וכדומה וכדומה,
אבער לשיטתכם איז א איסור החלט צו עסן די בראדוויי מצות סיי פסח און סיי א גאנץ יאר,
פארוואס,
א וויכטיגע הקדמה:
תוס זאגט אין ערבי פסחים (דענק נישט פונקטליך ווי) איבער דעם וואס די גמרא זאגט אז מ'דארף איינטינקען די מרור און חרוסת צוליב די שעדליכקייט פון "קפא", זאגט דער רבינו חננא' אז דער "קפא" איז א געוויסער ווארעם וואס זיצט אין די מרור און דאס קען זיין א סם, שרייט תוס' געוואלד, פארגעס פון סם, אויב דער קפא איז א ווארעם נו איז דאך דא דער פראבלעם פון עסן א שרץ טמא, ענטפערט תוס אז אינה"נ מ'דארף עס טאקע בודק זיין, נו פרעגט תוס' אויב מ'איז עס בודק צו וואס ברויך מען נאך די חרוסת, ענטפערט תוס' אז נאכן בודק זיין קען זיך נאך אלס מאכן אז דער קפא בלייבט שטעקן באופן וואס לגבי מאכלות אסרות איז עס מותר, אבער לגבי סכנה איז "חמירא סכנתא מאיסורא"
פרעגן אלע א קושיא חמירא, אויב איז למעשה דא א מציאות בעולם אז עס ליגט דער שעדליכער קפא, וואס קען ברענגען לידי סכנה, מיינט דאך דאס אז דער שרץ איז במציאות דא, אנדערש איז דאך עס נישט קיין סכנה, נו וויזוי איז דאס אז מ'מעג דאס עסן לגבי שרצים טמאים, איז דער שרץ טמא דא אדער נישט, דאס איז דאך א דבר התלוי במציאות,
דער הסבר איז זייער פשוט, וואס די מפרשים כולם כאחד זענען מסביר, (געבויט אויף א חינוך דאכצעך) אז אלע מאכלי אסורים ווי חלב דם שקצים ורמשים, דאס זענען "רוחניות'דיגע" איסורים, ואין אתנו יודע פארוואס פונקטליך דאס איז שעדליך, אבער די תורה זאגט "לא תאכל" מיינט דאס אז דאס איז שעדליך פאר אונז ברוחניות, איז היות מיר פארשטייען נישט די שורש פון די איסור, דארפן מיר נאכפאלגן פונקטליך וויזוי די תורה הק' זאגט אונז בלי חכמות, און אויב די תורה זאגט אז אויף א געוויסער אופן איז עס כשר איז אפי' מיט די גשמיות'דיגע אויגן קוקט אויס ווי דער איסור איז נאך דא בעין, עכ"ז איז עס לגמרי נישט מעלה ומוריד, ווייל מיר פארשטייען דאך סיי ווי נישט וואס פונקטליך איז דער פראבלעם
א קלאסישע ביישפיל איז דם, מיר ווייסן אז זאלצן פלייש אויף א האלבע שעה, ציעט ארויס די בלוט פון די דיקסטע שטיקל פלייש, איי מזעהט דאך מיט די אויגן ווי עס פליסט נאך ארויס א רויטע ליחות, זאגן חז"ל אז דאס איז "מוהל", א זאפט אבער נישט קיין בלוט, איי שיק עס צו לעבערטאריעס וועלן זיי באשטעטיגן אז עס מלא וגדוש מיט בלוט און א מענטש וואס איז אלערדשיק צו בלוט וועט תיכף שטארבן, עכ"ז דאס איז נישט אונזער דאגה, אזוי לאנג מיר טוען וואס דער תורה הייסט קענען מיר זיין זיכער אז דער בלוט וואס די תורה האט א פראבלעם מיט, אט דער בלוט איז שוין נישטא מכל וכל
משא"כ ווען עס קומט צו עניני "סכנה", דאס איז א "גשמיות'דיגער" פראבלעם אז דער מאכל קען שאטן פארן בריות הגוף ממילא איז אלעס תלוי אין דעם מציאות הדבר, צו דער מאכל שאדט בגשמיות פארן מענטש צו נישט, איז כל זמן ס'איז דא אפי' א חשש רחוק מאוד אז דער מאכל איז א סכנה פארן מעטש דארף מען אלס חושש זיין דערויף,
לפענ"ד איז דאס א יסודות'דיגע רעיון וואס גרעניצט זיך ממש מיט עקרי דת תורתינו הק', ווייל אויב הייבט מען אן מיט חכמות און קונצן און מ'ווענד זיך צו די מאדערענע טעכנאלאגיע צו מברר זיין עניני איסור והיתר, נעמט מען ממש דעם גאנצן יורה דעה און מ'ווארפט עס אין אשפה אריין רח"ל, וכפי לשונו פון הג' רב"צ וואזנער: "תורה תורה חוגרי שק" מיט אזא שיטה קען מען זיך אנשליסן מיט די רעפארמער, דאס איז דאך ממש זייער יסוד צו רעפארמירן (איבערמאכן) די תוה"ק לויט די מאדערנע גויאישע השגות רח"ל
ליידער ווייס מיר אז די מתנגדי חיטי אריזונה (לייען מתנגדי הרב אהרן טב) האבן ליידער אדאפטירט דעם תורה חדשה וואס אויסער זייער פארדארבענע מהלך פון זיך ווענדן צו די מאדערנע טעכנאלאגיע צו פסקנ'ן עניני איסור והיתר, האבן זיי מחדש געווען שפוגעל נייע חששות ואיסורים שלא ידעו ולא יבנו אבותינו ורבותינו מעולם, דהיינו, צו חוקר זיין די וואסערן וואס מ'איז משקה די שדות לגבי מצות שמירות משעת קצירה, א נייער געבוירענער רעיון פון שמירה משעת "זריעה" "וחנטה", (איך רעד נישט פון די וואסער וואס מ'קנעט אריין און די טייג אויף דעם געפין מיר שוין אין חז"ל אז עס ברויך א שמירה ווי למשל מים שלנו וכדומה), מיט דעם דערקלערן זיי אז זיי זענען קלוגער ווי אונזערע רבי'ס, קלוגער ווי די ראשונים כמלאכים, קלוגער ווי דער שו"ע ונושאי כליו, נעמליך אז זיי האבן ערפינדען א נייער חשש וואס דער אלטער פרימיטיווער וועג האט נישט באמערקט עפ"ל,
ולא עוד, זענען זיי נאך מוסיף חטא על פשע און זיי נעמען די אלע חששות וואס מ'געפין מיר "יא" און חז"ל, מ'געפין מיר "יא" און די ראשונים, געפין מיר "יא" און די פוסקים אשר מפיהם אנו חיים, דהיינו דער פראבלעם פון מוצמחות ומבוקעות, וואס עס שטייט קלאר בלי שום חולק כלל אז דאס איז א גרויסע פראבלעם לגבי מצות שמירות, און זענען דאס מדחה ומבטל מפני החששות הטכנולוגיע,
עד היכן יגענו?
לענינינו,
לפי שיטתכם העקום והשקר, אז משגיחין ב'לעברעטאיריעס, לגבי איסור והיתר, און מ'דארף חוקר זיין אפי' די וואסערן וואס מ'איז משקה די שדות, עאחכו"כ די מים לאפית המצות, דארף מען דאך זיכער חושש זיין לגבי סכנה ווייל חמירא סכנתא מאיסורא כנ"ל, איז אויסער די פראבלעם פון די זאלץ-קלארייד איז דאך עס זיכער א פראבלעם פון ונשמרתם מאוד לנפשתיכם, ממילא אתמהה! איר וואלט געדארפט זיין די ערשטע צו מבער זיין די מצות,
פארשטייט זיך כל הנ"ל איז נאר "לשיטתכם" ולשבר את האוזן, ולפום ריהטא אין כאן לא איסור ולא סכנה,
(אויך כל הנ"ל איז אויב מ'זאל מיר אנעמען (for argument sake) אז די בראדוויי מצות האט נישט קיין פראבלעם פון מצומחת ומבוקעות, און מצה גזולה וואס האט יא מקורות בחז"ל שו"ע ורמב"ם, אבער אין מקומו כאן)
ויה"ר שילמדו תועים ותוהי"ם בינה,