ר' משה דוד כ"ץ, פון נטורונא, וועלכער האט די לעצטע יאר געשפירט אז ער מיט זיין ארגאניזאציע זענען אומרעלעוואנט (אויסער וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג, ווען זיינע רעקלאמעס און אזעלכע סענסיטיווע ענינים האט נישט קיין שום אויפזיכט פון קיין שום מורה הוראה, און ער מאכט אלעס אויף זיין אייגענען אחריות) האט ער באשלאסן אונטערצונעמען א קאמפיין פון ניתוחי מתים טעלעפאן קאל'ס, אז יעדער זאל אנקאלן די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז זיי זאלן צוריק געבן און ברענגען לקבורה די בארויבטע טיילן און אברים פון 8.500 קערפער'ס.
נאך ווען די "כנסת המינים" האט זיי מחייב געווען דאס צו טאן, און זיי האבן עס געמוזט טאן לויט די פארלאנג פון די "ועדת חוק ומשפט" פונעם "כנסת", האט משה דוד כ"ץ, אנגעהויבן מיט זיין קאמפיין, איינרעדן פאר זיינע געלט געבער'ס אז ער איז און די ליין פון עסקנות פאר כבוד שמים, און פאר אונז קעלבעלעך האט ער איינגערעדט אז נאר וועגן זיין קאמפיין גייט מען צוריק געבן די ביינער, מ'קען מיינען אז דער טרויעריגער רשע יהודה היס דער מנהל פונעם "אבו כביר" אינסטיטוט האט זיך שטארק געשראקן פונעם שארפן בריוו וואס עמרם כהן מיט הירצקא צוויבל האט עם געשיקט אין פעקס.
די אהרונים האבן שוין געוויסט צו אנצייכענען, אז די באשלוס פון די "אבו כביר" אינסטיטוט צוריק צו געבן אלע טויזענטער אברים איז א א רעזולטאט, וואס די מערכה איז נישט געפירט געווארן דורך די "סיקריקים" פון ירושלים און פון ניו-יארק, און דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס עס האט מצליח געווען אין די לעצטע יארן.
היינט איז געמאלדן געווארן פון די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז פון יעדן קערפער טייל, וואס זיי גייען צוריק געבן, גייען זיי איבערלאזן פאר זיך א שטיקל (אזוי גרויס ווי א כזית), ווייל עס האט זיי איינער גע'פסק'נט אז פחות מכזית דארף נישט קיין קבורה.
העדה החרדית מיט נאך גדולי ישראל גייען ארויס די קומענדיגע טעג מיט א שארפע בריוו דערגעגן
ר' משה דוד, ביטע, בעט מ'זאל ווייטער אנהייבן מיט די טעלעפאן קאל'ס, ווייל עס איז פחדים, אנדערש וועט בן ציון לאוב, נישט קענען שרייען אז דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס האט געהאט הצלחה.