באמבע: מאיר הירש באשטעלט א.ג. "טריפה" טשיקענס פון פענסעלוועניע פלענט!
נעכטן איז דער בלאט ארויסגעקומען מיט אן היסטערישן אויפרייס אז א געוויסער פלענט אין פענסעלוועניע שעכט טריפה'נע צומות הגידין טשיקענס.
מיר דארפן קיינעם נישט מסביר זיין וואס דער אטאקע מיינט. מיר פארמאגן ב"ה נישט קיין אהרונישע קורצקעפיגע מוחות מיט קאצן זכרונות, מיר געדענקן זייער גוט ביי וועלכע בית השחיטה מ'האט געכאפט רעד הענדעד שעכטן צומות הגידין טשיקענס. און דאס איז טאקע נישט אין קיין צווייט פלאץ וואו די "בית השחיטה המהודרת". דעריבער זענען די אהרונים ביזי ריינצואוואשן דעם סקאנדאל פון דעמאלס, וואס איז נאך אגב קיינמאל נישט פארראכטן געווארן כדבעי, ווייל זיי נעמען נאך אלץ פון די שוואכערע סארט טשיקענס פון די "מאריס" פארעם.
אזוי אויך פלאגן זיי זיך מיט נאך א רייע סקאנדאלן די לעצטע שטיק צייט. דער קלימאקס איז געווען דאס אויפזאגן דעם ענערגישן פירער פונעם בית השחיטה, יואל ווייס, וועלכע האט געפירט דעם שלאכט הויז ביד רמה, און אים ערזעצט מיט א קרוב משפחה פונעם בעל הבית וד"ל. און כדי דאס אלעס צו פארדעקן נעמט מען ארויס דעם טיפישן ארוני טריק און מ'הייבט אן באשמוצן אז ס'טויז נישט "ביי יענעם".
דער שלייער פון די שקרים וואס זענען ערשינען נעכטן אין בלאט האבן געטראסקעט נאך איידער וואס און ווען, ווען מיטוואך נאכט, גייענדיג צום דרוק ווי דער בלאט רופט עס, האט זיך מאיר הירש געמאנגלט אין לעבעדיגע טשיקענס פאר זיין בית השחיטה, האט ער אנגערופן נישט קיין צווייטן ווי דעם פלענט אין פענסילוועניע וואס איז פארפעסטעט מיט צומות הגידין לשיטת שמואל ווידער, און געבעטן זיי זאלן אים אריבערשיקן א שימפמענט פון לעבעדיגע טשיקענס.
עס איז צום האפן אז דער בלאט וועט מאכן א איבערקערעניש וועגן דעם סקאנדאל אז מ'האט געשחט'ן צומות הגידין טשיקענס נעכטן אין בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, און פארלאנגן פון אלע אהרונים אז זיי זאלן דאס אוועקשליידערן אין גארבידזש.