היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » העד ליין רבי, כשמי כן הוא

העד ליין רבי, כשמי כן הוא

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2951425

העדלייןרבי » 28/3/2012 23:39

א קליין חלק אויף דערווייל און אלס איז נאר פון בחדרי חרדים, זעלבסט פארשטענדליך אז דורכאויס דעם געוועב געפינען זיך עטליכע מאל אזוי פיהל. אויב וועל איך האבן צייט וועל איך ברענגען פון אנדערע זייטלעך אויך.

האט איינער געזאגט אז ער איז נישט א "וועלט'ס רבי"? קען זיין אבער א "געוועבּ רבי" איז ער זיכער 

כ"א שבט תשע"ב
וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ • 'קבלת פנים' בחתונת סאטמר-ויז'ניץ

כ"ב שבט
האלפים חגגו • האדמו"ר פיזז ב'מצווה טאנץ'

כ"ג שבט תשע"ב
ויהי אחר השלום • כך נרקם מפגש הפיוס בין האדמו"רים

ז' אדר תשע"ב
האדמו"ר מסאטמר מציג: 3 מיליון דולר בחצי שעה

י"ח אדר תשע"ב
הפתעה ב'שבע ברכות' לבחורים בבאבוב: האדמו"ר מסאטמר

י"ח אדר תשע"ב
פורים ארוך בסאטמר • ארבעה ימים של חגיגות • צפו

כ' אדר תשע"ב
טיסה, קבורה, ניחום - והמראה • היום של החתנים

כ"א אדר תשע"ב
נשות סאטמר, התחדשו • הוקם 'בד"ץ הבגדים'

כ"א אדר  תשע"ב
טיסת הגיסים • צפו באדמו"רים מסקווירא וסאטמר


ב' ניסן תשע"ב
בהוראת האדמו"ר: ה'זמן' בישיבות סאטמר - הוארך בשבוע




ג' ניסן תשע"ב
הצלחה מסחררת • הבגדים עם 'תווית שושנה' נחטפו מהמדפים

שמעלקאלע » 29/3/2012 02:34

סיקריק לאנצוט!! און דאס אלעס איז נאר אפאר אינגעלייט וואס מאכן די בילדער און ווידיאס, הא?



תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 29/03/2012 02:35:46

לאנצוט » 29/3/2012 17:34

שמעלקאלע טייערער, איך וועל דיר ענטפערן מיט איין שורה, און ליין עס איבער 3 מאל, ביז עס וועט דיר גוט אריין אין קאפ:

א רבי וועלכער שלאפט דורך 10 יאר, פון אים איז נישטא קיין נייעס. קיינמאל. און ס'וועט נישט זיין.
פון א לעבעדיגן רבי'ן וועלכער שטורמט די וועלט יעדן טאג מיט עפעס אנדערש איז דא נייעס.

יעצט איז אזוי:

קענסט אנרופן אז ר' אהרן איז אן אטענשאן סיקער.
קענסט זאגן אז ער ליידט אויף עספארגערס סינדראם
קענסט זאגן אז ער האט דאון סינדראם
קענסט זאגן אז ער מאכט זיך משוגע.

הרשות בידך.

דער מציאות איז אז ער רוהט נישט. ער איז יעדן טאג ביזי אויפצוטאן, און מאכט רעוואלוציעס איינס גרעסער פון אנדערן און די גאנצע וועלט שפרינגט אים ווי משוגעים. פרעג זיי פארוואס. נישט מיך.

דער רבי אהרן האט איינגעפירט מצות מהודרים. דורך דעם יונגערמאן הרב כייעם וועלכער איז געווען דער ממציא.
דער רבי אהרן האט איינגעפירט חתונה תקנות וואס די גאנצע וועלט מאכט נאך.
דער רבי אהרן האט איינגעפירט שחיטה מהודרת פאר עופות און פאר גסות וואס איז דאהי אין אמעריקע קיינמאל נישט געווען פריער.
דער רבי אהרן האט איינגעפירט כשר'ע מלבושים פאר פרויען, נישט נאר געזאגט "לא טוב".

איך אנטשולדיג זיך אויב די זאכן שאפן דיר עגמת נפש, אבער דו האסט מיך אינווייטעד איך זאל דיר ענטפערן, ע"כ בעט איך מחילה פאר דעם צער וואס איך בין א שטיקל גורם.



zibala » 29/3/2012 21:02



די ברודער כ"ק אדמו"ר שליט"א מאכט נישט קיין העדליינס, ווייל ער איז פשוט א נארמאלער מענטש, רביה"ק האט אויך נישט געמאכט קיין העדליינס, און להבדיל לאנצי מאכט אויך נישט קיין העדליינס

און ברודער מאכט העדליין'ס מיט סקאנדאלען ערשיינט אין יעדע פיקטשער מאגאזין, דער אנדערער ברודער בויעט בתי מדרשים און הערט נישט אויף צו פארגרעסערן זיין ישיבה יערליך, און פירט זיין קהילה על מי מנוחות.


תוקן על ידי המהדרין ב- 16/04/2012 22:00:44

לאנצוט » 29/3/2012 21:18

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סאררי די גאנצע ליסט וואס די רעכענסט אויס איז די נניעס וואס געקאווערט אין בלאט און אין הייד פארק, 



הוא הדבר אשר דברתי, איך האב געוואוסט מעיקרא אז עס וועט דיר שאפן עגמת נפש. איך בעט מחילה. אבער לדאבוני מוז איך דיר זאגן אז איך גלויב עכט דערין אז א רבי וואס שלאפט דורך צען יאר, איז נישט אין די נייעס, איך גלייב אז עס איז א מציאות.

אגב...
האב איך פאר דיר גאנץ אינטרעסאנטע נייעס וואס איך זעה אז דו ביסט נישט אזוי באקאנט דערין:
דער אלטער רבי דער הייליגער דברי יואל זי"ע האט אויך געמאכט כסדר רעוואלוציעס און נייעס אין די אידישע וועלט. צי כשר'ע סאדע, כשר'ע שטרומפ פאר פרויען, ארויסגעקומען קעגן טעלעווזיע, איינגעפירט שיטת רבינו תם, געגרינדעט א שטעטל, אויפגעבויט א קרן הצלה, געהאקט אויף די מדינה הטמאה ועוד ועוד.

עס איז נאר נישט געווען קיין היידפארק וואו עס אויסצולופערטן, אבער איז ער געווען א מאשין מיט פאזיטיווע זאכן, און האט דערויף געמאכט אז אידן שומרי תורה זאלן קענען וואוינען דאהי אין דעם ארץ לא זרועה. נישט נאר געזאגט "לא טוב".

לא טוב קען יעדע זאגן. טאן צו דער זאך און האבן סייעתא דשמיא קענען זעהר ווינציג. זעירין אינון!

שמעלקאלע » 29/3/2012 22:50

רבינו הק' איז נישט געווען שיין באשריבן אין אלע ציוניסטישע צייטונגען, פארקערט ער פלעגט נאכזאגן פון קאלאשיצער רב זי"ע אז טאמער ס'גייט אריבער א טאג און די צייטונגען שרייבן נישט קעגן אים, איז ער מהרהר בתשובה, משא"כ אונזער צדיק'ל ר' אהרן איז באליבט ביי אלע ציוניסטישע צייטונגען (אבער אין העדה איז ער כמעט ווי אויסגעשלאסן, און די ארטיקל איבער זיין באזוך אין א"י יוכיח), מ'רעדט פון אים מיט גרויס בוד אז ער האט געמאכט שלום מיט בעלזא וכו' וכו'......

יעצט סיקריק קום ווייטער און ספענד דיין צייט אויף היידפארק....

 


תוקן על ידי המהדרין ב- 16/04/2012 22:01:57

לאנצוט » 29/3/2012 22:57

שמעלקאלע, איך זעה אז דו ביסט אביסל לימיטיד מיט דיינע היידפארק ברילן. אלזא ביטע הער זיך גוט צו לדברי אלה:

די "העדה" איז א צייטונג א שטייגער ווי דער איד. טראצדעם וואס עס טראגט דעם הייליגן נאמען "העדה".
אנגעפילט מיט שטותים און פאליטיק. עס האט מיט די תורה און מיט אידישקייט אדער קנאות גענוי ווי דער איד און דער בלאט האבן. איך אנטשולדיג זיך אויב איך האב דיר צעשטערט דעם שבת מיט'ן פסח. אבער דאס איז דער אמת, העדה איז א צייטונג געפירט דורך פאליטיקאנטן. פינטעלע.

דער רעדאקטאר פון די "העדה" איז נישט קיין דיין, נישט קיין מו"ץ, און אויך נישט קיין תלמיד חכם. נישט מער ווי א א היידפארק שרייבערל איז דער ארויסגעבער פון די הייליגע "העדה".

אויסערדעם לאמיר נישט פארקריכן, מ'האט דא גערעדט פארוואס מ'איז אין די נייעס. נישט קיין אינטערשיד אין וועלכע. איינער וועלכער שלאפט דורך 10 יאר, איז נישט אין די נייעס, משא"כ דער וועלכער איז אקטיוו שלש פעמים ביום דער מאכט נייעס.

דאס זיין אין די נייעס איז א רעזולטאט, נישט קיין מיטל. אן אקטיווער מענטש איז אין די נייעס, אן אומבאקטיווער איז פארקערט.

שמעלקאלע » 29/3/2012 23:06

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעלקאלע, איך זעה אז דו ביסט אביסל לימיטיד מיט דיינע היידפארק ברילן. אלזא ביטע הער זיך גוט צו לדברי אלה:

די "העדה" איז א צייטונג א שטייגער ווי דער איד. טראצדעם וואס עס טראגט דעם הייליגן נאמען "העדה".
אנגעפילט מיט שטותים און פאליטיק. עס האט מיט די תורה און מיט אידישקייט אדער קנאות גענוי ווי דער איד און דער בלאט האבן. איך אנטשולדיג זיך אויב איך האב דיר צעשטערט דעם שבת מיט'ן פסח. אבער דאס איז דער אמת, העדה איז א צייטונג געפירט דורך פאליטיקאנטן. פינטעלע.

דער רעדאקטאר פון די "העדה" איז נישט קיין דיין, נישט קיין מו"ץ, און אויך נישט קיין תלמיד חכם. נישט מער ווי א א היידפארק שרייבערל איז דער ארויסגעבער פון די הייליגע "העדה".



משא"כ די אלע וועבזייטלעך זענען גרויסע תלמידי חכמים און מוצי"ם וועלכע אנקערנען אהרן טייטלבוים'ס גדלות, דו שוטה איינער.

לאמיר דיר זאגן אייך זאך, א וועבזייטל דארף עפ"י רוב האבן בילדער פון רבי'ס און פון זייערע טישן אד"ג, יעצט איז אזוי א חסידות וואס שטעלט אהער שיינע בילדער און שיינע ווידיאס א שטייגער ווי בעלזא, סקווירא, וויזניץ און לדאבונינו איינער וואס רופט זיך סאטמאר, אזא איינער האט א פנים אין די אלע פלעצער, ווייל מ'קען מאכן געלט פון זייערע בילדער וכו', משא"כ די א חסידות וואס פירט זיך אויפן שטייגער ווי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און נאך גרויסע מנהיגי ישראל, זענען נישט יעדן טאג אויפן העדליינ'ס, נישט ווייל זיי זענען חלילה קלענער ווי די אלע אויבערדערמאנטע, נאר אדרבה ווייל זיי זענען טויזענעט מאל מער ערליכער, און ליגן מער און תורה און עבודה, נישט קיין פראפעגאנדע, אפי' ווען אפאר אינגעלייט ווילן ס'זאל זיין בילדער לאזן זיי עס נישט צו, ווייל כך הוא דרכו של תורה, און דאס האט אונז רבינו הק' געלערנט, און דאס איז ב"ה רבינו שליט"א ממשיך ביתר שאת ויתר עז, שקר החן והבל היופי, די אלע בילדער איז סתם הבלים..

אז דו פארשטייסט נישט ביזטו פטור...



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/04/2012 22:03:30

לאנצוט » 29/3/2012 23:40

ווען איך זאל זעהן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט נישט קיין 15 טוויטער אקאונטס החרשתי.
ווען איך זאל זעהן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט נישט קיין וועב זייטל מיט נייעס און בילדער אויפן אינטערנעט, החרשתי.
ווען איך זאל זעהן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א איז "באמת" קעגן בילדער און ווידיא'ס נישט נאר געזאגט, החרשתי.

למעשה איז אלעס היידפארק פראפעגאנדע אז ער איז באמת יא קעגן פראפעגאנדע. און דאס איז אלעס אונטער דעם נאמען פון "להחזיר עטרה ליושנה".


יעצט ביטע זינג הויך שקר החן והבל היופי, און להחזיר עטרה ליושנה. מאכסט מיך באמת לאכן.



תוקן על ידי המהדרין ב- 16/04/2012 22:04:09

נפל » 1/4/2012 08:13

א פרישע העד ליין און יעצט איז קלאר אז אלע רביס שלאפן נאר ר' אהרן איז אויף און באקט מצות...
לחם עוני • צפו: האדמו"ר מסאטמר טחן ואפה http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39605

שמעלקאלע » 1/4/2012 15:02

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען איך זאל זעהן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט נישט קיין 15 טוויטער אקאונטס החרשתי.
ווען איך זאל זעהן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט נישט קיין וועב זייטל מיט נייעס און בילדער אויפן אינטערנעט, החרשתי.
פשעווארסק און וויזניץ מאנסי האבן אויך טוויטער אקאונטס וצא ובדוק, נישט ווייל מ'מעג עס האבן און דאס איז יא כשר, נאר ווייל דאס איז זעהר שווער נאכצוגיין ווער ס'פירט עס, און חוץ מזה איז איבעראל דא אינגעלייט וואס האבן ליב די זאכן איז דעריבער נישט קיין שום ראי', און יעצט לגבי בילדער האב איך דיר שוין פריער געשריבן, ביי ענק איז דא בילדער פון יעדן מנחה מעריב און פון יעדע דריי מיטן נאז איז דא בילדער און קליפ'ס, ווייל דאס איז בפקודת רבינו הכלב אהרן, און דעריבער לייגן עס די וועבזייטלעך אריין, משא"כ ביי די אלע אויבערדערמאנטע רביים איז נישט דא "כמעט" קיין בילדער, ווייל די אלע בילדער און קליפס איז נגד רצונם, (יעצט קום ווייטער ספינען און זאגן אז ר' זלמן לייב טוט עס נאר ווייל.....לאנצוט דארף דאך האבן וואס צו ענטפערן)


תוקן על ידי המהדרין ב- 16/04/2012 22:04:51

הנגיד_רבי » 3/4/2012 21:50

בושות!

די גאנצע דעבאַטע דא ווערט פארענטפערט, מיט די נייעס אז מ'האט געכאפט "בחדרי" בלעקמעילען.

דהיינו זיי האבן גענימען געלט וועם צו באשרייבן שיין, און וועם צו באריכטן אדער ווארפן 'אינטערן קארפעט' נעגעטיווע באריכטן!
דאס איז די תי' פארוואס רעבארן איז דארט יעדן טאג.
זאל דער אייבישטער העלפן אז קיינער פון זיינע מענטן אדער פון אהרנ'ס מענטשן זאלן נישט גיין זיצן פארדעם.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2952313

הנגיד_רבי » 3/4/2012 21:51

לאנצוט » 3/4/2012 22:13

הנגיד-רבי.

איך זעה אז דו פארשטייסט נישט וואס אין די נייעס שטייט:

וויפיל איך פארשטיי ווערט בח"ח באשולדיגט אין "עקסטארשען". דאס הייסט זיי האבן ארויסגעפרעסט געלט, און געסטראשעט אז אויב מ'וועט זיי נישט באצאלן רבבות, וועלן זיי געפערליך באשמוצן.

לויט דיין שרעקליכע אויפדעקונג קומט אויס אז זיי האבן געסטראשעט ר' אהרנ'ס מענטשן אז זיי וועלן באשמוצן ר' אהרנ'ן געפערליך.... אויב אזוי, וועלן נישט ר' אהרנ'ס מענטשן זיצן אין תפיסה מיין איך, נאר בח"ח.

איך טראכט נאר, וואס קען שוין בח"ח מער באשמוצן ווי די גרויסע שרייבערס דא אין די אידישע געדאנק פארום?

הנגיד_רבי » 4/4/2012 00:56

דאס גייט אינאיינעם. די וואס זענען אין די ליין פון נעמען געלט פאר נייעס גייט עס אין ביידע וועגן

''ימין מקרב ושמאל דוחה....''

פרעג דיך נאך ביי די היימישע בילדער אויסגאבעס ווי נידריג ס'גייט.
מ'נעמט געלט וויאזוי צו רופן די רבי לדו' צו ער זאל הייסן בעלז-מאחנובקא וד"ל
און דאן צו מ'זאל אים לייגן אויפ'ן פראנט פעידזש און וויפיל בילדער, און דאס ווערט אלעס באצאלט פון די רבי'ס פריוואטע אקקאונטס, וואט א דזשאוק!

נפל » 4/4/2012 04:43

בחדרי שרייבט קלאר אז זיי באשרייבן פאר געלט און זיי העלפן מאכן פי אר אין די פורומ'ס אויך פאר געלט. געזעצליך איז דאס קיין שום עוולה, נאר ס'צייגט ווי וויכטיג די אהרוינים דארפן די העדליינס און זענען גרייט צו צאלן געלט דערפאר.

לאנצוט » 4/4/2012 20:39

נפל.
איך זעה עס פינקט קאפויער.

כ"ק אדמו"ר מהר"א "מאכט נייעס". ער ווארט נישט אויף קיין טובות פון בח"ח. און וועט אוודאי נישט צאלן פאר זיי, ווייל ער איז א מאשין פון נייעס.

משא"כ דער יונגערער ברודער וועלכער משום איזה סיבה שהוא האט נאכנישט געטאן קיין איין סאליד אקט, וואס זאל אים ברענגען א העד-ליין, מוז ער צאלן פאר אז מ'זאל אים באשרייבן.

אזוי זעט א מענטש מיט א גלייכן קאפ.

איך וועל דיר עס איבערצייגן:

כ"א כסלו תשע"ב - ביידע רבי'ס האבן געהאט "פול געפאקטע" ארמארי געביידעס.
אין ביידע האט מען געטאנצן ביזן הימל. ביי ביידע האבן די רבי'ס גערעדט דרשות, קנאות און נאך זאכן.

למעשה האט נאר איין דרשה באקומען קאווערידזש אין די גאנצע וועלט --- די אנדערע דרשה איז געבליבן שלאפן און איז געדעקט געווארן נאר אין דער איד.

פארוואס ווייס איך נישט און עס אינטרעסירט מיר נישט, אבער עס צייגט איבער וואס איך האב דיר יעצט געשריבן:
פאר דעם עלטערן ברידער פירט מען פון אויבן אז עס זאל זיין "דבריו נשמעים" און ער לייגט צו א פלייצע דערצו. ער שמייסט, ער ארבעט, ער שטויסט און באכעט זיין עולם און עס דערגרייכט אינדרויסן אויך. דער רבי וועלכער שלאפט, פירט מען פון אויבן אז אלעס שלאפט שיין, רואיג. טראנקוויל.

שאאאא.. וועק נישט אויף!
דא שלאפט מען!

נפל » 6/4/2012 16:38

לאנצוט, ר' אהרן מאכט נייעס... איך און די גייען אויך באקן מצות. עדווערטייזד אויף בחדרי זענען געווען בלויז ר' שראל דער נייער וויזניצער רבי (פארשטענדליך אז יעצט איז נישט קיין חידוש אז ער איז אין די נייעס) דער צווייטער איז... פרעמעשלאנע רבי... און דער דריטער איז דיין רבי... ווייל נאר ער "מאכט נייעס"... ער באקט מצות wow

נפל » 6/4/2012 22:27

הוספה: געוואלדיג לאנצעס! קודם איז די תירוץ אז אלע רביס שלאפן און נאר דיין רבי איז אויף און ווען די כאפסט זיך אז די האסט גערעדט ווי א נאר ווייל נישט נאר דיין רבי באקט מצות און נישט נאר דיין רבי רעדט קנאות איז די תירוץ אויף די איטענשאן הינגער: "ס'איז העכער'ס... מן השמים... שוטה וואס די ביסט

נפל » 9/4/2012 12:19

א' דחוה"מ פסח תשע"ב אדמו"ר, ראש ישיבה ומרא דאתרא • סדר יומו של האדמו"ר מסאטמר http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=33111 דאס איז שוין געווען אין עמי דורך "פרענקפוטער" אדער אין משפחה (קען זיין אין ביידע) ס'איז ריסייקעלד

לאנצוט » 9/4/2012 19:50

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הוספה: געוואלדיג לאנצעס! קודם איז די תירוץ אז אלע רביס שלאפן און נאר דיין רבי איז אויף און ווען די כאפסט זיך אז די האסט גערעדט ווי א נאר ווייל נישט נאר דיין רבי באקט מצות און נישט נאר דיין רבי רעדט קנאות איז די תירוץ אויף די איטענשאן הינגער: "ס'איז העכער'ס... מן השמים... שוטה וואס די ביסט
 

יעדער מענטש אויף דער וועלט זעט יעדן טאג אז ר' אהרן ארבעט אריין אין זיין ציבור אין אלע תחומים וואס איז נאר שייך, און דאס האט אן אפעקט אויף די קרייזן וועלכע זענען נישט סאטמאר אויך. מ'קען נישט לייקענען אז ער איז אן ארבטער.

דו קענסט האלטן אז ער טוט עס פאר אטענשאן, אדער פאר שיגעון אדער פאר עספארגערס סינדראם, געזונטערהייט. דער תמצית איז אז ער א מאשין. יעצט איז נאר נארמאל אז א טרייב-קראפט און א אנדרייער באקומט קאווערעדזש, ער מאכט דאך נייעס יעדן טאג.

דאס זיין אין די נייעס איז א תוצאה, (רעזולטאט אין אידיש). איך בין זיכער אז ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל זאל טאן האלב פון ר' אהרן וועט ער אויך ווערן א יש איבעראל, יעדער פארגינט אים. למעשה משום איזה סיבה שלאפט ער א טיפן שלאף. און אנשטאט אויסגעבן דיין כעס אויף דעם שלאפעדיגן רבי'ן, געסטו עס אויס אויף דעם רבי'ן וועלכער ארבעט יא.

איך פארשטיי דיין ווייטאג, אבער איך פארשטיי נישט דיין אויסברוך אויף נישט דעם נישט-ריכטיגן אדרעס.

ביטע ערקלער.

נפל » 10/4/2012 00:13

קוק איבער די נייעסן וועסטו זעהן אז זיי באשטייען ע"פ רוב פון זאכן וואס יעדער פשוטער אינגערמאן טוט. באשריבן איז נאר דיין רבי. שרייבט מיר איינער אין אישי אז ווען נישט ענק זענען מפרסם בילדער ווי ער זיצט ביי א ספר וואלט קיינער נישט געגלייבט אז ער עפענט אמאל א ספר, דעריבער פארשטיי איך שוין די הינגער פאר קעפלעך

לאנצוט » 10/4/2012 00:38

נפל.

קען זיין אז דו ביסט גערעכט אז די ארונימ'ס קאוורעדזש איז מאסיוו. מסכים. די באדעם ליין איז אז ער איז דער איינציגסטער רבי אויף דער וועלט וועלכער איז א ראש ישיבה און א רב, און א משגיח.

קענסט נישט לייקענען אז ער איז אין די ישיבה יעדן טאג.
קענסט נישט לייקענען אז ער לערנט פאר יעדן טאג
קענסט נישט לייקענען אז ער איז יעדע וואך אין בית השחיטה און מאכט תיקונים.
קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פון צייט צו צייט קיין טעקסאס צו די גסות זיך אומקיקן.
קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פערזענליך קיין אריזאנא צום שניט.

TOO BAD אז די ארונים נוצן עס גוט אויס און קעשן איין קעגן דעם שלאפעדיגן ברודער. האסט א ברירה, מאך נאך.

נפל » 10/4/2012 01:39

אויב נאכמאכן איז שוין בעסער נאכצומאכן די ארגינעלע וועמען ענקער רבי מאכט נאך, סקווירא בעלזא וכדו' אבער דאכט זיך אז נישט דאס איז סאטמאר, דעריבער גלייב איך אז איר וועט בלייבן ווי א נער אויפן מארק... אגב איך האב שוין לאנג געהאט א שפיר אז ס'איז אלס נאר איינצוקעשן אויף העד ליינס, שכויעך פארן קלארמאכן

נפל » 10/4/2012 02:06

טו נאר איין טובה זיי מחליט און נעם א גלייכע ליניע: ר' אהרן איז אויף און אלע רבי'ס שלאפן. אלע רביס באקן מצות וכו' און נאר ר' אהרן קומט און אין די העדליינס מיט "העכערע כוחות". ס'איז נישט קיין העכערע כוחות נאר די אהרוינים צאלן קעש... דריי נישט אהין און צוריק ביי יעדן תגובה, הייבסט אן אויסזען ווי א שיכור וואס קען נישט גיין גלייך

לאנצוט » 10/4/2012 02:29

נפל טייערער.
איך האב דיר געזאגט אז ס'איז נישטא נאך איין רבי אויפן כדור העולם וואס איז אקטיוו אין די אלע געביטן:

קענסט נישט לייקענען אז ער איז אין די ישיבה יעדן טאג.
קענסט נישט לייקענען אז ער לערנט פאר יעדן טאג
קענסט נישט לייקענען אז ער איז יעדע וואך אין בית השחיטה און מאכט תיקונים.
קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פון צייט צו צייט קיין טעקסאס צו די גסות זיך אומקיקן.
קענסט נישט לייקענען אז ער פארט פערזענליך קיין אריזאנא צום שניט.


ע"כ איז פארשטענדליך אז דער מענטש מיט אזוי הויכע דאזע ענערגיע לשם ולתורתו, איז אין די נייעס. איי עס שמעקט דיר נישט... דאס איז נישט פון ר' אהרנ'ס אגענדעס אז עס זאל דיר שמעקן.

קענסט אים רואיג פארשילטן. עס קוקט נישט אויס אז ער זאל זיך ערנסט צו טאן מאכן פון דיין שרייבן און בילן אויף היידפארק. ס'קען זיין אז ער דארף זיך  יא צוקראצן, אבער משום איזה סיבה פארט ער ב"ה זייער גוט, טראץ דיין אנטיפאטיע.

ברעקינג » 10/4/2012 03:02

ר' אהרן דארף באקומען דעם נאמען, האדמו"ר מהר"א מבחדרי


תוקן על ידי ברעקינג ב- 10/04/2012 03:02:34

נפל » 10/4/2012 03:36

חוץ אויף הייד פארק, ווי נאך פארט ער גוט?

נפל » 17/4/2012 03:48

כ"ה ניסן תשע"ג = כך חגגו את הפסח בסאטמר www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39890 נאכן זיך לאזן באשרייבן די מצות באקן וואס ווי באקאנט שלאפן אלע רבי'ס און נאר ר' אהרן טוט דאס, דערמאנט מען אונז נאכאמאל אז נאר ר' אהרן שעפט מים שלנו און נאר ער מאכט בדיקת חמץ, אלע שלאפן און נאר ער פארברענט די חמץ וכו'

שמעלקאלע » 17/4/2012 05:13

כ'האב באמת נישט געגלייבט אז לאנצוט איז אזא חמור...

קוק אין די אלע קליפ'ס און בילדער וואס בחדרי לייגט ארויף, העסטו דאך פשוט זעהן אז דאס קומט פון בחצרות סאטמאר, נו, איז וואס ענטפערסטו מיר אז ער איז אין די נייעס ווייל הוידל בוידל, זאג פשוט ענק האבן א גוטן בילדער סיסטעם וואס אין דעם געביט איז טאקע אהרן טייטלבוים אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס (עי' ערך תגובות האחרונות) און שלום על ישראל...

לאנצוט » 17/4/2012 18:16

שמעלקאלע, ביסט גערעכט. די ארונים האבן א גוטע PR, אבער די זאליס האבן דעם זעלבן PR, מיט די זעלבע טוויטער'ס און די זעלבע יו טוב'ס, די זעלבע נייעס פארשפרייטער און מאנעוורירער.

דער איינציגסטער חילוק איז דער רבי ביי די ארונים מאכט נייעס און איז אקטיוו
דער רבי ביי די זאלונים איז א שלאפענדיגער בטבע, ממילא וויפיל די זאלונישע מאשיין ארבעט אריין פאר פובליסיטי שלעפט דער רבי איין. נישט חלילה אז דער רבי ביי די זאלונים איז קעגן די פובליסטיטי, ניין. ער איז נישט קיין ארבעטער, ער האט נאך קיין איינציגע מערכה נישט אנגעהויבן און אוודאי נישט געענדיגט,


תוקן על ידי המהדרין ב- 17/04/2012 19:59:54

שמעלקאלע » 18/4/2012 00:26

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעלקאלע, ביסט גערעכט. די ארונים האבן א גוטע PR, אבער די זאליס האבן דעם זעלבן PR, מיט די זעלבע טוויטער'ס און די זעלבע יו טוב'ס, די זעלבע נייעס פארשפרייטער און מאנעוורירער.

האסט מיר נאך אלס נישט געענטפערט?? טענט לו בחיטים והודה לו בשעורים איך רעד פון שיינע בילדער און קלארע קליפס וואס איז א גוט געשעפט פאר וועב זייטלעך און בילדער מאגאזינען, און קומסטו ווי א חלה דעקל און זאגסטו מיר אז אונז האב מיר אויך "נייעס" טוויטער אעדר די קליינע יוטיוב קליפס וואס איז שוין יא דא מפעם לפעם וכדומה וואס דאס איז דירעקט נישט קיין געשעפט פאר קיין וועב זייטלעך אדער בילדער מאגאזינען.

בת היענה בתפארתו...


נפל » 22/4/2012 05:57

א' דר"ח אייר תשע"ב www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40044 האדמו"ר מסאטמר: רשב"י לא צריך תיירים

שמעלקאלע » 22/4/2012 21:31

לאנצוט!! ווי ביזטו אזוי פארשווינדען געווארן!! א וואך צייט שטייט מיין תגובה אן קיין פארענטערפערונג דערויף!!
היתכן!! רבינו מהר"א וועט דיר תובע זיין היתכן אז דו האסט אים נישט פארטיידיקט ביי די נארישע (לשיטתך) הייידפארק מעשה'לעך.

אגב אונטערסאנט אנצומערקן וואס די ארונים זאגן צו ר' ישראל האגער'ס דרשה מוויזשניץ, איבער די אלע ליין מאטריאל מיט די בילדער פון די רבי'ס, צו מיינט ער עס ערענסט אדער בלויז אזוי ווי זיין שוואגער'ס ברידער...
 

ברעקינג » 23/4/2012 10:33

ער איז נישט פארשווינדן

ben_yahuda » 27/4/2012 02:49

לאנצוט מ'ווארט אויף דיר זאלסט עפענען דיין פה מפיק...

נפל » 2/5/2012 20:18

ג' אחרי-קדושים = איך אוכל להשתתף, www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40403 די זעלבע רבנים זענען געווען ביי ר' זלמן לייב, אבער פון דעם וועט איר נישט טרעפן קיין בילדער אפילו מיט אלע "טויזענטער טוויטערס אקאונטס" כלשון לאנצעס. סך הכל טון אלע רבי'ס אקוראט די זעלבע זאכן, די חילוק איז נאר אז ר' זלמן לייב איז א הצנע לכת כמנהג אבותיו און ר' אהרן מיט זיינע מענטשן זענען אינטערנעט פאמפער וואס מאכט זיכער אז לכה"פ יעדע וואך זאלן זיינע בילדער זיין אין אלע מאגאזינען און לכה"פ איינמאל אין 2 וואכן זאלן זיינע בילדער זיך דרייען אויפן אינטערנעט.

נפל » 11/5/2012 06:50

ער ווערט נישט זאט, ה' אמור הדלקה בסאטמר במנרו www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40699 נישט פארגעסן, אלע רבי'ס שלאפן...