היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עד מתי: שוידערליכע טראגעדיע אין רחובות

עד מתי: שוידערליכע טראגעדיע אין רחובות

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2950951

FiveBoro » 26/3/2012 23:14

דאס הארץ צוגייט.

א גאנצע משפחה, פון 6 קינדער, זענען רח"ל פארברענט געווארן און אומגעקומען וען עס האט אויסגעבראכן א שריפה אין זייער שטוב.

לויט ווי בחדרי חרדים באריכטעט איז דאס א חרדישע תימן'ע משפחה.

ויה"ר שניגאל בניסן דהאי שתא.

FiveBoro » 26/3/2012 23:56

די טאטע איז געווען אינדרויסן, און איז אריינגעלאפן ראטעווען זיינע קינדערלעך, און ער איז דארט געבליבן ר"ל.

לויט געוויסע באריכטן איז איין זעקסטע קינד יא פארבליבן ביים לעבן.

די מאמע האט זיך נארוואס אויפגעשטעלט שבעה נאך א ברודער, און אצינד גייט זי זיצן נאך איר מאן און די גאנצע [אדער כמעט גאנצע] משפחה.


עס איז א אויסער-ארדענטליכע הארצרייסנדע טראגעדיע, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די.

דיןתורה » 27/3/2012 00:17

אוי וויי

די עד מתי פרעגט זיך פין אינז

וויפיל פעטש וועלן מיר כאפען ביז מיר וועלן זיך כאפען,

עד מתי!!!!

קען דען איינער אנווייזן בשל מי הרעה הזאת?

גרוינים » 27/3/2012 00:38

בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת 
או להם לבריות מעלבונה של תורה
שובו בנים שובבים
עלבונה של תורה מיינט אלע תרי"ג מצוות וואס דארפן א תיקון
לאמיר זיך מקבל זיין לע"נ פון די 6 נייע קרבנות פון רחובות און 4 קרבנות פון פראנקרייך
צו מוסיף זיין בשמירת התורה ובמצוות בשלימות ועלי' השלם כל הקרבנות כולם