היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דער קשר פון ביד"ץ "העדה החרדית" מיט "סאטמאר"

דער קשר פון ביד"ץ "העדה החרדית" מיט "סאטמאר"

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2950854

שמעלקאלע » 26/3/2012 16:02

ווער ס'האט ארומשפאצירט אינעם ארונישעם פורום כל העולם כולו, זעט ווי ווייט זיי זענען פארגיפטעט מיט זייערע גייסטישע "אני אמלוך" פירער, עד כדי כך אז ווער ס'גייט מיט זיי נישט אין שפאן איז טמא טמא יקראו לו (עפ"ל).

איך וועל מיר נישט דא אריינלאזן אין זייערע אויפגעטראכטע שקרים וכזבים, נאר איין ווארט וועל איך דא יא ברענגען וואס כ'האב געהערט פון א גוטן איד, האט ער געזאגט אזוי: די כת האהרונים זענען באוויסט אלס אזאנע וואס האבן אן אייגן אויסגעטראטענעם וועג, מ'האט נישט קיין שייכות צו די פריערדיגע, נו, ווען ס'גייט נאר אזוי, זעט דאך יעדער איינער וואס זיי זענען, אבער די פראבלעם איז אז ווען ס'קומט זיי יא עס גוט צו ניצן פאר א שטעקן די פריערדיגע, דעמאלטס קוקט עס אויס ווי זיי זענען אדוק ומקושר צו אבות אבותינו ורבותינו הק', ע"כ ודפח"ח.

דאס איז א קלארע אפשאצונג אויף די מערכה קעגן דער גרויסע בי דינא רבא העדה החרדית בארה"ק ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, יומם ולילה זענען זיי פארנומען משנה צו זיין און אויסרייסן מנהגי רבותינו הק' זי"ע, אויפטרעפן חידושים און ווייזן פאר דער וועלט אז איך בין אויך עפעס א רבי וואס קען מאכן און טוהן פאר אידישקייט (הלוואי), און פלוצלונג ווען ס'קומט א מערכה קעגן ביד"ץ העדה החרדית קומט מען און מ'פראבירט מסביר צו זיין אז אונז האבן מיר זיך פון וועם צו לערנען די שקצות, פון אונזער גרויסע פעטער לבן, דער דברי יואל (עפ"ל), ער האט זיך אויך נישט פארשטאנען מיטן ביד"ץ עדה החרדית, דאס הייסט אזוי: ווען מ'איז אין א קלעם אז דער גאס קוקט עפעס אן די זאך אז מ'לעבט נישט גוט מיטן עדה החרדית, אדער ווען מ'דארף גיין באזוכן פרעמדע רבנים אד"ג, דעמאלטס לייגט מען ארויף דאס פעקל און רשעות אויפן פעטער לבן, אבער ווען אלעס איז כימים הטובים, דעמאלטס נעמט מען דעם פעטער און מ'שטופט אים אריין טיפער אין די אדמה.

יעצט לגבי די היסטאריע וואס זיי פארקויפן דארט איז מיר באמת נישט מעלה ומוריד, ווייל רוב זאכן זענען הלכה'דיגע חלקים וואס ער ברענגט דארטן, און דאס מיינט נישט קיין צופליקט מיטן עדה החרדית, ווייל ביים פאריגען שמיטה האט זיך סאטמאר אויך געהאט געדינגען מיטן ביד"ץ העדה החרדית איבער עפעס א געוויסע ענין, דאס איז ווי חז"ל זאגן ע' פנים לתורה.

און אגב אז מ'רעדט וועגן די בחירות פאר די שטאראט, איז באקאנט די מעשה אז אין יאר תשכ"ה פאר די רבי זי"ע איז אוועקגעפארן פון ארץ ישראל האט זיך די רבי אויפגעהאלטן אין חיפה, און האט דאן געשיקט רופן דעם תולדות אהרן רבי זצ"ל, און אים געזאגט אז מתחילה האט ער טאקע נישט געוואלט ארויסגעבן אן איסור אויף די בחירות, כדי שלא יאמרו אז דאס איז גלייך צו די בחירות פאר'ן כנסת המינים, אבער היינט צו טאגס - האט די רבי געזאגט - אנערקען איך אז עס איז זייער גוט אז דאס ביד"ץ העדה החרדית האט יא ארויסגעגעבן אן איסור אויף די בחירות פאר די ערייה, צוליב די שרעקליכע מכשולות וואס קומען ארויס פון די ערייה גופא.

און בכלל איז באקאנט דאס מוראדיגע קשר עזה און ידידות וואס האט געהערשט אלע יארן ביי רבותינו הק' צום ביד"ץ העדה החרדית, בפרט מיטן מחזק זיין דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל ביי יעדן געלעגנהייט און ביי יעדן באזוך, און אזוי אויך להבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האלט אן א שטארקן קשר און ידידות מיטן ביד"ץ העדה החרדית בכל עת ועידן, (די גרעסטע הבחנה וואס מ'קען זעהן דא איז: אז ווען מ'האט איינגעשפארט הרב עמרם שפירא משב"ק של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, האט זיך געהערט פון גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א א שטארקן קול מחאה אויף דעם שוידערליכן אקט פון מבזה זיין א מרא דארעא דישראל, משא"כ פון דעם ר' אהרן האט מען נישט געהערט קיין מילה אחת, ביי אלע קנאישע דרשות איז נישט ארויפגעקומען קיין מילה וחצי מילה פון די רדיפת הדת בארה"ק אין די לעצטער וואכן).

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד....
בשם ה' נעשה ונצליח

outspoken » 26/3/2012 16:53

יש''כ שמעלקעלע

איך וועל נאר צולייגען א ווארט,
טאקע משם ראי,' נאך די אלע געטיאכצער וואס רביה''ק האט געהאט מיט די עדה, איז דאס געווען נאר ביי זיך אין שטוב, אבער אין קהלת סאטמאר האט מען געוויסט אז סאטמאר-עדה איז איינס.

לאנצוט » 26/3/2012 17:18

איך בין שארף קעגן די נארישע און זינלאזע קאמף וואס עטליכע היץ קעפ און שרייבערלעך האבן געמאכט קעגן ר' יצחק טובי'., און איך וויל פאר די רעקארד קלאר-שטעלן אז לאנצוט איז מוחה דערויף בכל התוקף.

דאס אז סאטמאר רבי האט "נישט מוחה געווען" ווען מ'האט ארעסטירט עמרם שפירא איז ער אין מיינע הונדערט פראצענט גערעכט. פינקט ווי הגה"ק רז"ל האט "נישט מוחה" געווען ווען מ'האט ארעסטירט ווייספיש. ער מוז נישט מוחה זיין אז די סיקריקים ווערן ארעסטירט, זיי זענען זיך אליין שולדיג און זיי מאכן א פייער אין די שטאט.

לאמיר זאגן אז מ'וועט דא אין ניו  יארק ארעסטירן אזא חשוב'ן עסקן און מסירת נפש איד ווי הרב הצדיק המפורסם רבי הערשל קלאר, דארף יעצט סאטמאר רבי מוחה זיין. אבסאלוטלי נישט.

ר' עמרם שפירא איז א פיינער מענטש, אבער ער איז א סיקריק. ווען ערנסטע מענטשן ווי ר' שלמה פאפענהייט שרייט אז די עדה מאכט חרוב כלל ישראל, און די עדה החרדית גייט צוגרינד, איז דער ר' עמרם שפירא פון די היץ קעפ ביים גאב"ד וועלכע לאזן נישט אזעלכע ערנסטע פירער זאגן זייער מיינונג.

לדעתי זענען די סיקריקים באוועגונג פינקט ווי די נטורי קרתא, אויף וועמען רביה"ק בעל דברי יואל, דער אבי החכמים, דער אבי הקנאים, דער אבי הפקחים געזאגט: "מחריבי קרתא"

לדעת לאנצוט טאר סאטמאר רבי נישט מוחה זיין אויב די סיקריקים ווערן ארעסטירט! זיי מאכן חרוב די עדה החרדית כליל תקטר, וועגן די סיקריקים איז די עדה החרדית היינט א שטיק ליצנות. זייערע פראסטעטן קוקן אויס פינקט ווי די פראטעסטן פון הרב הצדיק רבי הערשל קלאר. (ליצי ליצנות בלע"ז)

ben_yahuda » 28/3/2012 15:39

שמעלקעלע [בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט!! הייסט אזוי, ר' עמרם שפירא משב"ק גאב"ד י"ם איז א סקריק, מרן גאב"ד ירושלים א סיקריק, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר א סקריק,
ביד"ץ העדה החרדית סקריקים, אלע רבנים און די טויזענט קעפיגן ציבור וואס האבן אנטיילגענומען ביים עצרת מחאה יענעם זונטיג נאכן ארעסטירען הר' עמרם שפירא זענען סקריקים וכו' וכו'....

נו, ווער איז דער אמת'ער קנאי, אהרן טייטלבוים מוויזשניץ בני ברק דער מ"מ פונעם אזויגערופענעם
"דברי יואל" (ס'קאסט א לאך).
  
תוקן על ידי ben_yahuda ב- 28/03/2012 15:50:17

לאנצוט » 28/3/2012 16:49

ben_yahuda כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעלקעלע [בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט!! הייסט אזוי, ר' עמרם שפירא משב"ק גאב"ד י"ם איז א סקריק, מרן גאב"ד ירושלים א סיקריק, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר א סקריק,
-האסט מיך געזען שרייבן אויפן גאב"ד סיקריק. זיין גבאי איז א סיקריק, און שלעפט אריין דעם גאב"ד אין טינופות. האסט נאך אזוינס קיינמאל נישט געהערט?
-
ביד"ץ העדה החרדית סקריקים, איך האב דאס נישט געזאגט. לייג ביטע נישט צו קיין ווערטער צו מיינע.
אלע רבנים און די טויזענט קעפיגן ציבור וואס האבן אנטיילגענומען ביים עצרת מחאה יענעם זונטיג נאכן ארעסטירען הר' עמרם שפירא זענען סקריקים וכו' וכו'.... חלילה. די טויזענט-קעפיגן עולם איז נישט קיין סיקריקים, אבער זיי טוט וויי אז די משטרה ארעסטירט

נו, ווער איז דער אמת'ער קנאי, אהרן טייטלבוים מוויזשניץ בני ברק דער מ"מ פונעם אזויגערופענעם
"דברי יואל" (ס'קאסט א לאך). 
   -
עס זענען דאך אסאך אמת'ע קנאים און איך וועל דיר אויסרעכנען זייערע נעמען:

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?

ביי מיר זענען די דריי רבי'ס, מנהיגי ישראל, ערליכע אידן. צדיקים באמת, אמת'ע קנאים! און איך שעץ זיי זייער זייער שטארק. און זיי זענען "נארמאלע מענטשן" זיי מאכן מיך פראוד צו זיין א קנאי". זיי קענען דעם ויואל משה, פראקטיצירן דעם ויואל משה, און זענען נישט קיין מחריבי קרתא.

יעצט ביסטו מכובד צו דערלאנגען צוריק.

נפל » 28/3/2012 17:01

שלעכטע נייעס פאר דיר לאנצוט: עס איז דא א ווארימער בריוו בכתב יד קדשו פון ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א אין שטיצע פונעם "ראש הסיקריקים" הרה"ג ר' שמואל לובעצקי שליט"א און זיין כולל! ‎​
 
יעצט קענסטו שוין צולייגן אויף דיין סיקריקים ליסטע דעם ראחמיסטריווקער רבי'ן אויך. ‎​
 
אגב, סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פון וואו נעמסטו דאס אז ר' עמרם שפירא איז א סיקריק? סתם ווייל אזוי שרייבט היידפארק? האסט אמאל גערעדט מיט דעם איד אז דו ווייסט זיינע מיינונגען? האסטו אמאל געהערט אז ער זאל אונטערצינדן א גארבעדזש אויף די גאס אז ער הייסט א סיקריק?

פרייליך123 » 28/3/2012 17:07

שמעלקאלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווער ס'האט ארומשפאצירט אינעם ארונישעם פורום כל העולם כולו, זעט ווי ווייט זיי זענען פארגיפטעט מיט זייערע גייסטישע "אני אמלוך" פירער, עד כדי כך אז ווער ס'גייט מיט זיי נישט אין שפאן איז טמא טמא יקראו לו (עפ"ל).

עס קאסט מיר א לאך! וואס רעדסטו זיך אפ? זייט איך געדענט פאר די לעצטע פופציג יאר, איז סאקמאר אלעמאל געווען "אני אמלוך" עד כדי כך אז ווער עס איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן איז געווען טמא טמא יקראו לו, און מען האט זיי טערארעזירט אויפן ערגסטען אופן וואס איז נאר שייך געווען.

לאנצוט » 28/3/2012 17:10

טאקע, האט דען עמיצער געזאגט אז די אינגעלייט פון כולל טאר מען נישט שטיצען. איך האב געשריבן אז ס'איז א וויכטיגע צוועק (נישט אזוי וויכטיג ווי מוסדות יטב לב און קרן הצלה ביי מיר) אבער דאך וויכטיג.

איך האב דיך געפרעגט איז ער געגאנגען מוחה זיין?
און דו זאגסט אז ער האט געגעבן א בריוו צו שטיצן זיין כולל.

און איך בין פארקרומט !

לגבי דיין פראגע איבער ר' עמרם שפירא, האב געהערט ממקורות נאמנים אז ער ווערט אויסגעהאלטן דורך די סיקריקים און ער לאזט נישט אריין צום גאב"ד קיין נארמאלע מענטשן. בקיצור מאכט שייגעץ שטיק, א שטייגער ווי משה גבאי ביים ברך משה (ער איז אפשר נישט אזוי כיטערע, אבער דעם גאב"ד מאכט ער גוט חרוב, און אויך לבזה ולשמצה אין די גאנצע וועלט).

ליידער דאס איז דער מציאות אין מיינע אויגן, און נאך טויזענטער מענטשן וועלכע זעען דעם מצב ווייסן אז ס'איז איום ונורא.

zibala » 28/3/2012 17:28

קען גאר זיין אז די לאנצעטע שטוב מענטשען דרייען לאנצי דעם קאפ, אנדערש איז שווער צופארשטיין זיין דיסקאנעקט פון ריאליטעט,

גיימער שאפען די לאנצעטע מעדיקאל רעקארד פונעם פארמאסיסט

תוקן על ידי zibala ב- 28/03/2012 17:30:34

לאנצוט » 28/3/2012 17:31

לגבי מיין סטעיטמענט איבער הרה"ח ר' עמרם שפירא איז עס בלויז איבער זיין סיקריקים האנדלונג.

דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק אין סאטמאר אין וועלכן ער האט אריינגעדרייט דעם גאב"ד וואס דאס איז א באזונדערע זאך, און די זעלבע זאך וואס הרה"ח ר' נחמי' קרויס מיט הרה"ח ר' מיכל שלעזינגער שליט"א) האבן געטאן מיט'ן דיין הרה"צ רבי ישראל חיים מנשה (אים געמאכט ללעג ולקלס מיט אלע משוגענע בריוו פאר יארן לאנג), טוט הרה"ח ר' עמרם מיט'ן גאב"ד.

ער האט דעם גאב"ד אריינגעשמירט, אזוי אז דער גאב"ד האט אוועקגעכאפט די דין תורה פון די בני ברק'ער דיינים און פארלאנגט אז מ'זאל גיין צו הרה"ג ר' עמרם העניג אדער הרב אולמאן פון די עדה, בערך אזא פלאן ווי צד מהרז"ל האט געהאט אז מ'זאל גיין דיין הרה"צ ר' ישראל חיים מנשה און הרה"צ ר' זלמן לייב פילאפף זאלן פירן די דין תורה.

און ביטע טראכט מיט' ישוב הדעת און מיט'ן קאפ איידער דו ענטפערסט, נישט מיט פאליטישע-אינטערעסן.

תודה

שמעלקאלע » 28/3/2012 17:36

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

   -
עס זענען דאך אסאך אמת'ע קנאים און איך וועל דיר אויסרעכנען זייערע נעמען:

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?

ביי מיר זענען די דריי רבי'ס, מנהיגי ישראל, ערליכע אידן. צדיקים באמת, אמת'ע קנאים! און איך שעץ זיי זייער זייער שטארק. און זיי זענען "נארמאלע מענטשן" זיי מאכן מיך פראוד צו זיין א קנאי". זיי קענען דעם ויואל משה, פראקטיצירן דעם ויואל משה, און זענען נישט קיין מחריבי קרתא.

יעצט ביסטו מכובד צו דערלאנגען צוריק.
האסטו דען אמאל געהערט פון זיי בכלל רעדן א ווארט איבער מערכות אין ארץ ישראל, איז וואס איז דיין גרויסע ראי' יעצט ביים ארעסטירן ר' עמרם שפירא

לאנצוט » 28/3/2012 17:56

פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק הערט מען אסאך מאל קנאות. ער שטעלט זיך איבעראל צו.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אויפגעהערט נעמען געלט בכל וכל און אויב ס'איז א זאך וואס איז נוגע אידישקייט וועט ער מוחה זיין קעגן די מדינה, סאך פריער ווי אלע אנדערע וועלכע זענען אין די אגודה.

כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא איז א קנאי פונקט ווי זיין פאטער דער גאב"ד ירושלים.

און דאס איז מיין פאינט.
הרה"צ ר' מנשה פילאפף ודעמי' זענען סיקריקים, [מחריבי קרתא], זיי פירן א קאמף אונטער'ן מאנטל פון קנאות, אין אמת'ן האט עס מיט קנאות גארנישט.

יעצט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז דער זעלבער קנאי ווי זיין פאטער דער ברך משה זי"ע. ער ווערט נישט פארכאפט פון די צעדרייטע מחריבי קרתא, און ווייסט ווי-אן און ווי-אויס. ווען מ'איז מוחה און וויאזוי מ'איז מוחה, און פארוואס מ'איז מוחה.

זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א ווערט געפירט דורך הרה"צ ר' מנשה פיליפ און די סיקריקים שטרעמונג. דו קענסט עס נישט לייקענען, ווייל דער מציאות שלאגט אין פנים אז ביז תשס"א האט ר' מנשה פיליפ קיינמאל נישט גערעדט אין סאטמאר ה' אייר, קיין איין יאר.

פון ווען די סיקיריקים האבן אנגעהויבן געוועלטיגן האט ר' מנשה פיליפ אנגעהויבן רעדן יאר יערליך.
יעצט קענסטו מיר זאגן איז די מדינה אויפגעשטאנען תשס"א אדער תשס"ב.

פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?

וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?

ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.

zibala » 28/3/2012 18:27

[quote]
פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארן זעלבן טעם פארוואס ער האט נישט געמאכט שחיטה מונחת - ווייל ר' עזריאל האט נישט געלאזט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס די פאנדשעלאוס האבן נישט געהאט קיין הכשר - ווייל די רעבעצין האט פארפירט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס מען האט נישט דעהאלטן קיין קאקא דרשה - ווייל יענקל ברוך האט געטופעט מיט די פיס

פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
ו
וייל די משתלטים על הציבור זענען געווען דערקעגן

וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
לכאורה מיז מען צוקומען צו די מסקנה אז זינט די ציונים פון סאטמער וואס זוכן מאכן שלום מאכען מיט די מתנחלים האבן זיך אפגעטראגן מתוכינו קען מען שוין ב"ה האלטן מחאות און ה' אייר

ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.
[/quote]

לאנצוט » 28/3/2012 18:52

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

זיבעלע.
א דאנק פאר מיר גערעכט געבן, אז קיינמאל בימי רביה"ק הדברי יואל זי"ע , ובימי הברך משה (פון תש"מ עד תשס"א) איז עס איז נישט געווען.

מוזט נישט מודה זיין אז עס איז צוליב די סיקריקים שטערונג, אבער איך פארלאנג באמת נישט אז דו זאלסט מודה זיין.

שמעלקאלע » 28/3/2012 20:26

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק הערט מען אסאך מאל קנאות. אדרבה ברענג מיר א דרשה, ווי ער רעדט קעגן די מדינה, ער שטעלט זיך איבעראל צו. דאס יא, יעדער ווייסט חוות דעתו הטהורה פון פשעווארסקער רבי'ן שליט"א אין יסודי האמונה, און טאקע ווען די אנטווערפענער אגודאים פארפירן קומט ער ארויס בחרב ובחנית קעגן זיי דורך פעולות נישט קיין דרשות ווייל כך הוא דרכו בקודש.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אויפגעהערט נעמען געלט בכל וכל און אויב ס'איז א זאך וואס איז נוגע אידישקייט וועט ער מוחה זיין קעגן די מדינה, סאך פריער ווי אלע אנדערע וועלכע זענען אין די אגודה. נאכאמאל דו פערד איינער, ראחמיסטריווקא רבי שליט"א איז געווען מוחה זיין ביי די קברים גראבנוגען אין יפו, אבער קיין דרשת מחאה האט קיינער נישט געהערט פון אים, און ער האלט קיינמאל נישט קיין קנאות'דיגע דרשות. פינטל

כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא איז א קנאי פונקט ווי זיין פאטער דער גאב"ד ירושלים.
ער האלט אויך קיינמאל נישט קיין קנאות'דיגע דרשות ביי זיך אין ביהמ"ד, אפי' ער איז א קנאי פונקט ווי זיין טאטע.

און דאס איז מיין פאינט.
הרה"צ ר' מנשה פילאפף ודעמי' זענען סיקריקים, [מחריבי קרתא], זיי פירן א קאמף אונטער'ן מאנטל פון קנאות, אין אמת'ן האט עס מיט קנאות גארנישט.

יעצט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז דער זעלבער קנאי ווי זיין פאטער דער ברך משה זי"ע. ער ווערט נישט פארכאפט פון די צעדרייטע מחריבי קרתא, און ווייסט ווי-אן און ווי-אויס. ווען מ'איז מוחה און וויאזוי מ'איז מוחה, און פארוואס מ'איז מוחה.
והא ראי' אז אלע אגודאים און ציוניסט'ן שעצן אים (שלום עם בעלזא יוכיח)

זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א ווערט געפירט דורך הרה"צ ר' מנשה פיליפ און די סיקריקים שטרעמונג. דו קענסט עס נישט לייקענען, ווייל דער מציאות שלאגט אין פנים אז ביז תשס"א האט ר' מנשה פיליפ קיינמאל נישט גערעדט אין סאטמאר ה' אייר, קיין איין יאר.

פון ווען די סיקיריקים האבן אנגעהויבן געוועלטיגן האט ר' מנשה פיליפ אנגעהויבן רעדן יאר יערליך.
יעצט קענסטו מיר זאגן איז די מדינה אויפגעשטאנען תשס"א אדער תשס"ב.

פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
ווייל דער רבי אליינס האט געשריבן אין ויואל משה שארפע ווערטער אויף ה' אייר

פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
גראדע איז יא געווען עטליכע מאל, אבער ווי אמאל

וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
אהא. דאס איז א גאונות אז מ'האלט א דרשה ה' אייר ווערט מען א סיקריק, און ווען מ'לאזט נישט הערן קיין קול מחאה דעמאלטס איז מען גאר א קנאי, ווייל דער דברי יואל האט אויך נישט געלאזט הערן קיינמאל קיין קול מחאה (הלמאי) !!!! (עפ"ל)

אגב אפשר זאגסטו מיר "סיקריק לאנצוט" פשט וואס מיינט "סיקריק"

ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.

סענעטאר » 28/3/2012 20:31

לאנצוט + מקורות נאמנים = היידפארק. ‎​
 
ברענט ביטע איין נארמאלע באווייז אז ר' עמרם שפירא איז א סיקריק, אדער לאזט נאר אריין סיקריקים צום גאב"ד שליט"א. ‎​
 
והשנית, דעם גאב"ד פירט מען שוין אויך ביי די נאז אזוי ווי משה גבאי האט געפירט דעם ברך משה? ‎​
 
וועגן בני ברק דין תורה קומט ברייט צו לאכן, פאר נישט לאנג צוריק זענען דער גאב"ד מיט ר' עמרם שפירא געווען הירא'ס פארן ברענגן דעם בני ברק'ער סכסוך צו דין תורה. אבער איינמאל דער די"ת גייט נישט ווי מ'וויל, איז שוין דער גאב"ד סתם א שייגעץ פארן שלעפן די דין תורה צו א אנדערע ריכטונג וואו די אהרונים האבן געוואלט. גאנץ שיין.

קנאקעדיק » 28/3/2012 21:19

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?

וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?

ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.

סתם פאר אינטערסאנטקייט. איינער האט מיר לעצטענס געוויזן א רשימה ווי עס שטעלט זיך ארויס די פאקט.
די מספר מחאות אויף די גאסן וואס רז"ל, פילאף וכו' האבן אדורך געפירט די לעצטע 12 יאר -זינט די נייע הנהגה איז געקומען פון ירושלים-. שטייגט איבער די מספר פון אלע מחאות וואס איז געמאכט געווארן בימי רבותינו הק' גאנצע 50 יאר משנת תש"י עד שנת תשנ"ט...!!!!!

ני? איז ער דען נישט קיין גרעסערער קנאי פונעם טאטען און פעטער אינאיינעם????

לאנצוט » 28/3/2012 21:26

דזשאסט פאר די רעקארד:

ביז תשס"א איז קיינמאל נישט געווען קיין דרשות ה' אייר. קיינמאל.
פארוואס?

און פארוואס איז זינט כ"ק אדמו"ר געקומען פון ירושלים יא דא יעדעס יאר, און נישט סתם, נאר דורך דעם מלך פון סיקריקים הרה"צ המפורסם ר' מנשה פילאפף שליט"א.

איך זאג נישט אז "ווער עס האלט א דרשה ה' אייר איז א סיקריק".
ניין.

איך זאג אז די קהלה פון מהרז"ל זענען סיקריקים און מאכן צעדרייטע פראטעסטן יעדן שני וחמישי אויף שטותים און הבלים, און זענען "מחריבי קרתא" און אלס א ראי' ברענג איך דיר אז זיי האלטן זיך פאר גרעסערע קנאים ווי דער דברי יואל אליין.

וועט א נארמאלער מענטש האלטן אז דאס גיין מיט טאוועלן קעגן הרב שטיינמאן און שרייבן אויף אים ימח שמו און שר"י איז נארמאל, נאר אז הרה"צ רבי מנשה פיליפ זאל זיין געזונט און שטארק שטייט ביים רודער, קען היינט אלעס פאסירן.

ברוך השם אז ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א געפונען זיך נישט די שלענג די מחריבי קרתא, הודו לה' כי טוב.

שמעלקאלע » 28/3/2012 22:06

די שליסל צו די אלע תגובות פון צד האהרונים!!!

איך וועל מיר נישט דא אריינלאזן אין זייערע אויפגעטראכטע שקרים וכזבים, נאר איין ווארט וועל איך דא יא ברענגען וואס כ'האב געהערט פון א גוטן איד, האט ער געזאגט אזוי: די כת האהרונים זענען באוויסט אלס אזאנע וואס האבן אן אייגן אויסגעטראטענעם וועג, מ'האט נישט קיין שייכות צו די פריערדיגע, נו, ווען ס'גייט נאר אזוי, זעט דאך יעדער איינער וואס זיי זענען, אבער די פראבלעם איז אז ווען ס'קומט זיי יא עס גוט צו ניצן פאר א שטעקן די פריערדיגע, דעמאלטס קוקט עס אויס ווי זיי זענען אדוק ומקושר צו אבות אבותינו ורבותינו הק', ע"כ ודפח"ח.

דאס איז א קלארע אפשאצונג אויף די מערכה קעגן דער גרויסע בי דינא רבא העדה החרדית בארה"ק ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, יומם ולילה זענען זיי פארנומען משנה צו זיין און אויסרייסן מנהגי רבותינו הק' זי"ע, אויפטרעפן חידושים און ווייזן פאר דער וועלט אז איך בין אויך עפעס א רבי וואס קען מאכן און טוהן פאר אידישקייט (הלוואי), 
און פלוצלונג ווען ס'קומט א מערכה קעגן ביד"ץ העדה החרדית קומט מען און מ'פראבירט מסביר צו זיין אז אונז האבן מיר זיך פון וועם צו לערנען די שקצות, פון אונזער גרויסע פעטער לבן, דער דברי יואל (עפ"ל), ער האט זיך אויך נישט פארשטאנען מיטן ביד"ץ עדה החרדית, דאס הייסט אזוי: ווען מ'איז אין א קלעם אז דער גאס קוקט עפעס אן די זאך אז מ'לעבט נישט גוט מיטן עדה החרדית, אדער ווען מ'דארף גיין באזוכן פרעמדע רבנים אד"ג, דעמאלטס לייגט מען ארויף דאס פעקל און רשעות אויפן פעטער לבן, אבער ווען אלעס איז כימים הטובים, דעמאלטס נעמט מען דעם פעטער און מ'שטופט אים אריין טיפער אין די אדמה.

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד....
בשם ה' נעשה ונצליח

לאנצוט » 28/3/2012 22:21

היידפארק דמיונות פון א קלוגן איד.

שמעלקאלע » 28/3/2012 22:31

סיקריק איינער דו שעמסט דיר נישט צו שטיין אין ווארט מיט בעלי דמיונות...(הלמאי)

וואלןסח » 28/3/2012 22:32

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]
פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארן זעלבן טעם פארוואס ער האט נישט געמאכט שחיטה מונחת - ווייל ר' עזריאל האט נישט געלאזט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס די פאנדשעלאוס האבן נישט געהאט קיין הכשר - ווייל די רעבעצין האט פארפירט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס מען האט נישט דעהאלטן קיין קאקא דרשה - ווייל יענקל ברוך האט געטופעט מיט די פיס

פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
ו
וייל די משתלטים על הציבור זענען געווען דערקעגן

וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
לכאורה מיז מען צוקומען צו די מסקנה אז זינט די ציונים פון סאטמער וואס זוכן מאכן שלום מאכען מיט די מתנחלים האבן זיך אפגעטראגן מתוכינו קען מען שוין ב"ה האלטן מחאות און ה' אייר

ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.
[/quote]

איך געדענק אינמיטן די נ' יארן זענען געווען אינגעלייט וואס האבן געוואלט מאכן א דרשה אין ה' אייר, און מען האט גערעדט דערפון צום רבין ז"ל דער ברך משה, האט דער רבי געזאגט, איך זע נישט מיט וואס ה' אייר איז אנדערש ווי א אנדערע טאג אין יאר, מען דארף יעדן טאג רעדן דערפון און מוחה זיין.

איך וועל אבער מעתיק זיין ווערטער וואס רז"ל האט געזאגט אין א דרשה אין ישיבה לצעירים וומסב"ג שנת תש"נ, און איך מיין דאס וועט פארענטפערן אביסל די סיבה
"יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, ס'איז ברור אז די אלע וואס גייען קעגן די הנהלת הקהלה, כאטש זיי רופן זיך בני יואל מיינט נישט, איך האב אינזין געהאט די וועלט זאגט נאך אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל.
אונז דארף מיר נישט הייסן בני יואל, אונז זעמיר תלמידים פון רבין ז"ל, אונז גיי מיר אויף דעם וועג איז גוט אזוי, די דארפן זיך אנרופן אזוי ווייל זיי זענען נאר א פאלשע זאך די געבן זיך אזא נאמען, אבער ס'איז ביי מיר ברור אז פונקט וואס יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, אז דער רבי זאגט אויך בקהלם אל תחד כבודי".
וראויים הדברים למי שאמרם

תוקן על ידי וואלןסח ב- 28/03/2012 22:32:55

לאנצוט » 28/3/2012 22:45

וואלן.

איך האלט אז זיין עלטערע ברודער האט אים געצווינגען דאס צו זאגן. עכט האלט נישט אזוי.

zibala » 28/3/2012 22:48

ס'יז פאני אז זאלץ מיט קאקא און פאנדשעלאוס מעג מען זיין פרומער ווי דעם רעבין, אבער ווען ס'קומט צו קנאות פארשלייערט מען זיך און רעבעזעכרוינע ליווראכע (כלשונם), 

ס'קומט צו נאכלויפן יעדען ציוני און מאכען שלום, לויפט מען אפילו רביה"ק האט נישט געוואלט באזוכען די אגודאים אום תשכ"ה זאגענדיג אז נאכן ארויסגעבן דעם ויוא"מ ברויך איך מיך נישט מפלפל זעהן מער, 

האט דער פאנדשעלאו רעבע געפרעגט דעם פוער פיו על קדושי עליוניםף פ"וו ער איז מחלל שם שמים מיט זיינע מתנחלישע כופרישע שיטה? אוודאי נישט! איי ווי איז דעמאלטס דער דברי יואל? רביה"ק האט א יעדען רב פון יענע קרייזען פרובירט אויפצווייזען אז דער טרייפענע מדינה איז מעכב ביאות המשיח, פאר פאמדשעלאו איז גוט אפאר מעשהל'ך פונעם בעל שם און וויאזוי בעלז פירט זיך שובבי"ם, מוראדי'ג וויכטיג געווען דער שלום עפארט... געקייט אביסעל ניסלעך גרעדט געהויבענע מעשיות פון די אלטע יודישע קוואל און ארויסגוואקט מיטן שירעם,...

דער דברי יואל האט געמאכט פראטעסטן און מחאות ווען עס האט אויסגעפעלט נישט געציילט 4 א יאר צו פינעף, ליידער בימינו אלה ווען די פארשאלטענע ציונים האבן צוהילף די פארשאלטענע פרומע פארטייען מיט וועם פאנדשעלאו קייט ניסלעך, האט זיך די רדיפות געדאפעלט 1000 מאל פעלט אויס 1000 מאל מער מחאות,

סענעטאר » 28/3/2012 22:54

לאנצוט, האסט ב"ה שיין אוועקגעדרייווט דעם אשכול. אבער אז מ'האלט שוין יא דא לאמיך דיר טאקע פרעגן. אויב איז א ה' אייר דרשה פסול, פארוואס האלטן שמואל שלמה טעללער מיט דוד שלמה עקשטיין דרשות יעדן ה' אייר פאר די בחורים? און אויב מיין זיכרון דינט מיר גוט האבן די אהרונים פאררופן מיט א צוויי דריי יאר צוריק א גרויסן עצרת אויף ה' אייר אין הופפער. איז דאס א הא לן והא להו סארט?

לאנצוט » 28/3/2012 22:58

סענאטאר.
דו ליינסט נישט וואס איך שרייב, און ביזט נאר ביזי ווי עס קוקט אויס מיר צו אטאקירן.

איך האב פריער געשריבן: עס איז נישט קיין פעלער צו האלטן א דרשה ה' אייר. אבער דער מציאות איז אז די סיקריקים באוועגונג זענען היינט ביים רודער ביי דעם לאגער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און מ'זעט עס אויף יעדן טריט און שריט.

אנגעהויבן פון די פראטעסטן יעדן שני וחמישי וואס אמאל איז דאס קיינמאל נישט געווען
און געענדיגט מיט די ווילדע דרשות פון הרה"צ ר' מנשה פיליפ שליט"א, דער אבי הסיקריקים אויך ווען עס לאזט זיך, און אפיציעל יעדן ה' אייר.

דער מציאות איז אבער אז ביז תשס"א איז קיין איין יאר נישט געווען קיין דרשה ה' אייר. איז די מדינה נישט געווען אזוי  טריפה אמאל ווי היינט?
איז רביה"ק בעל דברי יואל נישט געווען אזא קנאי ווי הרה"צ רבי מנשה פיליפ שליט"א?

דער תירוץ זאגט דער רבי אין די הייליגע ס"ג תורה אז דאס זענען "מחריבי קרתא". עס האט גארנישט מיט קנאות וזה ברור לכל מי שרוצה לדעת האמת.

סענעטאר » 28/3/2012 23:05

האב איך דיר זייער קלאר געפרעגט. אויב איז די ה' אייר דרשה א הוכחה אויפן מציאות, פארוואס דינט דאס נישט אלס אן הוכחה ביים צד האהרונים?

לאנצוט » 28/3/2012 23:14

איך האב דיר שוין געזאגט עטליכע מאל און איך וועל עס זאגן נאכאמאל, מ'מעג רעדן ה' איר קעגן ציונות. עס איז נישט קיין שום פעלער - קיינמאל פריער האט מען נישט גערעדט. איך פרעג דיך פארוואס האט מען אמאל נישט גערעדט?

לגבי די שינויים וואס דער סאטמארער רבי שליט"א מאכט, איז פשוט: ווייל די סטארס מאכן פרוצות דארף מען מאכן גדרים. פינקט ווי דער ברך משה זי"ע האט געמאכט א תקנה נישט אנצוטאן קיין "ווייסע היטן" ווייל עס איז געווארן א פירצה.

נו, נעקסט טריי ביטע.

אבראהאם » 28/3/2012 23:31

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'יז פאני אז זאלץ מיט קאקא און פאנדשעלאוס מעג מען זיין פרומער ווי דעם רעבין, אבער ווען ס'קומט צו קנאות פארשלייערט מען זיך און רעבעזעכרוינע ליווראכע (כלשונם), 
,

פארפאלן ביזט 100 פראצענט גערעכט

צינעות האט זיך די רבי געפרייד ווען איינער איז געגאנגען וואס מער צינעות

קנאות איז שוין א פארקערטע מעשה די רבי ז"ל האט ארויס געווארפן די שווארצע פארן אים מבזה זיין אין די גאנצע וועלט
אין פאר מאכן א פראסטעסט אריין גערעכנט ר' משה מנחם טירנויער

אין מען האט נאר געמאכט 1 פראטעסט נישט קיין צענדילגער פראטעסטן

אין ר' זלמן דער סיקרוק פירט זיך אויף אין דעם מהלך וואס די רבי ז"ל האט ממאס געווען פין זיך אין פין זיין קהילה

תוקן על ידי אבראהאם ב- 28/03/2012 23:32:28

סענעטאר » 29/3/2012 00:08

ווערן ר' זלמן לייב פירט איין ה' אייר שיעורים = סיקריק. ‎​
 
ווען ר' אהרן פירט איין ה' אייר שיעורים = גודר גדר ועומד בפרץ. ‎​
 
הער איך וואס דו זאגסט.

לאנצוט » 29/3/2012 00:19

סענטאר,

זיי נישט קלוגער פונעם בעל דברי יואל.
אז ער האט נישט געמאכט די אלע משוגענע זאכן, כאטש ער האט מער פיינט געהאט די מדינה ווי הרה"צ ר' מנשה פיליפ שליט"א.

עס מער דיר פאסטן מודה צו זיין. צאי לך בעקבי הצאן.

סענעטאר » 29/3/2012 00:22

זאג עס פאר טעללער. מיר זענען דאך סייווי מסלפים, אבער טעללער מיט עקשטיין זענען דאך די עכטע הולכים בשיטה.

שמעלקאלע » 29/3/2012 02:32

הוא הדבר אשר דיברנו מעיקרא, ווען מ'טוט שייגעץ שטוק לייגט מען עס אן אויפן גרויסן פעטער לבן דער דברי יואל כלשונם הטמאים, (איי דער רבי האט מיט דעם קיין שייכות נישט געהאט, ליגענט'ס קאסט נישט קיין געלט, און ער קען עס סייווי נישט אפלייקענען), אבער ווען ס'גייט גוט דעמאלטס איז נאר דא אני ואפסי נישט קיין דברי יואל נישט קיין ברך משה...
נאר הגאון הקדוש ורשכבה"ג וכו' וכו'...

לאנצוט » 29/3/2012 17:29

אויב דו קענסט אויפווייזן סיי וועלכע ליגענט, בין איך מגלה דעת אז איך וועל צוריקציען ברבים און זאגן אז ס'איז נישט אמת וואס איך האב געשריבן.

דערווייל האב איר איבערצייגט אלעס קלאר איבער ר' עמרם שפירא
איך האב געברענגט שטארקע ראיות איבער די סיקריקים-קאנטראל אין די קהלה פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א.
איך האב אויפגעוויזן אז קיינמאל אין סאטמאר ביז תשס"א זענען קיין ה' אייר דרשות נישט געווען, און דאס זענען פרי-מעשיהם פון די סיקריקים.

ביטע צייג מיר איבער איין ליגענט!
(שייגעץ שטיק קען מען זיך נישט עכט דינגען, ווייל ביי מיר עס ישרות און צדקות און ביי דיר איז עס רשעות און עוולות).

סענעטאר » 29/3/2012 19:54

ליגענט נומבער 1: ר' עמרם שפירא א סיקריק.

לאנצוט » 29/3/2012 20:09

סענעטאר טייערער,

דו האסט זייער א פלינקע האנט, אבער דיין קאפ האט נישט געטראכט פאר דיין טייפן.

דאס איז דיין מיינונג אז ער איז נישט קיין סיקריק. אקעי. איך הער.

איך האב דיר געזאגט אז אויף "צדיק ורשע" קען מען זיך נישט דינגען. ביי טויזענטער מענטשן איז ר' עמרם שפירא א סיקריק און איינער וועלכער האט אריינגעדרייט דעם גאב"ד שליט"א צו ווערן ללעג ולקלס אומעטום מיט זיינע ווילדע דורכגעפאלענע מערכות, און ר' שלמה פאפענהייט און ר' שמעון ווייס מיט ר' חיים ראטה באשטעטיגן עס פאר יעדן איינעם אז ר' עמרם שפירא ווערט געפירט דורך די סיקריקים, און אז דער גאב"ד ווערט קאנטראלירט דורך די ווילדע סיקריקים שבטים.

אז דו האלסט אז ער איז נישט קיין סיקריק, איז עס דיין מיינונג. איך ווער נישט קיין ליגנער דערמיט, און דו ביסט נאכנישט קיין ליגנער אז דו האלסט אז ער איז נישט.

סענעטאר » 29/3/2012 20:28

ווען איך זאג לאנצוט איז א גוי, בין איך א ליגנער? לכאורה יא, ווייל אין פאקט איז ער נישט א גוי. איי איך האלט אז ער איז יא א גוי, לאמיר זאגן ווייל ער גייט אין קאורט, אבער דאס מאכט אים נאכנישט גוי. ‎​
 
דאס טוסטו דא, דו קומסט מיט א באמבע אז ר' עמרם איז א סיקריק, פרעג איך דו פון וואנעט נעמסטו דאס, ענטפערסטו אז דו האלסט אזוי במילא איז עס אזוי. ‎​
 
(פאפענהיים מיט שמעון ווייס דארף איך דאך נישט גלייבן אז זיי האבן אזוי געזאגט. לשיטת לאנצוט האט דאך א היידפארק מעשה נישט קיין נאמנות כלל וכלל.)

zibala » 29/3/2012 20:33

דער נאמען סיקריק איז א שפעט נאמען פון בעלזע כופרים מיט זייערע פריינד רופן אן די קנאים, די ארויניס האבל למען השלום גינומען א שטעלונג צו צוברעכן די קנאות און ירושלים, און יעדער קנאי ווערט אנדערופען א סיקריק ביי פאפענהיים ודוגמתו וואס זוכט שיין צומאכען די עדה פאר די איזרעלישע פרעסע

לאנצוט » 29/3/2012 20:42

איך האב דיר שוין געזאגט, אז דאס איז מיין מיינונג אז ער איז א סיקריק.
זאגסטו מיר אז דיין מיינונג איז אז ער איז נישט.

קיינער ווערט נישט קיין ליגנער אז מ'האט א מיינונג אויף עפעס. איך האב נישט געזאגט אויף טאג נאכט, און דו אויך נישט, איך האב געמאכט דעם סטעיטמענט בעיסד אויף די אלארמירנדע רופן פון ר' שלמה פאפענהיים וועלכער שרייט אז דער גאב"ד ווערט געפירט דורך די סיקריקים, און ער האט זיך געלאזט הערן מערערע מאל, ער באהאלט עס נישט, ווייל ער האלט אז זיי מאכן חרוב די עדה.

יעצט צו זיבעלע, וועלכער זאגט אז די ארוינם מאכן חרוב קנאות, דאס איז א פרישע באמבע, וועלכער שטימט נישט מיט'ן מציאות.

לאמיר זאגן אז די ארונים ווילן נישט שטיצן וועד הארצי, לאמיר זאגן, הייסט עס אז מען מאכט חרוב קנאות? פארוואס?

די ארונים קענען פראוון מיליאנען דאלאר נדבות פאר'ן קיום פון קרן הצלה און משמרת חומותיך, ווערט זאגט דיר אז וועד הארצי איז וויכטיגער. לשיטת הארונים איז משמרת חומותיך דער רוקן-ביין פון חינוך הטהור בארצינו הקדושה.

וואס וואלסטו געזאגט אז לאצנוט וועט מאכן א סטעיטמענט אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א מאכן חרוב קנאות, און ברעכן אונטער חינוך הטהור ווייל ער שטיצט נישט "משמרת חומותיך"... וועסט לאכן פון מיר, אמת?

סארי טו טעלל יו, יעצט לאך איך פון דיר.

מיין שלוס סטעיטמענט: מ'ווערט נישט קיין קנאי אדער אויס קנאי פון די ברילן פון סיקריקים.

שמעלקאלע » 1/4/2012 04:48

סיקריק לאנצוט!! וואס מיינט די טיטל "סיקריק"??

מיין שלוס סטעיטמענט: מ'ווערט נישט קיין סיקריק אדער אויס סיקריק פון די ברילן פון לאנצוט ודעימי'