היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דער בלאט: נאבעלע בראדוועי בעקעריי טיילט מצות חצי בחינם

דער בלאט: נאבעלע בראדוועי בעקעריי טיילט מצות חצי בחינם

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2950246

FiveBoro » 22/3/2012 21:51

אין די וואכעדיגע בלאט איז באריכטעט מיט גרויס שעצונג איבער די בראדוועי בעקעריי, וועלכע האט פארטיילט מצות פאר האלב פרייז, לטובת הציבור...

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 22/3/2012 21:56

מאיזה סיבה האט מיר דער שטיקל דאס מערסטע געפאלן...

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי FiveBoro ב- 22/03/2012 21:53:02

לאנצוט » 22/3/2012 22:45

עס איז א גוטע זאך, הלוואי זאל מען עס נאכמאכן איבעראל.

האנדא » 22/3/2012 23:04

ווען א ביזנעס הייבט אן א וועק צו טיילן ''חצי בחינם'' ווייסט יעדער וואס דאס מיינט, באנקראט!

זעט אויס אז בראדוויי בעקעריי איז אויפן שוועל פון באנקראט, אזוי ווי רבי זאליס גאנצע רביסטווע, אלעס גייט דארט מיטן פיטם אראפ,

דער שגיון לדוד שליט''א וועט מיזן אויף קימען מיט נייע משנה ברירות אויף צו ווייזן אז כלל ישראל מיז קויפן מצימחות ומבקעות מצות, דייקא פון די בראדוויי מצימחות בעקעריי,

ביי רבי זאלי אונדערהיים איז דא בענדער משנה ברירה שעדיין לא ראוי אור הדפוס, וואו למשל משנה ברירה אויף הלכות אבילות, אפשר דארט וועט דער שגיון לדוד שליט''א קענען טרעפן פרישע ווארע,


תוקן על ידי האנדא ב- 22/03/2012 23:05:11

געלעכטער » 22/3/2012 23:13

געבראטענע לצים קע"ה. די סעילס אין מצה בעקערי זענען טאקע דראסטיש געפאלן זינט דער בלאט איז ערשינען היינט צופרי.

געלעכטער » 22/3/2012 23:16

ניטאמאל א דבר השלם קען דער בלאט צושטעלן, אז מ'מאכט שוין יא א ארגענעזאציע מיט א לעטערהעד פארוואס האט מען נישט אינזין צו שרייבן די ריכטיגע אדרעס פון די מצה בעקערי? ‎​
 
נאר וואס דען, די אהרונים וועלן דאך עניוועי נישט כאפן, שפילט מען זיך ארום מיט די מילב מוחות.

האנדא » 22/3/2012 23:16

זאג נאר זיסער געלעכטערל, האסט דיר שוין איינגעהאנדלט א דאסטער מין אן השגחה פאר דיין ב''ב לכבוד יו''ט?

גרוינים » 22/3/2012 23:18

איך זעה אז די ענין פון די ווייץ שלאפט עפעס היי יאר אפילו ביי די זאליס אבער דאס קומט נאכן שניידן די פירות פונעם שגיון לדוד פאריאר וואס האט געקנאקט שטיקער פון די כת לצים און זייי האבון מורא מזאל נישט צופיל רעדן מער דערפון ווייל זיי האבן מורא אז די סעיל וועט ארויפגיין אויף כולו בחנם..

ביי די וועי ווייסט איינער ווי מקען דאונלדודען די קונטרס שגיון לדוד?

תוקן על ידי גרוינים ב- 22/03/2012 23:20:25

געלעכטער » 22/3/2012 23:38

זאג האנדא, יצחק ראזענבערגס טעכטער האבן שוין געקויפט דעם דאסטער מיטן טעג?

FiveBoro » 23/3/2012 00:05

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ניטאמאל א דבר השלם קען דער בלאט צושטעלן, אז מ'מאכט שוין יא א ארגענעזאציע מיט א לעטערהעד פארוואס האט מען נישט אינזין צו שרייבן די ריכטיגע אדרעס פון די מצה בעקערי? ‎​

איך וועל עפרישיעטן אז דו וועסט רעדן מער קלאר און צום פינטל.

זאגסט אז יעזורו האט נישט געטיילט קיין מצות, און די עד האט דער בלאט אליינס געמאכט?

און ווער זענען די קעלבער, די ארונים, איא?

געלעכטער » 23/3/2012 03:25

אין דער איד איז אזא עד נישט ערשינען, דער אדרעס איז נישט ריכטיג, קיין טעלעפאן נומבער איז נישטא, ‎​
 
יעצט פיר די אליינס אויס.....

רבי_יונה » 23/3/2012 03:34


דער מודעה איז געווען 2 אדער 3 מאל אין דבר יום ביומו אין פרשת ויקה''פ

פוטער » 23/3/2012 05:26

געווען אדווערטייזט אין דבר יום ביומו מאנטאג ויק"פ, דא קען מען עס דאונלאודען http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_3_12_12.pdf

פוטער » 23/3/2012 05:28

נא געלעכטער, וואס איז נעקסט? אפשר א פאלשע עד?

FiveBoro » 23/3/2012 06:16

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און ווער זענען די קעלבער, די ארונים, איא?

outspoken » 23/3/2012 14:55

די גאנצע יעזורו באשטייט פון אן עסקן וואס איז אויפגעקומען מיט א ביייפאל, אז מענטשען מיט גרויסע משפחות קע''ה וואס באקומן נישט פון קמחה דפסחא, זאלען באקומען מצות פאר האלב פרייז, די וועג ווי אזוי דאס ארבעט, יעזורו קויפט אפ טויזענטער פונט מצות פאר א ביליגע פרייז, און די איבריגע שטעלט מען צאם פון נדבנים,

והוקע אותם נגד.. די בלאט איז געגאנגען דא אזוי low, חוזק צו מאכען  פון די מצה בעקעריי דורך נוצן אזא נאבעלע ארגענזאציע.

מ'דארף נישט זיין קיין ס. מעמבער, און מ'פרעגט נישט אויף די אפלעקאציע ווי מ'דאווענט.

רבי_יונה » 23/3/2012 18:39


רבי אוטספאוקען הער זיך איין
1) ביטע לייג ארויף די אפליקאציע צו קענען זעהן וואס מען  האט געדארפט אויספילן
2) אין אלע יארן האט מען געגעבן אין די בראדוועי בעקערי  פיל ביליגער פאר שוואכע פארדינער , און דאס איז געווען דער לויב אויף ר' יודל ר''ב ז''ל.
3) ''משמחי'' לב פירט דאך שוין יארן אזא חצי בחנם פראגראם. אויב איז דער בראדוועי בעקערי אזוי גוטהארציג צי נניח אז דאס איז א פריוואטער עסקן (כדבריך) וואלטן זיי געקענט אויפהייבען דעם טעלעפאון צו ''משמחי לב'' און זאגען דא האט איר נאך 10 אדער 15 טויזענט פונט פון די טייערע בני תורה מצות , און גיבט נאך פאר נצרכים פאר חצי בחנם.
וואס האט פאסירט אז אין צוגאב צו ''משמחי לב'' פראגראם און צו די זאלי קהלה'ס יערליכע קמחא דפסחא מצות חלוקה, האט מען פריש אוועקגעגעבן טייערע בני תורה מצות חצי בחנם, פארשלייערט אונטער'ן נאמען ''יעזורו''?.

המקרא הזה אומר דרשוני.

kleinekup » 23/3/2012 18:50

outspoken
איז גערעכט

און די שכוח קומט פאר אזא השגה נפלאה, משמחי לב,

און דאס אז די בעקעריי אויף בראדוויי שטעלט זיך אויך צן, קען מען קרעדיטירן:
די פאליטיק
די יצר טוב
דעם רבי'ן זי"ע אז למעשה טוט זיין בעקערייען חסד,

יעדער קען טייטשן ווי אזוי מ'וויל

חלילה וחלילה, אז קומענדיגן יאר זאלן בעקערייען מאכן שוועריקייטן פאר די עסקנים וגבאי צדקה, א דאנק די אימוויכטיגע שטעך ארטיקל. קלאר ווי טאג, יצא שכרו בהפסידו.

kleinekup » 23/3/2012 18:57

רבי יונה

זייט ווען פירן מיר זיך לויט זייערע סטאנדארט?

אינז ווייס מיר אז ווען אידן טוען גוטע זאכן רייסט מען נישט אראפ.

----------
אז די טוסט ווי זיי דאן טו שוין א גאנצע ארבעט

זיי מסביר אז זיי זענען א קליפה אזוי ווי מזעהט אין ספרי רבינו, אז די קליפה פרובירט אינז צו פארבלענדן מיט חסד וכדו', אבער אלעס גייט סייווי פאר די סטר"א.....

kleinekup » 23/3/2012 19:24

וגם את ה'זאלי אשר יעבודו דן אנכי, ואחרי כן יצאו ברכוש גדול

און זינג והוא שעמדה, און האב אינזין דיין פאליטישן שונא

גרוינים » 23/3/2012 22:43

kleinekup כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה

זייט ווען פירן מיר זיך לויט זייערע סטאנדארט?

אינז ווייס מיר אז ווען אידן טוען גוטע זאכן רייסט מען נישט אראפ.

----------
אז די טוסט ווי זיי דאן טו שוין א גאנצע ארבעט

זיי מסביר אז זיי זענען א קליפה אזוי ווי מזעהט אין ספרי רבינו, אז די קליפה פרובירט אינז צו פארבלענדן מיט חסד וכדו', אבער אלעס גייט סייווי פאר די סטר"א.....


די נקודה איז גערעכט אבער סאיז פארשטענדליך אז ווען אידן פירן א מערכה של שקר אינטערצורייסן דעם הידור פון אריזאנא ווייץ בלויז צוליב ווייך מדארף עוקר זיין סאטמאר רבין חלילה און דא קומט א מציאות אז די מדקדקים פון זייער לאגער זענען קלוגער געווארן און הייבן אן טראכטן אז דער סיסטעם אין בראדוועי איז אנע שום השגחה און די פאקטן פונעם קונטרס שגיון לדוד האבן געקלונגען אין די אויערן אז חוץ די מצומחות איז דא פול מיט קאראפשן דארט
איז זייער נארמאל צו זיין פרייליך אז בראדוועי שנייד די פירות פון זייער מערכה קעגן אריזנא ווייץ און קעגן סאטמאר רב און יא והיא שעמדה לכלותינו די חברה וואלן אונז דערשאסן (עכ"פ פיזיש) אינאיינעם מיטן רבין, והקב"ה מצילינו מידם און סאטמאר רב בלייבט סאטמאר רב און מנהיג ישראל בלייבט מנהיג ישראל און כלל ישראל בלייבט כל ישראל
ווען סאיז איבער א נושא ווי חתונה תקנות אדער אז בראדוועי הייבט אן נעמען פון ווי סרעגנט נישט קוקט מען עס טאקע ארויף און מאיז עס מחזק אין בלאט אויך אבער ווען השי"ת איז דיר מציל פון דיין שונא דיין מאך א סעודהניו

בלומבערג » 23/3/2012 22:51

 די זאלי מצות קויפט היינט קיינער שוין נישט א חוץ די זאלי'ס
די מצות האט נישט קיין שום חומרות אין קיין שום געהעריגע אויף זיכט אין השגחה
ממילא מיזן זיי אוועק טיילן טויזנטער פונט מצות יערליך פאר שפאט ביליג

ס'נחת צי קוקן ווי נאך א רינגעלע פינעם רבי'נס סוקסעס וואס האט אריין געברענגט חומרות אין די גאנצע וועלט אויף מצות
וואס אמאל האט מען זיך געריסן צי באקומען בראדוויי מצות אין היינט האבן זיי חמרים איבער געבליבן

רבי_יונה » 25/3/2012 16:45


איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר. דער ''בלאט'' באריכט א טרוקענע נייעס אז די זאלי מצה בעקעריי האט אונטער'ן נאמען ''יעזורו'' אוועקגעגעבן טויזענטער פונט  מצות פאר האלב געלט.

פארוואס דארף מען זיך אלעמאל בייסן אויף היידפארק און אויסטייטשן אנדערש ווי פשוטו כמשמעו?

זייער באקאנטע גוטהארציגקייט האט זיי מכריע געווען זיך צו רעכענען מיט'ן מצב הפרנסה , און דאס איז די איינציגסטע סיבה פאר'ן  אוועקטיילן  טויזעטער פונט מצות חצי בחנם ווי דער בלאט שרייבט ''לכל שואל ומבקש''.
הלואי זאלן עס די אהרונים נאכטוהן.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/03/2012 16:46:44

רבי_יונה » 25/3/2012 22:46


לשבחו פון די זאליס. זי האבן אוועקגעגעבן די טייערע  בני תורה מצות וואס די רעגולערע פרייז איז 26 דאללער פאר א פונט, פאר בלויז 12 דאלער א פונט אונטערן נאמען ''יעזורו''. דאס איז נאך מער ווי חצי בחנם

סטראבערי » 25/3/2012 22:50

נעבעך יונה

ער ארבעט אזוי שווער מיט אזוי "באנטש" תגובות
און קיינער גיבט אים נישט די ריכטיגע אטטענשאן

יונה: ווער נישט צעבראכן, גיי ווייטער אן, אפשר וועט זיך נאך די רעדל דיר א דריי טוהן [בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 25/3/2012 22:56


אפשר וועט זיך אפירקראצן עפעס אן ''יעזורו'' און מיר ''ארויסהעלפן'' אין מיין גאר שווערע ארבעט איבערצוצייגען אז די זאליס האבן אוועקגעטיילט טויזענטער פונט מצות פאר ווייניגער ווי חצי בחנם.

והלא ''געלעכטער'' האט דאך באשטעטיגט אז די גאנצע ''יעזורו'' נייעס איז הויל בלאף.

outspoken » 25/3/2012 23:03


באקומן אין  אישית פון


בראדוועי מצות
אין לי רשות כתיבה בפורום "כל העולם כולו"
אבל חבל שלא היה לי "כלי" לצלם איך שהרב לייבוש איליאוויטש (מרבי ועד החינוך של אהרן וועלץ בב"פ) יוצא מבית אופה דסאטמאר 427 בראדוועי, עם קופסאות של מצות = מצות חמוצים.... מצה גזולה.... מים מלוחים.... וכו' וכו'.
והדברים ידועים, אבל מאמר העולם "א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער"

גרוינים » 25/3/2012 23:12

שיין דערלעבט מאיז זיך מחזק מיט א וואוילע איד וואס באקומט בחנם יארן און ווייסט קיין מעשיות איז מען זיך מחזק אז די טויזנטער פונט מצות וואס ווערט פארטיילט בחנם צי חצי בחנם ווערט אויך אוועקגעגעבן פאר א איד אן ארוני (אויב ער ניצט עס בכלל פסח..)
הקיצור כהאב געמיינט אז אריזאנא איז חמץ למעשה דארפן זאליס זיך פארענטפערן אז מהאט געטראפן אן אהרוני קויפן פון בראדוועי ממילא מוז זיין אז די מצומחות פון בראדווכעי איז נישט אזוי געפערלעך און סאיז נישט חמץ גמור שיין דערלעהבט

סטראבערי » 25/3/2012 23:26

נצח ישראל לא ישקר!! ערב פסח מצות אין סאטמאר

[בילד – נישט אפגעהיט]

ערב פסח ביי די אריזאנא בעקעריי אויף ראטלידש, כמעט א מנין ווארטנדיג צו קויפן די אריזאנא ח... ווי איז די ארג. "יעזורו" וואס זאל ארויסהעלפן מיט די געפערליכע געשטיפאכטס, מ'קען גע'הרג'עט ווערן.....
[בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי » 25/3/2012 23:27

אוי! ס'איז בושות!

גרוינים » 25/3/2012 23:37

גיי מאך א בילד פון ראדני יעצט און לייג עס ארויף סוועט זיין מוראדיג די ארונים וועלן קענען שרייבן אז סאיז בושות...

פשווארסק » 26/3/2012 00:57


[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 26/3/2012 01:10

ליצים

יעדער כאפט א בילד ביים צווייטען ווען דארט איז נאך/שוין ליידיג


גראדע מיינט די לאנגע ליין גארנישט, עס מיינט עס מען גיבט נישט קיין סערוויס
רוב בעקערייען האט מען שוין איינגטיילט אז יעדער קומט א פאראויס באשטימטע צייט איינגעטיילט לויט א סדר אין מען דארף נישט ווארטן ערב פסח

גרוינים » 2/4/2012 02:45

דער קאנטער אשכול האט געווארט מזאל ערגעץ אדווערטייזן אונזערע מצות ביז נאך 3 וואכן איז אפירגעקומען א חלשותדיגע שורה אין א קלאסעפייד צעטיל אין לאנדאן
א קיצור פון אדווערטייזן אין וו"ב ב"פ ק"י טאג נאך טאג פ' ויק"פ אז די מצות פון בראדוועי מצומחות זענען חצי בחנם איז מען זיך מחזק אז אין לאנדאן האט א איד אריינגעשטעלט א קלאסערפייד א נערישע שורה אלס מודעה אז סאיז דא צובאקמען מהודרדיגע אריזאנא ווייץ
וויי פאר אזא חיזוק 
ואני אומר טייערע זאליס איך אין ענקערע שיך וואלט איך געווארן א פאפנער ווי איידער זיין פון די אויסגעשפילטע כת הולכי הבג"ץ וואס שטינקט שוין איבעראל אלס סיקריקים שלעכטע מענטשן וועלכע זוכן אויסצורייסן יעדן דבר טוב און די ביטערע סוף פון קליקע איז בלויז ביים אנהייב אבער יעדער בר דעת שטייט שוין דערפון ווייט
עיין אריזאנא מצות
קרית יואלער מהודערדיגע שחיטה
רויז טעג לצניעות הבגדים
און בגשמיות גערעט
בית החיים
ראס סטריט בילדינג ביהמ"ד החדש
קעמפס
און וואס איז נעקסט?
נאר השי"ת ווייסט זיינע פלענער און ער וועט אוודאי מקיים זיין דעם סוף גנב לתלוי' מיט אלע מפרשים

און צו מיינע פריינט פון יענעם לאגער א כשרן ליכטיגן יו"ט פסח פארגעסט פון די שטותים זייט אייך מחזק מיט תורה ומצוות אשר בחר בנו בכל עם וממנו מכל לשון און זייט אייך מקבל צוצוהעלפן יעדן דבר טוב ביי כלל ישראל צו זיין גליקליך מיט זיך און נישט ביזי זיין מיט יענעמס עבירות דאן וועט איר נישט דארפן קיין בנינים נישט קיין נצחונות נישט קיין פאלשע קנאות גארנישט איר וועט זיין וואו גאנץ כלל ישראל גליקליכע פריילכע אידן וואס זענען מיטן אייניציגן געווינער אחד יחיד ומיוחד הי' הוה והיהי' ואין עוד מלבדו וואו דאס וועט בקרוב נתגלה ווערן אז נאר ער איז דער געווינער בקרוב בביאת המשיח והיתה לה' המלוכה במהרה בימינו