סעד ועזר שע"י התאחדות אברכים דסאטמאר אויספארקויף אין מעכטיגן ארמארי בילדונג אויף מארסי
היי יאר וועט די מעכטיגע אויספארקויף צוגעשטעלט דורך סעד ועזר שע"י התאחדות אברכים דסאטמאר פארקומען אין מעכטיגן ארמארי בילדונג אויף מארסי עוו.
פרטים יבואו
און די אהרונים אין די ארמארי אויף בעדפארד ......???
אלע פריערדיגע יארן האב איך איינגעקויפט ביי סעד ועזר, איך האב זיך געשפארט זייער זייער אסאך געלט, עס פעלט אבער אויס מען זאל צושטעלן מער רעדזשיסטערס, פארוואס זאל מען דארפן שטיין אין די ליין צו באצאלן א קנאפע דריי שעה? די זיבן אכט רעדזשיסטערס איז נישט גענוג אויף צו קענען דערהייבן אזוי סאך וואס קומען דארט איינקויפן, נאכדערצו וואס יעדע דורכשניטליכע משפחה קויפט איין ריזיגע קוואנטום ארדערס.
אפשר וואלט כדי געווען אז מען זאל מאכן באזונדערע שעה'ן פאר אויסגעצאלטע מעמבערס ביי קהל? עס וואלט געווען א מוראדיגע בענעפיט אז מען זאל קענען איינהאנדלן די פסח ארדער פאר ביליג און שנעל.
סעד ועזר איז נישט נאר פאר סאטמאר, במילא קען מען נישט מאכן קיין עקסטערע שעות פאר סאטמאר.