הכשר אויף פאנדשעלאוס, מה זה?
אזוי ווי דו פרעגסט א שאלת תם, מה זה.
וועל איך דיר ענטפערן ווי מ'ענטפערט פאר א תם. איך האלט דיך חלילה נישט פאר קיין רשע.
עס איז געווען א הייליגער צדיק מיט'ן נאמען אברהם, א זון פון תרח, וועלכער איז געבוירן אין כותא, און האט ביי די דריי יאר איינגעזען אז עס איז דא א בוכ"ע, וועלכער האט באשאפן די גאנצע ועלט אין 6 טאג, און אלעס ווערט געפירט דורך אים, און נישט דורך די געטשקעלעך, ווי זיין טאטע און אלע מנטשן אויף די וועלט האבן דעמאלט געהאלטן.
דער אברהם האט אנגעהויבן פארציילן פאר די גאנצע וועלט אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער וועלכער פירט אלעס, און די גאנצע וועלט ווערט געפירט דורך אים, האט באקומען א הבטחה פונעם באשעפער ביים ברית בין הבתרים אז ער וועט נאך זיין א "אב המון גוים" און זיינע קינדער וועלן זיין אזויפיל ווי די שטערן אויפן הימל וואס מ'קען נישט ציילן.
אברהם אבינו איז שוין געווען א זקן פון בערך 100 יאר ווען עס איז אים געבוירן געווארן א זון יצחק. דער יצחק איז געגאנגען אין טאטנ'ס דרכים און האט אויך פארשפרייט פאר די וועלט אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
בי די 60 יאר האט דער יצחק געבוירן א צווילינג, יעקב און עשו. פאר יעקב זענען געבוירן געווארן 12 זון, וועלכע ווערן אנגערופן "שבטי י-ה". זיי זענען: ראובן, שמעון, לוי, יהודה, ישככר, זבולן, דן, נפתלי, גד, אשר, יוסף און בנימין.
מיט דעם יוסף האט זיך אפגעשפעילט א גאנצע מעשה מיט א חלום מיט זיינע ברודער, וועלכע האבן אים פארקויפט פאר א קנעכט און איז אנגעקומען קיין מצרים וואו ער איז געווארן דער משנה למלך אונטער פרעה, און כדי עס צו מאכן קורץ וועל איך נישט אריינגיין אין אלע דעטאלן, נאר אזויפיל אז נאך 7 זאטע יארן און 2 הונגער יארן זענען די קינדער פון יעקב אראפגעקומען קיין מצרים קויפן עסן און יוסף האט זיך שפעטער דערקענט צו זיי, און זיי געהייסן אראפברענגען זייער פאטער יעקב קיין מצרים.
נאך לאנגע השתשלשות האבן די מצרים זיך גענומען געוועלטיגן איבער די קינדער פון יעקב וועמען מיר וועלן יעצט רופן "בני ישראל" און זיי ביטער שווער פארקנעכטיגט און זיי האבן זייער געוויינט פאר'ן באשפער ער זאל זיי אויסליין, און נאך 210 יאר וואס די אידן זענען געווען אין מצרים האט דער באשעפער געשיקט משה רבינו צו פרעה דער קעניג פון מצרים אז ער זאל ארויסלאזן די אידן פון מצרים, זיי זאלן קענען דינען זייער באשעפער.
דער פרעה האט אוודאי נישט געוואלט, און דער באשפעער האט געשיקט פאר פרעה מעכטיגע שטרארפן וואס מיר רופן "מכות", וועלכע האבן אויפגעשאקלט די ועלט, ביז ער האט ארויסגעלאזט די אידן פון מצרים, דעם 15'טן טאג אין חודש ניסן.
דער הארטנעקיגער פרעה האט שפעטער ווידער פארגליסט נאכצויאגן די אידן, ביז דער באשעפער האט אים געמאכט איינזינקען אין ים אריין די אלע מצרים מיט זייערע רייטוועגענער, און די אידן האבן געזונגען שירה פאר'ן באשפער, א נס וואס דאס אידישע פאלק פאררעכנט אלס די גרעסטע נס וואס האט צו זיי פאסירט ביזן היינטיגן טאג.
די אידן זענען פון דארט געגאנגען עטליכע מסעות ביז זיי זענען אנגעקומען קיין רפידים אין מדבר סיני, דארט האט זיי דער באשעפער געגעבן די הייליגע תורה דעם 6'טן טאג אין חודש סיון.
אין די דאזיגע תורה וועלכער דער באשעפער האט געגעבן פאר די אידן איז נאך היינט צו טאג פארהייליגט ביי "אלע אידישע קינדער" וועלכע גלייבן באמונה שלימה אז די תור האט דער באשעפער געגעבן פאר משה רבינו אויפן בארג סיני, עס איז נישט געטוישט געווארן ביז היינט און עס וועט ווייטער נישט געטוישט ווערן קיין האר קיינמאל.
יעצט, ר' נפל, אין די דאיזע תורה איז פאראן 613 געבאטן.
248 מצות וואס מ'דארף טאן, וועלכע די אידן רופן מצות עשה.
און 365 מצות וואס מיר זענען פארבאטן פון טאן, וועלכע די אידן רופן "מצות לא תעשה".
יעצט איינע פון די זאכן וואס מ'טאר נישט טאן איז דער איסור פון "לא תתורו" און ולא יראה בך ערוות דבר ושב מאחריך".
פון דעם פסוק לערנט מערן ארויס פארשידענע זאכן וואס זענען פארבאטן פאר די אידן וועלכע האבן מקבל געווען די תורה אויפן בארג סיני, און די אידן וועלכע פירן זיך גענוי ווי מען האט זיך געפירט אלע יארןת זינט קבלת התורהץ
עס זענען ליידער געווען מינים און אפיקורסיםת זידים וליצים, צדוקים וביסותים, קראים און רעפארמער וועלכע האבן ליידער חוזק געמאכט און אפגעלאכט פון די ערליכע אידן אין אלע דורות אבער דאס האט נישט אפגעשראקן די אידישע באפעלקערונג די וועלכע האבן זיך געהאלטן שטרענג אן קיין חכמות צו די אלע געבאטן פון די הייליע תורה,
יעצט טייערע נפל: איך האף אז אויב דו האסט נאך עפעס פראגעס וואס "דארף דער הכשר" באדייטן" און פארוואס מיר דארפן עס האבן קומט נישט פון "מה העבודה הזאת לכם"? ווייל דעמאלט וועל איך דיר מוזן געבן אין די ציין אריין אז עס זאל דיר פארגיין דער אפעטיט, אבער איך בין דיר דן לכף זכות אז דו ביסט זיכער נישט מער פון א פשוטן תם און עם הארץ און ביסט חלילה נישט דא אפצולאכן פון די תוה הקדושה, אלעס ווייל דו האסט עפעס קעגן דיין פאליטישן שונא,
ודי בזה
ידידך לאנצוט
א) נאר אויף פאנדשעלאוס איז דער ענין פון צניעות? אדער ווייל נאר ביי פאנדשעלאוס איז יעצט דא א ביזנעס אינטרעסע?
ב) פארוואס איז נישט געווען פון מעמד הר סיני ביז יעצט אן הכשר אויף קליידער. מען איז בייגעקומען מינים און אפיקורסיםת זידים וליצים, צדוקים וביסותים, קראים און רעפארמער אן דעם. פארוואס איז יעצט דער חדש נייטיג?
|
פדן ארם, פארוואס האט אויסגעפעלט צו מאכן "פאלם" טייטס?
אַמער, פון מעמד הר סיני ביז תש"כ בערך, האט מען געקענט זיך באגיין אן "פאלם" טייטס, פארוואס היינט מען מוז גיין מער בצניעות.
אגב, דיין פראגע פארוואס מ'דארף מוסיף זיין גדרים וסייגים קדמוך כל האפקורסים לימיניהם.
און איך ענטפער דיר נאר: מוזט נישט גיין בצניעות, דו האסט א בחירה חפשית, קענסט פאר דיין תאווה (וואס דו רעדסט דיר איין) קענסטו רואיג גיין בבגדי שחץ, טוסט קיינעם נישט אפ, נאר דיר אליין.
פדן תורים, האסט נאך עפעס פראגעס, ביטע פרעג שיין מיין קינד.
|
פארוואס האט מען עס געמאכט?
וואס איז דען שלעכט געווען אלע יארן אז מ'האט עס געמוזט מאכן.
ווען דו וועסט דאס פארשטיין, וועסטו פארשטיין "רויז טעג".
דער איינציגער חילוק איז אזוי:
פאלם טייטס האט איינגעפירט רבינו בעל דברי יואל, נאר כדי צו פארמערן צניעות.
רויז-טעג האט געהייסן רבינו בעל לב לב אהרן, נאר כדי צו פארמערן צניעות.
וואס נאך ווילסטו וויסן?
וכידוע האט רביה"ק בעל דברי יואל ארויפגעצויגן זאקן (ביי די פאלם טייטס" אויף ידיו הקדושות, און געקוקט צי מ'קען דורכזעהן די הענט אדער נישט.
יעצט, וועלכע סארט קלייד זיי באשטעטיגן אז ס'איז "נישט אויסגעהאלטן" מטעם ההלכה, וועלן זיי עס נישט לאזן פארקויפן אלס כשר, און די קאסטומערס וועלן וויסן אוועקצושטיין דערפון.
וואס נאך ווילסטו וויסן, נפל טייערער.
די וועד הרבנים שטייט אין פארבינדונג מיט א וועד פון קרוב צו צאוואנציג בעלי מחנכות פון רוב שולעס אין נוא יארק וועלכע האבן באשטעטיג די תקנות און זאכן וועלכער דארף ווערן אויסגעפאסט בשעתן מאכן די קלייד
מען האט אנגעהויבען מיט דאסטערס ווייל אויף די סארט הערשט א שרעקליכע מאנגל אין די לעצטערע תקופה פון "נארמאלע" סארט דערפון. וילכו מחיל אל חיל אויף אלע איבריגע בגדים
מיר זענען נישט פארבלענדערט אזוי ווי די און די איבריגע נארוינים פון דעם צביעות פון רעב אהרן ט"ב לרפואה שלימה. פליצלינג זענען די מצות חמץ, די שחיטה טריפה, די פרויען פריצת'דיג וכ"ו און ער קומט אן און פאררעכט אלעס און ער האט געראטעוועט אידישקייט.
עס איז ב"ה א שיין ערליך דור וואס פירט זיך צו די מסורה. עס איז אייביג דא וואס צו מוסיף צי זיין מיט גדרים לויט ווי דער מצב פארלאנגט. אין מען לייגט טאקע צו זאכן אבער אזוי ווי עס פלעגט געטאהן ווערן ביז איצט, מען האט זיך אינטערגענימען זאכן ווייל מען האט זיך געוואלט בעסערן נישט כנוסח רעב אהרן פון זיך הייבן דורך אראפקלאפן יעדעם איינעם אנדרעש!
|
פדן אדם, איך ווארט צו זעהן אן איסור פון אייערע רבנים אז מ'טאר נישט גיין מיט "רויז טעג".
צו די היינטיגע פרויען וואס זענען ערליך, אפגעהיטען מיט א פרומערע לבוש אלס דעם סטאנדארט אין אלע חסידישע געגענטער!
איר ווייסט וואס איר רעדט ? ? ?
|
צי ר' אהרן וועט זיך אנטאן א פאניעלאו בין איך דערווייל נישט זיכער.
אבער די פרויען פון די פאליטישע שונאים פון דעם ר' אהרן, וועלן זיך זיכער נישט אנטאן.
אידישקייט ארויף, אידישקייט אראפ. - פאליטיק פוירסט!
די תורה איז ניטאמאל א טפל צו די פאליטיק.
איני יודע. און עס אינטרעסירט מיר בכלל נישט.
דער עיקר איז אז ס'וועט אי"ה זיין מהודר'דיגע מלבושים. ס'איבריגע איז היסטאריע.
לגופו של ענין וויל איך צולייגן אז איך באמערק עפעס אז נישט דער סארט "הכשר" ארט דיך ספעציעל. עס איז נאר דער "ממציא רעיון" פונעם הכשר וואס קרענקט דיר. כאטש עס פאסט דיר אוודאי נישט מודה צו זיין.
איך וועל דיר ארויסברענגען 2 נקודות:
אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא זאך ווי "הסכמות אויף א ספר". האסט למשל געזען אז דער יד החזקה פונעם רמב"ם זאל האבן א הסכמה פון גדולי זמנו?
האסט אפשר געזען א ריטב"א מיט א הסכמה? א רשב"א מיט א הסכמה?
נאר עס האבן זיך געמאכט פראבלעמען במשך די דורות, האט מען איינגעפירט אז א ספר דארף א הסכמה.
דאס איז די ערשטע נקודה:
די צווייטע נקודה איז: האסט אמאל באגעגענט עסן-פירמעס פון דער אלטער היים מיט א "הכשר"?
איך גלייב אז ניין. עס איז נישט געווען. יעדער האט געקענט יעדן פון זיין שטעטל, און ס'איז נישט געווען קאמערשלייזד, ע"כ האט מען זיך געטרויעט.
דאהי אין אמעריקע איז אנדערש, און איך בין זיכער אז דו פארשטייסט עס, אז היינט דארף יעדע איינציגע פראדוקט א הכשר, כאטש דו קענסט דעם פאבריקאנט דארף דער פראדוקט א הכשר. (ליידער דארפן היינט די בעלי מכשירים אליין א הכשר וד"ל).
יעצט צו מלבושים, אז אמאל האט מען נישט געדארפט איז נישט טייטש אז "היינט" דארף מען אויך נישט. ווייל דער מציאות זאגט אנדערש. און לאמיר דיר איבערצייגן מיט מיין לעצטע קויל:
דאהי אין ניו יארק זענען פאראן בערך מערערע בתי חינוך, קענסט מיר אפשר געפונען "איין מוסד" וואס וויל זיך נישט צושטעלן אויסער דער מוסד וועלכע זענען "פאליטישע שונאים" פאר ר' אהרן טייטלבוים?
דער תירוץ איז, אז אלע מנהלים און מנהלת'ן פון אלע מוסדות פארשטייען דאס נחיצות, חוץ די וועלכע "וועלן אנדערש גיין בחציפות" !
מיט דעם וועל איך מסיים זיין: קיינער בעט דיר נישט צו קויפן "רויז טעג", עס איז נאר געמאכט פאר די וועלכע ווילן קויפן צניעות'יגע מלבושים. פינטל.
עפעס האט זיך מיר געדארפט אז איך האב דיר זיכער 10 מאל געזאגט אז ס'איז דא א וועד פון רבנים, און זיי באשטעטיגן וועלכע סארט קליידער זענען כשר, און די באקומען א הכשר, און די וועלכע נישט, באקומען נישט.
וויאזוי עס ארבעט, צי דורך אימעיל, צי דורך א פאקס, צי איינער טוט זיך אן, איז מיר נישט נוגע.
נ.ב. (עס קומט טאקע נישט אריין, אבער איך וויל עס דאך אריינווארפן, ווייל איך וויל הערן דיין רעאקציע. ביטע.)
דאס אז אלע מוסדות התורה שטעלן זיך צו, נאר איין מוסד נישט, מיין איך אז עס זאגט אלעס.
איך פארשטיי עס אויך נישט, פארוואס דארף אייך באדערן א גוטע זאך. איינער הייסט דיר קויפן דירעקט צניעות'דיגע מלבושים?
לאז דיך נישט פון דעם אהרן!
|
איך וועל עס איבערזאגן ווי א צעבראכענע טעיפ רעקארדער. אלע בתי חינוך האבן זיך צוגעשטעלט צו "שטיצן רויז טעג", ווייל עס איז א גדר פאר צניעות און קדושה.
חוץ איין מוסד. ואידך זיל גמור!
אזוי ווי דו ווייסט דאך נישט פון וואס איך רעד, האסטו צוויי גרינגע ברירות:
1) פרעג דיין שוואגער
2) איך מיין אז עס איז אריין אין דער איד, די וואך, פ' ויקרא תשע"ב. פרעג זיי וואס דאס מיינט.
א דאנק.
לענינינו - איך בין שטארק אינוואלווד אין דעם ענין (איך ארבעט ערגעץ אין די דאסטערס אינדוסטרי) און איך קען אייך אזויפיל זאגן - ס'איז נישט קיין שטותים! עס איז געווען א מאנגל אויפן מארקעט אין אמת'דיגע כשר'ע סחורה, יא, אפילו פאר די דאזיגע וועלכע האבן באמת געוואלט גיין צניעות'דיג (ס'איז געווען עפעס, אבער גאר א שטארקער מאנגל). עכ"פ סוחרים (פאבריקאנטן און און סטאר פארקויפער) האבן אויף אלעם געזאגט "דאס איז גוט","יענץ איז אויך גוט". א.א.וו. תירוצים שונים.
דאס איז געענדיגט. עס איז אצינד פאראן א וועד פון חשוב'ע פרויען, וועלכע קומען אראפ צו די פאבריקאנטן (אדער שיקט מען זיי א סעמפל), און יעדעס דאסטער וואס וויל א הכשר, מוז נאכקומען געוויסע סטאנדארטן, ווי צב"ש נישט קיין קלעבעדיגע סחורה, די פיט דארף זיין צניעות'דיג פאר א עוורידזש פרוי, און די סטיל דארף זיין איידל, וכדו'. בקיצור בס'איז נישט נוגע גענוי פאר מענער, ס'געהערט פאר די פרויען. און פליז לערנט אייך אויס, גיוו קרעדיט ווען קרעדיט איז דאא! אויב וועט איין איד האבן איין נסיון ווייניגער, האט זיך אלעס געלוינט! (און יא, ר' אהרן וועט באקומען שכר דערויף)
הערט אויף מיט די נארישע מחלוקת און קינדערישע קליינע מוחות. קיינער פארדינט נישט דערפון, נאר דער שטן. ביג טיים!!
פינקט ווי רביה"ק בעל דברי יואל האט צו ערשט געהייסן מאכן "פאלם" פאר די בהמות.
און פינקט ווי רביה"ק בעל דברי יואל איז געווען דער ערשטער וועלכער האט געהייסן פארן קיין יומא אריזאנא, לצורך מצות מהודרים, אויך פאר בהמות.
מיר טוען אויך אזוי. און איר אויפגעקלערטע מאכט חוזק און ליצנות.
איך טראכט נאר צו מיר, איז נישט דאס געווען דער דרך פון גייגער, דעסויער, חארינער, סמולענסקי, ראפאפורט און אלע אנדערע כופרים ימח שמם.
קעציל,
דיין ליצנות מאכט מיך נאר שטערקער.
אין "דער איד" די וואך איז דא א פול-פעידזש אדווערטייזמענט פאר די דאסטערס-הכשר "ראוז טעג".
וואס איז פשט? בעל כרחך יענה אמן?
הגע בעצמך: וואלטן די זאליס אמאל אריינגעשטעלט עפעס אין דער בלאט?
איך פארדריי נישט דעם שמועס, עס איז אלעס דברים פשוטים, אז מ'מיינט אמת'דיג קוקט מען אויף די תורה הקדושה און אידשיקייט נישט אויף פאליטיק.
דער זעלבער רבי האט גע'אסורט די בני יואל... דאס איז עפעס געווארן מותר.
מאך דיך נישט טאמעוואטע אריזאנע ווייץ און מצות מהודרים עדס לאזט נישט דער איד נישט אריין. נאר די דברי פי חכם חן פון הצדיק הקדוש מ'דאראג און הגאון האדיר ר' מעכל אינדיג שליט"א (מלפנים קעכער בKJ).
אויף דיין פראגע וויאזוי די הכשר ארבעט,
איך דענק אז עס איז געפערליך קאמפליצירט און טריקי, בערך ווי די בודזשעט אין קאנגרעס. ממילא הייב איך נישט אן.
קען עס איינער מברר זיין ביטע.
תודה למפרע.
|
די פוינט איז נאר, אז יעדער האלט, אז ר' אהרן מיינט עס נישט ערענסט, אלעס איז א פלעי און א שפיל ביים עם פאר פובליסיטי.
אה.. נאך עפעס! זאל דאס זיין פובליסיטי וואספאר חילוק, ס'איז א גוטע זאך? מ'דארף דאס טהון?
לאמיר זאגן אז ר' אהרן מיינט נאר פובליסיטי און געלט
ער איז דאך למעשה מרבה צניעות, און איז מתקן דברים העומדים ברומו של עולם.
לאמיר זאגן אז ביי חתונה תקנות מיינט ר' אהרן פובליסטיטי און געלט,
שפארט ער דאך איין מיליאנען דאלאר אידיש געלט פאר רבבות מישראל.
לאמיר זאגן אז ביי תיקונים פון די בשר עוף און גסות מיינט ר' אהרן פובליסטי און געלט,
האט ער למעשה איינגעפירט אז רבבות אנשים מישראל זאלן קענען באקומען א שטיקל כשר פלייש מיט אלע חמורות והידורים שיש בעולם, אזאך וואס איז ביז היינט נישט געווען.
דער ריינער תירוץ איז, אז פאליטיק קומט פאר די תורה הקדושה!
ווען ער רעדט ווי פאלנער מנובל, מיט א לשון גסה וועלכע עס פאסט פאר א געשולטער מנובל
זאלסט נישט מיינען אז איך בין אן אהרוני, איך בין ווייט ווייט פן זיי כרחוק מזרח ממערב, קענסט נאכקוקן אלטע תגובות מיינע און זעהן, אבער נישט יעדע זאך וואס ער טהוט טויג נישט.
און אויך די זאלוינים, אנשטאט מ'זאל זיך פרייען אז מען פראבירט צו פאריכטן די נושא פון צניעות, נישט קיין חילוק וואס די כוונה איז דארף מען זיך פרייען, קומט איר און איר מאכט דאס אוועק.
לאזשע מיך דיך פרעגן א טיפע / אדער א נארישע שאלה:
פארוואס די שובבי"ם תורות פון רביה"ק זי"ע איז נישט מנוולות (רח"ל מהאי דעתא), ווי די קלויזנבורגער בשעתם האבן געזאגט.
דער תירוץ איז, אז פאליטיק קומט פאר די תורה הקדושה.
נפל, ווילסט עס מיר נישט מודה זיין ווייל ליבא לפומא לא גליא. טיף טיף אין דיינע קושקעס ווייסטו עס זעהר גוט.