טייערער חסידנהלב, (חסיד שוטה פאסט מער, אבער אז חסידות איז נתשכח געווארן, ביזטו א ... אן זיין א חסיד).
| חסידנלהב כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | 1) עס איז זייער מעגליך אז ר' אהרן האט געקווטשט די טרערען קנעפל לכבוד זיין שווער און לכבוד די קאמערעס...
--אמר לאנצוט: אויב ער וויינט יא. איז עס א טרערן קנעפל. אויב נישט איז ער א חיה רעה. גאנץ גוט היפאקריטעלע.
2) אבער עס שטעלט זיך א פראגע טאמער האט ער יא א געפיל פאר זיין שווער היתכן אז ער האט זיין גאנץ לעבן נישט אנגעקוקט זיין שווער?
-אמר לאנצוט: וואס מיינט אנגעקוקט? ער פלעגט גיין צו זיין שווער, גענוי וויפיל יעדער איד פארט צו זיין שווער וואס וואוינט אין בני ברק. ער פלעגט פארן צו א שמחה, גיין וויזיטן, שמועסן און אים געבן דעם גרעסטן כבוד וואס שייך.
מען קען זאגען אז ער האט מורא געהאט פון די פינסטערע בני יואל וכדומה, אבער ער האלט דאך אז פאר נימוס ודרך העולם קוקט מען נישט אויף די זאכען?
-אמר לאנצוט: מורא געהאט פאר די בני יואל??? מ'האט דאך אים געמאכט פאר א ציוני, פאר א שייגעץ טמא וואס ראשו ורבו אין וויזניץ ! ביי אים אין שטוב רעדט מען נאר העברעיש. סאשא איז א שטיק ציונות??? גייט ער נישט איז ער ווידער א חיה רעה. גייט ער יא איז ער ציוני און פירט איין מ'זאל זאגן הלל אום ה' אייר רחמנא ליצלן.
ער האט געיאמערט ווי א ביבער אז מען לאזט נישט די ברך משה מיטהאלטען שמחות פון אייניקלעך, אפשר זאגט איר מיר וויפיל מאל ער האט געזעהן אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגען ביי זיינע שמחות?
-אמר לאנצוט: מאך דיך נישט טאמעוואטע ביטע.
מ'האט דעם ברך משה אוועקגעפירט ביום חופת נכדתו נגד רצונו. נישט דער ברך משה האט עפעס נישט געוואלט קומען.
עס האט קיינער נישט פארגעסן די השחתה וואס הגה"ק מהרז"ל ושופו משה פרידמאן האבן געטאן. נישט אומזיסט לויפט עס אים נאך עד היום הזה..
איי וועט איר זאגען אז זיין שווער האט מורא געהאט צו קומען קיין סאטמאר, פארוואס האט ער זיך נישט אויפגעהויבען אמאל מאכען אויך דארט א לחיים מיט'ן שווער לכבוד די שמחה, אדער פארען מיט א קינד פאר'ן חתונה נעמען א ברכה ביים זיידען?
די פשוטע מסקנה איז אז א חי' איז א חי' אין ביהמ"ד און אין שטוב און אין גאס, ר' אהרן האט זיך אויפגעפירט צו זיין שווער אזוי ווי צו יעדן איינעם און אזוי ווי צו זיין טאטען ווען ער האט נישט געדינט זיין אינטרעס,
יעצט וויין אהרעלע וויין
|
|
אמר לאנצוט: ער פלעגט פארן צו א שמחה, גיין וויזיטן, ער פלעגט שיקן די קינדער פון מאל צו מאל, און מ'האט אים טאקע פארשטיינערט דערפאר. און בכלל, מיט וואס א רשעות האט מען צעשטערט די חתונה פון זיין זון, אז מ'האט נאכגעשריגן א זיידן ביי זיין איינקי'לס חתונה.
אויף די השחתה טמאה ביזטו עפעס נישט מוחה, אויף דעם טראכסטו וועט מען דיר געבן שכר? אזא סארט שכר וואס הייסט ... רותחות!
ביטע ענטפער אבער נאר אויב דו האסט עפעס צו דער זאך.
א דאנק,
נ.ב.
אויך ווארט איך אן אנטווארט איבער די ליצנות פון זיך פירן ווי דעם רמ"א, ווי מיר ווייסן אז "ובני ישראל יוצאים ביד רמ"א!"