שוידער: 20 פראצענט טריפות ביי מהדרין עופות. אפגעשטעלט שחיטה
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2948730
ביטערע נייעס פון נעכטן י"ח אדר תשע"ב (מאנטאג ויקהל-פקודי)
א ספר'דישער רב הרב חושיאל וועלכער איז א משגיח ביי "מהדרין עופות" (התאחדות) פאר די ספר'דישע קהלה, האט נעכטן אונטערזוכט די עופות נאכ'ן שחט'ן, און ער איז שאקירט געווארן צו זעהן אז "א גרויסע פראצענט" זענען טריפה ממש צוליב די "צומות הגידין".
ליידער איז דאך דא די הוראה פון געוויסע מופקרים אז מ'דארף נישט "באקוקן" קיין צומות הגידין און אדאנק דעם האבן אידישע קינדער געגעסן טריפה ממש, פאר גרויס געלט.
דער ספרדישער רב קען נישט קיין חכמות האט געזאגט אז די עופות זענען טריפה און ער נעמט עס נישט. מ'האט שנעל אלאמירט די רבנים המכשירים פון התאחדות הרבנים, וועלכע האבן נעבעך נישט געוויסט בין ימינם לשמאלם פון "צומות הגידין" און וויאזוי מ'איז עס בודק.
נאך א לאנגע דין ודברים האט דער הויפט רב הרב הלל וויינבערגער געגעבן דעם ארדער אפצושטעלן די שחיטה, און אנהייבן אונטערזוכן די עופות יעדע איינע באזונדער.
די בדיקות האבן געוויזן אז 25 פראצענט עופות זענען איבערגעריסן ביי די צומות הגידין. רח"ל.
ליידער גייט דער פראבלעם אן א לאנגע צייט, און מ'איז נישט בודק (משום טעם הכמוס) און דאס גיט מען צו עסן בחזקת כשר למהדרין!
א נקמה אין ר' הלל וויינבערגער ווייל ער האט אנדעקט פאר די גאס איבער די טריפות פון צומות הגידין וואס טוט זיך אין קרית יואל בית השחיטה
| געלעכטער כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | א נקמה אין ר' הלל וויינבערגער ווייל ער האט אנדעקט פאר די גאס איבער די טריפות פון צומות הגידין וואס טוט זיך אין קרית יואל בית השחיטה |
|
1.
עס איז נישט קיין נקמה ווען אידן מהדרין בכשרות עסן רח"ל טריפה. איך בין נישט קיין היטלער רח"ל אזוינס צו זאגן. עס איז א שרעקליכער מכשול ליידער.
אויב א נקמה איז עס אין די אויסווארפן וועלכע האבן "נישט בודק" געווען די אלע יארן, און דער דער ספרדישער רב הרב חושיאל האט געדארפט מאכן אן אלארעם, נאכדעם וואס יעדער האט געזען אז קרית יואל האט געטראפן, זיי נישט קלוגער.
ממילא אמאל, האט מען דאך נישט געוואוסט, אבער אויב מ'האט יא געוואוסט פונעם פראבלעם, פארוואס האסטו נישט נאכגעטאן? פארוואס האסטו געלאזט געבן פאר דיינע קאסטומערס טריפה ממש.די נייעס איז מיר נאר א שמחה ווייל איך ווייס בנאמנות אז דארט ביי דשי ענד דשי ווערט געשחטן טריפה פלייש פאר אידן נישט נאר צוליב צומות הגידין נאר בכלל מיט די אופן השחיטה ווי א שוחט האט מיר מעיד געוען אויפן משגיח אז ער ווייסט וואס א גלאט כשר מעסער מיינט פונקט ווי מיין אינגעל פון כיתה א' און דאס ליצנות וואס דארט טוט זיך ווען דיח רבנים קומען נעמען דעם טשעק איז עד להפליא ממילא האט מיין הארץ געצאפעלט ביז היינט פארוואאס די זאליס דארפן נכשל ווערן אין עסן טריפה פלייש און צומאל טיילט מען דאס ביי שמחות אויך פאר אנדערע אידן מדקדקים וואס חלומען נישט אז מרעדט פון טריפה ממש
אבער לאמיר האפן אז דער יעצטיגער שערירי' וועט זיי אויפשאקלען אביסל וידע הציבור ויזהרו
גרונים. דאס גראדע בין נישט מקבל.
איך האלט נישט אז די שוחטים קענען נישט שטעלן קיין חלף.
אבער די פראבלעם פון צומות הגידין איז אזוי געפערליך אז עס שרייט ביזן הימל. די פראגע איז צי וועט ר' יצחק שטיין מיט גאלאנטער רב און ר' הלל וויינבערגער הייסן מאכן א "ריקאל" אויף די עופות וואס זיי האבן פארקויפט די לעצטע 2 וואכן אדער נישט.
וועלן די רבנים המכשירים שטעלן די תורה הקדושה פאר זייער "פרעסטידזש" אדער נישט?
שמעתי איז אין קרית יואל ווי מען איז בודק יעדע עוף
מאכט זיך אויך אז מען טרעפט יעדע שטוק צייט גרעסערע פראצענטן צומות הגידין
אין ווען נישט די בדיקות וואלט מען מכשיל געווען יודן מיט טריפות
אין איך גלייב שווער אז ביי התאחדות איז מען נישט בודק
דין תורה סלייגט זיך טאקע נישט אויפן שכל אבער אדברבה פרעג איינעם פון די שוחטים שטילערהייט אגב כהאב נישט גערעט פון די שוחטים כהאב גערעט פונעם משגיח אז דער שוחט וואס האט מיר דערציילט ער אליין ווייסט אבער זיין משגיח האט אים געהייסן ממשיך זיין מיטן פגוםדיגן מעסער ווייל דער שוטה משגיח מיינט אז ער ווייסט וואס א חלף מיינט אדער איז ער סתם א בהמה און האט נישט קיינעם העכער זיך פון וועם מורא צו האבן וויסענדיג אז קיינער אינטערסירט נישט אז ער זאל קענען די הלכות סאיז טאטאל אנע השגחה! אדרבה גלייבט נישט און פרעגט שטילערהייט איינע פון די ארבייטער דארט!
גרוינים
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א שוחט זאל נישט נישט קענען שטעלן א חלף
גלייב נישט אלעס
נאכאמאל איך רעד פון א משגיח העכערן שוחט און פון א מעשה שהי' בברור ממש נישט היינט נאר שוין אריבער א יאר צוריק האב איך עס געהערט פון א שוחט דארט
| צומתהגידין כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גרונים. דאס גראדע בין נישט מקבל.
איך האלט נישט אז די שוחטים קענען נישט שטעלן קיין חלף.
אבער די פראבלעם פון צומות הגידין איז אזוי געפערליך אז עס שרייט ביזן הימל. די פראגע איז צי וועט ר' יצחק שטיין מיט גאלאנטער רב און ר' הלל וויינבערגער הייסן מאכן א "ריקאל" אויף די עופות וואס זיי האבן פארקויפט די לעצטע 2 וואכן אדער נישט.
וועלן די רבנים המכשירים שטעלן די תורה הקדושה פאר זייער "פרעסטידזש" אדער נישט?
|
|
ווי קען מען צוריק בעטן די פלייש, זילותא דרבנן איז עפס א קליינע קייט
הוא הדבר אשר דברנו:
דער שלחן ערוך קומט פאר דעם פרעסטיזש.
אזוי ווי עס איז נתברר געווארן אז מ'האט פארקויפט פאר אידן טריפה ממש, זענען די בעלי מכשירים (אויב זיי האבן א טראפ יראת שמים) מחויב צו מאכן ריקאל, און זאגן פאר אלע מענטשן און מפרסם זיין אין אלע צייטונגען:
היות עס איז ליידער נתברר געווארן אז אין די לעצטע שיפמענטס זענען "מעגליך" אריינגעפאלן עופות מיט א שאלת טריפה וועלכע מ'האט נישט בודק געווען די צומות הגידין, ע"כ בעט מען ווער עס האט געקויפט "מהדרין" פלייש די לעצטע 3 וואכן זאל ביטע צוריקטראגן צום געשעפט, און מ'וועט אים צוריקצאלן דאס געלט.
ואתכם הסליחה, ויאכלו ענוים וישבעו !
הק' הלל וויינבערגער
הק' יצחק אייזיק אייכנשטיין
הק' יצחק שטיין
הק' שלמה שטערן
אבער אזוי ווי די רבנים האבן ליידער ווינציגער יראת שמים פון די רבנות הראשות, און זייער פארשטינקענע כבוד קומט פריער, וועלן זיי מאכן א פתח שין. שאַ.
וואס ווילסטו פונעם גאלאנטער רב מיטן דעברעצינער רב?
| דיןתורה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גרוינים
ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א שוחט זאל נישט נישט קענען שטעלן א חלף
גלייב נישט אלעס |
|
דין תורה,
זיי אלע געבן א הכשר אויף די מהדרין פלענט. און אויב מ'כאפט דארט 20 פראצענט טריפה, (נישט זייער משגיח) און זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג צו זאגן פאר טוזנטער אידן מדקדקים בכשרות, מיר האבן אייך "מעגליך" מכשיל געווען מיט טריפות ממש פאר חדשים און יארן.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די רבנים המכשירים זענען שטיל, און מאכן א שווייג פון די טריפה פלייש וואס זיי האבן דורכגעלאזט.
זיי זענען אלע שולדיג אן אויפקלערונג פאר אלע קאסטומערס.
ביי אונז אין סאטמאר האט דער רבי ארויסגעברענגט דעם מוצאי שבת אין ביהמ"ד הגדול אז ווער עס פארקויפט אומיידעלע פאנדשעלאוס ובפרט די דיזיינערס וואס לאכן זיך אויס און ווילן דיקא נאר אריינברענגען פריצות זענען ממש א "פינקעל" און דער ווארט פינקל איז מיט וואס מקען מעורר זיין אידן מזאל כאפן אז טריפה איז טריפה
אבער ביי אונזערע ברידער ליידער שונאי סאטמאר איז טריפה נישט מער ווי הליכה לבג"ץ און "פינקעל" וואלט געווען א לכתחילה אויב וואלט ער גארבעט מיט די זאליס אדער מיט התאחדות ע"ה עכ"פ אזוי זעהט עס אויס דערווייל
תוקן על ידי גרוינים ב- 15/03/2012 22:53:43
עס איז נתברר געווארן אז דעם גאנצען שיפמענט פון טריפה'נע עופות (ביז 2 אזייגער נאכמיטאג) יום ג' פ' ויק"פ העעל"ט, ביי די מהדרין פלענט איז געפארן צו דעם בוטשער סטאר אויף 82 ליע עוועניו.
ערשט 2 אזייגער האט דער ספרדישער משגיח הרב חושיאל גענומען בודק זיין פאר זיין ארדער.
דער ספרדישער רב האט געמאכט אן אלארם און א וויי געשריי און מ'האט געמוזט אויפהערן שחט'ן. נישט ווייל די רבנים האלטן אז "צומות הגידין" איז עק וועלט, נאר מ'האט געמוזט פארשפטאפן דאס מויל פון הרב חושיאל, ער זאל נישט פארציילן פאר זיינע אויבערהארן אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אז "שווארצע בעקיטשע רבנים" זענען מאכיל נבילות און טריפות.
די טריפה'נע עופות פון מאנטאג און דינסטאג זענען ליידער צו באקומען אין 82 בוטשער סטאר, ואין פוצה פה. קיינער פון די משגיחים האט זיך דערווייל נישט אנגערופן הויך היתכן, פארוואס גיט מען אונז די טריפה'נע סחורה.
שומו שמים!!!!
הזדזעו העולם!!!!
איז דאס אמת?
וויאזוי איז שטיל???????????
און דאס זענען די סמעטענע יודן?
אשר לא כרעו לבעל?
תוקן על ידי kleinekup ב- 19/03/2012 21:42:01
| kleinekup כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | שומו שמים!!!!
הזדזעו העולם!!!!
איז דאס אמת?
וויאזוי איז שטיל???????????
און דאס זענען די סמעטענע יודן?
אשר לא כרעו לבעל? |
|
וואס ביזטו פאר'חידוש'ט? וואס נעמסטו זיך קלאפן ווילד אויפן קי-בארד. יא. ס'איז אמת, און די אידן געבן א הכשר אויף טריפה ממש און דאס הארץ צאפלט זיי ניטאמאל א טראפ.
ווען דו וועסט טרעפן איינעם פון זיי אויפטאנצן היתכן מ'איז אין בג"ץ הציוני שוין אזויפיל יאר ואין פוצה פה, זאלסטו מיר ביפן.
א דאנק.
יעצט זאלן די ליצים ווייטער ניצן דעם סלאגאן "עס ווייטער שטיל"
בג"ץ קען מען פארענטפערן אז ס'איז פאליטיק אדער מיט שקרים
אבער טריפות??????
וואס איז די אפיציעלע ענטפער?
עס איז נתברר געווארן נאכמער, אז הרב הילל וויינבערגער און הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין האבן אפגעשטעלט די שחיטה און האבן געהייסן נישט נוצן גארנישט פון די עופות שפעטער פון בערך 2 אזייגער נאכמיטאג.
אבער די משגיחים פון UTA 82 ליע עוועניו, האבן נישט געקוקט אויף קיין שום פראבלעם, זיי האבן גענומען דעם גאנצן ארדער פון צופרי, צומות הגידין ארויף, צומות הגידין אראפ. זיי האבן נישט געפרעגט קיין שאלות און געשיקט זייער סחורה צום בוטשער.
דערווייל האלט מען שוין איבער א וואך נאך די פרשה, מ'האט קיין אות אחת נישט געהערט פון די משגיחים פון 82.
הרב חיים דוד כ"ץ איז שטיל. הרב לייביש פריעדמאן און זיין פאטער הגה"צ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן זענען אלע שטיל.
אן אפענע הלכה אין שו"ע סי' נ"ו:
צומת הגידין בעוף הם בעצם האמצעי כמו בבהמה, והם ט"ז. ואם נפסק רובו של אחד מהם טריפה.
דער רמ"א לייגט צו: ולכן בכל מקום דאיכא מכה במקום צומת הגידין אפילו אינו אלא רק נפוח ונצרר הדם, מאחר שהיה צריך בדיקה ואין אנו בקיאין בעוף הוא טריפה.
פון דעם אפענעם מחבר און רמ"א זענען די עופות וועלכע זענען געווארן דעליווערט טריפה גמורה און עס איז שא שטיל.
דער פראבלעם איז :
אז קיין איין רב, [אומאפהענגיק] מאכן נישט קיין ויצעקו?
היתה כאלמנה........די תורה האט נישט קיין פארטרעטערס
בוסט נישט גערעכט קליינע קאפ
די פרעמדע רבנים דארפן נישט מוחה זיין אויף יענעמס עבירות מערסענס דארפן זיי מעורר זיין און באווארענען די אייגענע ציבור המסרים למשמעתם
די קשיא איז נאר אויף די התאחדות און אויף די זאלי רבנים פארוואס זיי לאזן אלעס שטיל און יאכלו טריפות וישבעו רח"ל! נאר די קשיא איז טאפעלט ווי זיי האבן געקענט שרייבן ליגענט אנדערהאלבן יאר צוריק ווען סאטמאר האט אנגעהויבן בודק זיין און סאטמאר רב האט אויסגעשריגן כ"ו אב טייערע אידן הזהרו מן הטריפות און טייערע רבנים סאיז א שערורי' וואס יעדער דארף אין אכט נעמען בודק צו זיין מהיום והלאה און די מחוצפים פון התאחדות ע"ה האבן געשריבן אין איד א קול קורא במדבר אז ביי זיי האט מען בודק געווען און מהאט נישט געטראפן ווייל ביי זיי קומט נאר טישקענס פון הימל ביי זיי איז דא סייעתא דשמיא אז די טריפות ביי אלע הינדלעך מיינט נישט זיי, זעהט אויס ווייל פאר זיי וועט זיין גיהינום מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא עפעס הימלישע שמיא'דיגע פייער!!!
אבער וואס איז דער תמים וואס ליינט דער איד שולדיג אז אידן וועלכע פסקנען כרתות שאלות שרייבן קלארע ווערטער אז ביי זיי איז נישטא די אלע הינדליך??? פארוואס זענט איר זיי מאכל בלא יודעים טריפות ממש??
אבער איך קען שעלטן אויף היידפארק און עס איז ווייטער שטיל! און יאכלו טריפות וישבעו רח"ל!
תוקן על ידי גרוינים ב- 20/03/2012 22:03:13
איר האט שוין פארגעסן, ווען די אמערצים און משוחתים האבן געשריבן א בריוו אז "ביי זיי דארף מען נישט בודק זיין", וויבאלד דער רמ"א זאגט דאך אז "מיר זענען נישט בקיאים", ממילא דארף מען נישט בודק זיין....
זיי האבן אויך געשריבן אז די קרית יואל'ער טשיקנס זענען "דזשאנק", און זייערע זענען "בעסערע ראסע עופות".
דער מחבר און דער רמ"א האבן אלע געהאט דזשאנק, און נישט געהאט קיין סייעתא דשמיא, נאר די נבילה פרעסער האבן סייעתא דשמיא.
אויך געדענקט מען ווי די מאכילי טריפול הרב יצחק שטיין מיט זיין שותף שלמה שטערן האבן געשריבן אז זיי האבן דורכגעקוקט איבער 100 טויזענט עופות און נישט געטראפן קיין איין טריפה, ממילא האבן זיי נישט דעם פראבלעם.
עס שרייט צום הימל דער פאקט אז יעדער ווייסט אז "צומת הגידין" איז א מחלה וואס "פאסירט" איבעראל, און קען זיין היינט, קען זיין נעקסטע וואך אדער נעקסטן חודש. און דאס אז מ'געפינט נישט "די וואך" ביי א מיליאן עופות, מיינט נישט אז "ביי אונז איז נישטא דער פראבלעם"... אין KJ איז אויך נישט דא דער פראבלעם יעדע וואך.
דאס מיינט נישט אז מ'איז יעצט פטור פון בודק זיין. און די באנדיטן וועלכער האט דאס געשריבן איז טאקע נכשל געווארן מיט טריפות ממש, ווייל זיי האבן נישט געהעריג בודק געווען.
its clear to me, that the zalis used dirty tactics, and lies to support their agenda.
i also believe that IF it is true, that MEHADRIN supplied heimishe people with TREIF, then at least some RAV, from a kehilla, that his constituents use MEHADRIN, would hang a letter, in HIS shul, to tell HIS ppl, that its treif
אז די רעדטסט פון דעם זייפן יצחק שטיין מעג דער עולם וויסן ווער דער שקרן איז
עס האט מיר דערציילט איינע פון נאמני ביתו פון סאטמאר רבין שליט"א א מעשה נורא
אלול תשס"ח מיין איך איז עס געווען האט יצחק שטיין געשיקט א שליח צום סאטמאר רבין אז ער וויל טוישן ליניע (זענדיג אז כלל ישראל פארט נישט מיט מיט די הולכי הבג"ץ ומפירי התורה) און ווערן אן אהרוני רעדן דרשות אויף דעי זייט (באקומען א אויבאן) און צוריקדרייען דעם רעדל,
ווער עס קען סאטמאר רבין מיין איך ווייסט אז אין היינטיגן דור איז כמעט נישטא אדער אינגאנצען נישט א איד וואס זאל האבן אזא מידות האמת אנע חשבונות (ווי דער רבי דער ברך משה האט געזאגט אין זיין צוואה פאר ר' הירצקא צוויבל אז ער וועט פאר כל הון דעלמא נישט טוישן דעם אמת) אוןדער רבי האט יענעם גענטפערט בזה"ל: "איך קען מיך איבערבעטן מיט מיינע גרעסטע שונאים איך האב נישט קיין פראבלעים מיט קיינעם, אבער א שקרן קען איך נישט דולדען" עכל"ק (דאס איז געווען נאך וואס דער יצחק שטיין האט גערעט א דרשה אין אירגון שיעורי תורה און מסביר געווען דעם פראבלעים פון אריזאנא ווייץ אז סאיז הארט און מדארף ניצן אייזענע וועלגער העלצליך און דאס איז געווען אין דער צייט וואס מהאט קיינמאל נישט געטראכט אפילו פון אייזענע וועלגער העלצער אין סאטמאר)
און דער שגץ פארשטייט זיך איז געווארן וחמתו בערו בו און די נקמה אקציע אויפן סאטמאר רב האט נישט געשפעטיגט און דער צומות היגידן פרשה איז אנגעגרייט געווארן שוין ארום א יאר צייט וואס ער האט געארבעט עפעס אנצודרייען און געטראפן אן אפען טיר אינעם איד אומאפהענגיקער צייטונג פונעם כת הולכים לבג"ץ און דער כת וואס איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל
און אין דער צייט ווען רוב חלק פון כלל ישראל איז מקפיד צו עסען נאר פונעם בית השחיטה המהודרת ק"י ווי סאטמאר פאפא קלויזנבורג וויזניץ בעלז לעיקוואד ועוד ועוד זענען די כת הגזלנים פארנימען מיט א הקפדה גמורה צי עסען צומות הגידין פון מהדרין דשי ענד דשי נבילה פירמע
קליינעקאפ.
פליז שטיי אויף.
אויף יענע וועלט וועט הענגען. נישט אויף די וועלט!
so hashem is chulile bankrupt
????????????????????????????
היתה כאלמנה........די תורה האט נישט קיין פארטרעטערס
און אז דו וועסט הערן אז דאהי אין ניו יארק האט די בוטשערס פארקויפט טריפה ממש, איז דער באשעפער חלילה געווען באנקראט?
"יענע" אידן זענען ליידער געווען פארדארבן, און אנדערע נישט.
דא איז די זעלבע זאך. עס איז נאר מענטשן אין וועלכע "דו" האסט זיך גענער'ט.
מ'האט שוין געזען אזוינס.
צומת,
איי עם סארי
אבער איך שלינג דאס נישט אזוי גרינג
לאמיר פארשטעהן,
מיינע רבנים דארפן נישט רעדן וועגן יענעמס פלייש?
איז נישט רבינו אפיציעל אין די התאחדות?
איר האלט באמת אז אלע אנ"ש קויפן בלויז ק.י. טשיקן?
איר האלט באמת אז ווייל אויף הייד-פארק האט "צומת" גערעדט דערפון איז גענוג?
כלפי שמיא? כלפי אנ"ש?
מארגן נאכט גייט פארקומען דער סיום מסכת מגילה, וואס האלט דער עולם, גייט דער רבי שליט''א רעדן פון די פרשה? זאל ער רעדן? דארף ער צו רעדן דערפון? אדער האט ער יוצא געווען ביי צושטעלן א בית השחיטה המהודרת, וואס האלט דער ציבור?
לא דובים ולא יער, די גאנצע זאך איז אוסגעטראכט, סאיז קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם מיט צימת הגידין, ביי אינז איז דער פראבלעם נישטא, מיר האבן די בעסטע קוואליטי טשיקן, די אהרונים האבן דאס אוסגעטראכט צו פארדעקן זייער פראבלעם מיט די חמעציגע אריזאנא מצות ווי עס איז נתברר געווארן ביי די רבנים אין לעיקוואד אז ס'איז חמץ גמור.
יו שחמט דו מאכסט מיך נישט לאכן נאר קאלערן...
אבער וויסן זאלסטו אז די לאכסט אבער די זאליס וועלן זיך באגעניגן 100 פארצענט אפילו בלויז מיט אזא אנטווארט אין איד
| שחמט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לא דובים ולא יער, די גאנצע זאך איז אוסגעטראכט, סאיז קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם מיט צימת הגידין, ביי אינז איז דער פראבלעם נישטא, מיר האבן די בעסטע קוואליטי טשיקן, די אהרונים האבן דאס אוסגעטראכט צו פארדעקן זייער פראבלעם מיט די חמעציגע אריזאנא מצות ווי עס איז נתברר געווארן ביי די רבנים אין לעיקוואד אז ס'איז חמץ גמור. |
|
אפשר איז בכלל אויסגעטראכט אז "צומת הגידין" גייט בכלל אן היינטיגע צייטן?
אפשר איז אויך אויסגעטראכט אז ס'איז בכלל דא אזא סארט זאך ווי א מהדרין פולטערי?
אפשר איז אויך אויסגעטראכט אז א ספרדישער הרב חושיאל איז בכלל געווען משגיח פאר די ספרדישע פלייש, מאנטאג פ' ויקהל פקודי.
און צום שלוס: אפשר איז אויך אויסגעטראכט אז מ'נוצט מער נישט קיין לאנג איילאנד ווייץ אין בראדוועי בעקעריי?
און אפשר איז אויך אויסגעטראכט אז די פארטיי פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז אין ציונסטישן קאורט פון תשס"ו עד היום הזה?
צומת הגידין איז נאר שייך ביי די שוואכע קוואליטי טשיקן דאס וואס קעי דזשעי פארקויפט, ביי אינזערע טשיקן איז דאס נישט שייך,
מהדרין פולטערי עקזעסטירט יא, און דאס טיט ענק זייער וויי...
חושיאל? ווער איז דאס? א קאזין מיט פאלטיאל? ווי איז דער קול קורא פון חושיאל? אלעס ענקערע מעשיות,
איך האב געקויפט מצות אין בראדווי אין ר'/ דוד רז''ב האט מיר געזאגט אז סאיז פין לונג איילענד, מיט איבער שרייבן ענקער שקר ווערט דאס נאכנישט אמת.
אינזער רבי שליט''א האט נישט קיין פארטיי, במילא איז זיין פארטיי נישט אין קארט. ער האט בלויז חסידים ותלמידים.
איך וויל דא בלויז צולייגן מיין ווארט:
איך האב נישט אריינגערעדט אין דעם אשכול נישט וויסנדיג צו דאס איז סתם א השמצה - א זאך וואס קען זיך אפט מאכן - אדער א קראנטע מעשה.
אצינד וויל איך זאגן אז איך האב מברר געווען די מעשה ממקור מוסמך מאוד, און עס איז 100 פראצענט אמת.
און צו אייך זאלונים: יאכלו ענוים וישבעו!
| שחמט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | צומת הגידין איז נאר שייך ביי די שוואכע קוואליטי טשיקן דאס וואס קעי דזשעי פארקויפט, ביי אינזערע טשיקן איז דאס נישט שייך,
מהדרין פולטערי עקזעסטירט יא, און דאס טיט ענק זייער וויי...
חושיאל? ווער איז דאס? א קאזין מיט פאלטיאל? ווי איז דער קול קורא פון חושיאל? אלעס ענקערע מעשיות,
איך האב געקויפט מצות אין בראדווי אין ר'/ דוד רז''ב האט מיר געזאגט אז סאיז פין לונג איילענד, מיט איבער שרייבן ענקער שקר ווערט דאס נאכנישט אמת.
אינזער רבי שליט''א האט נישט קיין פארטיי, במילא איז זיין פארטיי נישט אין קארט. ער האט בלויז חסידים ותלמידים. |
|
שחמט, להוי ידוע:
דו שרייבסט שקר. 2 מאל. מיט לאנג איילאנד ווייץ און מיט די צומת הגידין.
חושיאל דארף נישט שרייבן קיין קול קורא, ער איז בסך הכל א משגיח פאר די ספרדישע קהלה אונטער הרב עובדי' יוסף, ער האט באקוקט און געטראפן קרוב צו 25 פראצענט.
ווייל צוויי ניקים אויף היידפארק שרייבן אז סאיז 100% אמת, ווערט דאס אמת?, קיין איין רב גלייבט דאס נישט, קיין איין נורמאלער מענטש גלייבט דאס נישט, סאיז אויסגעזויגן פין פינגער, עפעס איינער א רב חושיאל וואס איך בין מסופק צו עס עקזעסטירט בכלל אזא מענטש, האט כלומפערשט געטראפן צימת הגידין, איי ווי איז דער בריף פין דעם רב חושיאל? איז דער ענטפער אז ער איז נישט מחוייב צו שרייבן, במילא דארף איך גלייבן פאר עפעס א ניק פייוו בורו, אין נאך עפעס א ניק לאנצוט, אין דערנאך ווערן זיי באליידיגט אז מען ריפט זיי חלה דעקלעך.
שחמט יעדע שמועה איז בלויז למיחש מיהו בעי און סאיז א בחינה פון ניכרן דברי אמת און ווער סוויל וויסן 100 פארצענט פרעגט זיך נאך קראנט אוןהערט דעם אמת
נעכטן נאכט האב איך טאקע אנגערופן איינע פון די שוחטים און ער האט מיר מודה געווען אז מהאט געטראפן נאר ער טענהט אז מהאט עס נישט געניצט און אויך טענהט ער אז דער ספרדישער רב איז פונקט דארט געווען ווען די משגיחים וואס קוקען אנדערע בדיקות קוקען פון מאל צומאל צומות היגידין און האבן דערזעהן דען פראבלעים ממילא פירט יענער שוחט אויס אז מגייט שוין קוקען מער מאל (די פון מאל צו מאל)
דאס איז שוין א יעניגער מיט א נגיעה ממילא די מעשה איז זיכער אמת אז מהאט געטראפן די שאלה איז נאר צי מהאט עס געניצט צי נישט
אבער דאס אז מדארף קוקען יעדע עוף אזוי ווי מטוט אין ק"י איז זיי נאכנישט בייגעפאלן אבער פארן שו"ע איז עס יא בייגעפאלן
ויבוא הכתוב השלישי, א דריטער היידפארק ניק האט מברר געווען ביי עפעס א שוחט אין יענער האט עם מודה געווען אז סאיז אמת, אין דער חלה דעקל שרייט למיחש מיהא בעי, איי וואס איז געשען מיטן למיחש ווען ערליכע רבנים שרייבן אז די ווייץ פין אריזונע איז מלוחים מאוד, דארט איז נישטא קיין למיחש מיהא בעי? דער שארמאשער רב שליט''א וואס האט לכולי עלמי נישט קיין שום נגיעה, ער איז נישט אין די ביזנעס פין מצות, אין ווען ער שרייבט אז סאיז מלוחים מאוד דארף מען נישט מיחש'ן, אבער וועט אפאר ניקים פון היידפארק שרייבן פין עפעס א אויסגעטראכטע צימת הגידין דארף מען תיכף אנהייבן צו מיחעש'ן, גלייבט מיר, חלה דעקל איז א טיטול פאר ענק. איך האב אנגעריפן אין בוטשער סטאר פרעגן וועגן דעם פראבלעם לאכן זיי פון מיר, איך האב אנגעריפן רבי חיים דוד כ''ץ שליט''ט שרייט ער אויף מיר הער אויף צי ליינען הייד פארק, יעדער לייקענט עס, אין מיר דארפן מיחש'ן פין עפעס היידפארק שרייבערלעך, נייס טריי.
איך האב דיר א עצה כאפ דיך אריבער צו מהרדרין בית השחיטה אין זעה ווי מען איז בודק, זארג דיך נישט וועסט נאכדעם קענען שרייען אז ביזט נישט אין בית השחיטה ביזט אין היידפארק, פינקט ווי די לייקענסט די פאקט אז בראדוועי האט נישט היי יאר לאנג איילענד ווייץ
| שחמט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דער שארמאשער רב שליט''א וואס האט לכולי עלמי נישט קיין שום נגיעה |
|
אויף ענגליש זאגט מען: וועל סעיד...
איך לייג דאס אוועק אלס די 'ווארט פון יאר'.
very well said...
לפי זה האט הגאון מעכעלע אינדיק האט אויך קיין שום נגיעה אמער ער איז נישט און די מצות ליין....
[בילד – נישט אפגעהיט]
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער שארמאשער רב שליט''א וואס האט לכולי עלמי נישט קיין שום נגיעה אויף ענגליש זאגט מען: וועל סעיד...
איך לייג דאס אוועק אלס די 'ווארט פון יאר'. |
|
איך האלט פון די ערשטע מינוט דא אז שחמט וויל פשוט ליצנות מאכן פון די זאליס
שחמט און אז דו רעדסט יא פון פרעגן דעת תורה נאר פון רבנים אָן א נגיעה ביזטו מכובד צו גיין פרעגן
הגה"צ גאב"ד קארלסבורג
הגאון ר' טודרוס זילבער
הגה"צ אדמו"ר מקאשוי
הגאון הגדול ראב"ד העדה החרדית
הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א
ועוד ועוד
די רבנים ודיינים פון באבוב פאפא וויזניץ קלויזנבורג און נאך
פרעג זיי אלע וועלכע פלייש זיי זענען מקפיד צו עסן, און וועלכע ווייץ סאיז מער מהודר.
(און אז דו רעדסט שוין צו זיי בוסטו מכובד צי פרעגן בדרך אגב צי ממעג מסדר קידושין זיין אין ק"י אן רשות פונעם מרא דאתרא..)
וועלכע פלייש זיי זענען מקפיד צו עסן, און וועלכע ווייץ סאיז מער מהודר.
הגה"צ גאב"ד קארלסבורג - פלייש, בהשגחת רבי יצחק שטיין שליט''א ראב''ד בית דינו, מצות פין בראדוויי,
הגאון ר' טודרוס זילבער - פלייש פין 82, מצות פין בראדוויי
הגה"צ אדמו"ר מקאשוי - פלייש - שחט אליין, מצות פין בראדוויי
הגאון הגדול ראב"ד העדה החרדית - פלייש עדה חרדית, מצות ירושלים
הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א נאך אין זיין לעבן נישט געגעסן אהרונישע ווייץ אדער פלייש,
ועוד ועוד ווי הגה''צ שארמאשער רב שליט''א, רבי יחזקאל גאלד, רבי משה בער קויפמאן, הגה''צ מטשאד שליט''א, ראב''ד סאטמאר שליט''א, רבי זלמן לייב פיליפ שליט''א, רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט''א, רבי חיים דוד כ''ץ שליט''א, ועוד ועוד,
על זה נאמר געכאפט ביים ווארט
הגם איך ווייס אז מקען אויפווייזן פארקערט אין די פאקטן בפרט אויף וואס איך האב פריוואטע פראָף ווי קאשויער רב לגבי ווייץ און גאב"ד קארליסבורג וואס עסט אפילו גסות פון טעקסאס און אזוי ווייטער איז אבער נישט דאז די נקודה ווייל על פי רוב נעמען די ערליכע אידן מיט אייגענע חומרות יתירות מיט אייגענע השגחהס און אפילו איך וועל דיר אויפווייזן ברחל בתך וועסטו דאך אויף מיינע מעשיות נישט וועלן גלייבן קיין פאקטן אבער אויב דו ווילסט דווקא איז סריס ואימא הכא:
ביסט מכובד צו גיין פרעגן כאטש איין פון די
נאטראלע רבנים אנע נגיעה ווי הגה"צ גאב"ד קארלסבורגה
און ר' טודרוס זילבער
הגה"צ אדמו"ר מקאשוי
הגאון הגדול ראב"ד העדה החרדית
הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א
ועוד ועוד
די רבנים ודיינים פון באבוב פאפא וויזניץ קלויזנבורג און נאך
"פרעג זיי אלע וועלכע פלייש זיי איז "מער מהודר" און וועלכע ווייץ "סאיז מער מהודר". (און אז דו רעדסט שוין צו זיי בוסטו מכובד צי פרעגן בדרך אגב צי ממעג מסדר קידושין זיין אין ק"י אן רשות פונעם מרא דאתרא..)"
תוקן על ידי גרוינים ב- 22/03/2012 04:52:00
און וואס זאגן די דיינים פין טאש, פינסק, אין מישקאלץ? הרוצה לשקר ירחיק עידיתו. מיר האבן ב''ה דיינים ורבנים מפורסמים, דער ראב''ד הגאון הצדיק רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א, מיט די חברי הבית דין רבי שלמה לייב ווינבערגער שליט''א, רבי זלמן לייב פיליפ שליט''א אין רבי חיים דוד כ''ץ שליט''א, מיט רבי משה מנחם טירנויער שליט''א וואס זענען אלע נתמנה געווארן דורך רבותינו הקדושים דער בעל ויואל משה זי''ע אין דער ברך משה זצ''ל,לאורם ניסע ונילך, זייער חוות דעת איז אינז פונקט גענוג, אגב, רבי טודרוס זילבער שליט''א האב איך אליין געזען נעמען מצה פון בראדוויי, אלזא ענקער עלילת דם ארבייט נישט, קיינער גלייבט ענק נישט, אויזער אפאר הייד פארק שרייבערליך האט קיינער דאס נישט ערוועינט, סאיז שקר ווי די עבודה זרה, טיפיקל חלה דעקלעך.