היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » איז עס נישט אזוי וויכטיג ווי עמנואל?

איז עס נישט אזוי וויכטיג ווי עמנואל?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2948447

חסידנלהב » 12/3/2012 02:06

איר געדענקט נאך די ווינט וואס די ארונים האבען געמאכט בערך א יאר צוריק מיט די פרשה אין עמנואל?
די סלאנימע עסקנים זענען געקומען צו די ארונים און מען האט זיי געמאכט א קבלת פנים מיט פראפאגאנדע
דארט האט זיך עס געהאנדעלט מיט א תלמוד תורה וואס נעמט געלט פון די מדינה
היינט נאכט גייט פארקומען א מעמד מחזק צו זיין די גרעסטע רוקנביין פונעם ישוב הישן אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני
מיר מוזען צייגען אונזער כח!!!
איש בל יעדר!!!

לאנצוט » 12/3/2012 17:53

חסידנלהב,

איך פארשטיי אז "ועד הארצי" איז וויכטיג, אבער ווער נישט היסטעריש.
עס איז אקציע פאר "קמחא דפסחא", טאקע זייער וויכטיג, אבער וואס האט עס מיט "ישוב הישן" אדער "ישוב החדש".

סלאנים האט געזאלט זיין איבער אויסהאלטן א מוסד וואס האט געזאגט אז זיי נעמען מער נישט קיין געלט פון די מדינה.

איך טראכט אז עס איז דא א שטיקל חילוק. און איך טראכט אויך אז דו ווייסט עס אויך.