ווי באוויסט האט רביה''ק זי''ע איינגעפירט אז מ'זאל האלטען שושן פורים אלץ יו''ט, מען האט אין סאטמאר געפירט א שושן פורים טיש, בדחנים זענען ארויף אויפן טיש און מ'האט געמאכט ליצינותא דע''ז.
אין די לעצטע יארן האט איינער פון די צוויי סאטמארע רבי'ס (מהר''א) געטוישט די כאראקטער פונם טיש, אנשטאטס צו הערן ליצנות פון בדחנים אויף גדולים און 'פערזענליכקייטן' וואס בחורים און קינדער לויפן דערנאך ארום מיט א לאנגע צייט, און רעדען מיט פרעכיקייט אויף די א''ג גדולים, וואס איז נישט ''עטיקעל'' און געט א שלעכטע אויסקוק אויף די פרעמדע גאס, האט מען געמאכט א ווארעמע שושן פורים טיש, וואס מ'זינגט ווארימע נגינים און מ'רעדט פון קדושת היום וואס מ'קען אלץ פוילען אין אזא הייליגע טאג.
אבער וויסען זאל מען אז דאס איז לענ''ד נאך א טרעפ צום גרויסער גליטשער.
רביה''ק האט אויך געוויסט פון קדושת היום, און פארדעם האט ער געוואלט נאך טון מרדכי הצדיק וואס האט זיך געשלאגען מיט די גאנצע וועלט' ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה' און דאס האט ער געטון מיט די כח פון לצינותא דע''ז כמבואר בגמרא און אין אלע ספרים,און ער האט זיך נישט גערעכענט מיט 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען'.
ווען מהר''א איז געפארן קיין א''י, אנשטאטס צו זאגען אז ער האט דרוק פון זיין רביצין און משפחה, און ער גייט זיך טרעפען מיט זיין שוואגער פערזענליך ווי א פשוטע בעה''ב טרעפט זיך מיט זיין משפחה, אן קיין גבאים, האט ער אראפגעלייגט א נייע תורה פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען' און מ'וועט גיין מיט גרויס פאמפע... אבער אזוי ווי ער האט נישט געהאט די 'גאטס' צו זאגען אז רביה''ק האט אויך אזוי געטון,(ווייל ווי באוויסט אז ווען רביה''ק האט זיך געטראפען מיט א לינקע פלעגט ער מוחה זיין און פאדערן פון זיי, און נישט גערעדט וועגן טערקישע טליתים און אז די בעלזא תורות רעדן פון לימוד התורה, און קיין ווארט וועגן קנאות, און תשכ''ה איז ער נאר געגאנגען מחזק זיין די רבני העדה און ערליכע רבנים(יא, ער איז געפארען קיין ירושלים..)און ער האט געזאגט אז ער האט געשריבען די ויא''מ און ווער עס וויל די אמת קען אהין אריינקוקען) האט מען גענומען די ''טעללער'' מאשין אז רביה''ק האט אויך געליטען פון 'נימוס' און 'פערזענדליכקייטען'
שקר החן, די שקר האט חן, והבל היופי, די הבל'דיגע טישען זענען שיין, אבער, יראת ד' היא תתהלל, ווי דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אין זיין הייליגע צוואה "יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה". מיט דעם שטייט מען אויף און מיט דעם לעבט מען, א אידישע לעבן און א לעבעדיגער לעבן.