אין ''איד'' פון פרשת תצוה האט זיך מיילעך שטערן פריש אויפגעוועקט מיט א גאר שמוציגע און העסליכע ארטיקל קעגען רבינו שליט''א און קהל יטב לב דסאטמאר.
אונטער'ן קעפל '' חברה קדישא – ז' אדר און הבדלה'' גיסט שטערן פעך און שוועבל פאר די צוויי גרויסע חטאים פון צורויבן פון די זאלונים דעם בית החיים אין קרית יואל און פאר'ן איסור פון הגאון האדיר דומ''צ קרית יואל שליט''א אויף די סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא.
נאך א צייט אפשניט פון בערך 2 יאר וואס דער ''איד'' און זיינע שרייבער זענען געווען רואיג און איינגעצויגען האט מיילעך שטערן ווידער באקומען א גרינע ליכט פון בן פראדיל צו שרייבן מה שלבו חפץ.
וואס האט פאסירט? ועל מה יצא הקצף?
מיילעך שטערן וכת דיליה זענען מלא כעס וחימה אויף די געלונגענע נסיעה פון רבינו שליט''א קיין ארץ ישראל. צו בארואיגען זיין געוויסן און די געוויסן פון די קינדערליך האט ער געוואלט שיסן זיינע קוילן אין ריכטונג פון רבינו שליט''א און בעלזער רבי'ן שליט''א.
אבער בן פראדיל וועלכער האט געלט קשרים מיט די גארפינקעלס , ר' שלמה איגעל פון בעלזא ( ביי וועמען מרז''ל'ס טאכטער איז א סעקרעטארטשע פאר א הויכע געהאלט ואכמ''ל) ווי אויך די ''עדס'' אין ''איד'' האט געזאגט פאר מיילעך שטערן: טו מיר א טובה , קריך אראפ פון בעלזא. אויף א. . ן(מהר''א) קענסטו שיסן וויפיל דו ווילסט אבער ''בעלזא'' בל יזכר ובל יפקד.
אנדערע לייגען צו , היות ר' דוד שמידעל קומט יעצט צו פארן קיין ניו יארק צו מאכן געלט, האט מען איינגעשפאנט זיין שיק אינגעל אין אמעריקע מיילעך שטערן אפצושרייבן א העצערישע ארטיקל אביסעל אויפצוהעצן די קינדערליך, כדי אז שמידעל זאל נישט אהיימפארן מיט ביטערע בזיונות ווי פאראיאר פון לעיקוואוד.
בכל אופן: דער ''איד'' האט געבראכן איר איינגעהאלטנקייט פון די לעצטע 2 יאר און געפיטערט אירע לייענער מיט א גאר שמוציגען ארטיקל כבשנים קדמוניות.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/03/2012 00:04:56