היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בּלאַט אין "דעמעדזש קאנטראל" איבער בעלזא

בּלאַט אין "דעמעדזש קאנטראל" איבער בעלזא

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2947037

סטראבערי » 2/3/2012 21:08

שוין לאנג נאכ'ן 'ויהי ממחרת', ס'פאראינטערעסירט שוין קיינעם ווי די פאריעריגע שניי.

אבער זעהט זיך אויס אז די דעמעדזש וואס עס האט געמאכט איז נאך א טיפע שניט!

הערט א חידוש פון א 'דעמעדזש קאנטראל דאקטאר' וואס שרייבט אין בלאט צו פּעֶמפּעֶרן די פרימע ארונים...

ער טענה'ט: "אז דאס וואס אהרן איז געגאנגען צום בעלזא און געברענגט דערמיט די ציוניסטישע שרייבער צו ענדליך דעקן דעם מאנראו רבי'ן, האט מורא'דיג אויפגעטוען פאר די מלחמה קעגן ציונות.....! (דא לאכט מען)

הערט פארוואס!:
ווייל סתם אזוי האבן די ציונים איגנארירט דעם מורא'דיג אנטי-ציוניסטישע רבי, אבער ווען ער איז געגאנגען צום בעלזער האט ער זיי געצווינגען צו שרייבן פון אים, במילא אז מ'שרייבט פון אים רעדט מען דאך פון סאטמאר, נו!? איז עס שוין אפגעטוען די ציונים!

= טייטש ער איז נישט געגאנגען צו אים צו שלום מאכן, נאר פונקט קאפויער, צו אונטערברענגען די ציונים און זייערע נאכשלעפער, וואס צווישן זייערע גרעסטע נאכשלעפער ציילט זיך טאקע ----------------------------------------------------------------------------- אט טאקע דער בעלזער...." (דא לאכט מען שטארק....!)

*
הערליך פשט'ל.
מיין שאלה איז נאר פארוואס ער האט זיך נישט פאר די זעלבע סיבה אראפגעווארפן פון דאַך, וואס דאן וואלט די גאנצע וועלט געווען אויף נאר מיט אים..., און די מדינה וואלט זיך דאן אינגאנצן פארמאכט, קאָמפּלעט! שלאס-און-ריגל!...

תוקן על ידי סטראבערי ב- 02/03/2012 21:15:34


סטראבערי » 2/3/2012 21:09

און ניין!
עס נישט אין די פורים אפטיילונג.....

סטראבערי » 2/3/2012 21:10

!!!!
א מיליטערישע סוד ארויסרינינג פאר רבי_יונה:
אין אפיס פון ''דער איד'' רישט מען זיך שוין אין גרויסן צו נאכשרייבן דער ארטיקל פון'ם בלאט!
אבער!
אבער!
זיי גייען עס יא לייגן אינ'ם "פורים אפטיילונג".......!

סטראבערי » 2/3/2012 21:13

די ארטיקל הנ"ל איז אויף די עדיטאריעל פעידזש פון'ם בלאט