לאזט הערן אייער מיינונג וויפיל איר גלייבט מעשיות פון היידפארק.
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנקעטע: וויפיל גלייבן "היידפארק מעשיות"!?
אנקעטע: וויפיל גלייבן "היידפארק מעשיות"!?
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2946019
פון רב אהרן'ס פורום כל העולם כלו גלייב איך נישט גארנישט נאך וואס האט זיך שוין אסאך מאל ארויסגעוויזן אז וואס מען האט געשריבן דארט איז נישט אמת. פון אידישע געדאנק גלייב איך עטוואס מער, אפשר איז עס פון מאל צו מאל איבערגעטריבן אבער די אינהאלט איז געווענליך אמת. ווען עס איז דא א געבאקענע מעשה איז עס א קאנטער אשכול אויף א געבאקענע מעשה וואס איז אין כל העולם כלו וואס איז נאר כדי יענע שרייבער זאל זיך ווי זעהן אין שפיגל ווי אזוי זיינע מעשיות קוקן אויס נאר פון א אנדערע קוק.
רבי יונה שרייבט אויפן ארונישע פורום אז ער האט געדאווענט די וואך אין ראדני, דאס גלייב איך זיכער נישט.
ביי מיר זענען "אלע" היידפארק מעשיות בחזקת שקר מוחלט. חוץ ווען עס ווערט איבערצייגט אז ס'איז יא אמת.
ווער עס גלייבט סיי-וועלכע היידפארק מעשה, איז אין כלל פון "פתי יאמין לכל דבר".
קיין אינטערשייד וועלכע פורום.
ווער עס גלייבט סיי-וועלכע היידפארק מעשה, איז אין כלל פון "פתי יאמין לכל דבר".
קיין אינטערשייד וועלכע פורום.
היידפארק איז נישט קיין נייעס פלאץ מקור (ווייל יעדער צודרייטער און ליגענער קען שרייבן),
עס איז געמאכט צו דיבאטירן די לעצטע געשענישען.
וועלכע געשעענישן פונקטליך? די וועלכע דער ערשטער בעקר (פותח האשכול) האט פאבריצירט?