איך טריי צו פארשטיין וואס דא טוט זיך. איך זעה בילדער פון די חתונה פון באיאן'ער רבי'ס טאכטער, און איך זעה דארט סאטמאר רבי'ן אנגעטאהן בבגדי שבת. איך האב קודם געמיינט אז ס'איז מוצאי שבת שבע ברכות, אבער למעשה זעה איך אז עס איז די חתונה. טריי איך צו פארשטיין פארוואס גייט ער אנגעטוהן בבגדי שבת, קען זיין ער איז א קרוב מצד דעם מחותן (איך ווייס אבער נישט ווער דער מחותן איז, איז זעה נישט געשריבן אין ערגעץ ווער דער מחותן איז) ווייל איך זעה דארט זיין שוואגער ר' מענדל אויך מיטן שטריימל און אויך דער סערעט'ער רבי מיטן שטריימל.
ביידע חתונות זענען געווען אין פתח תקוה אין א זאל איינס לעבן אנדערן, און בעפאר אריין גיין צו די סאטמארע חתונה זענען זיי אריין צו די באיאנער חתונה, האבן זיי זיך געדארפט אויסטוהן די בגדי שבת? איך מיין אז נישט!
1) קודם די רבי איז א קרוב ביידע זענען ריזשענער אייניקליך 2) ביאנער רבי האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל נישט טוישן די לבוש 3) די רבי האט נישט געוואלט אויס די ריזשוואלקע ביי די חתונה מהאי טאמא אין דער ביאנער רבי ציגאנגען צים רבין אין ער האט אים געזאגט מאכט אייך באקוועם אין ער האט אים עס געהאלפן אויס טיען
איך ווואונדער מיר וואו אפילו די זאליס הערן נישט אויף רעדן פון יעדן ריר פון רבינו שליט"א מקען מיינען אז דער רבי דארף שוין פרעגן אויף היידפארק צי ער זאל זיך אויסטאן בגדי שבת ביים צוגיין נאך די חופה צי א אנדערע חתונה אפאר בנינים אוועק פון די גרויסע חתונה