היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טויזנטער יודען יעצט אין מירון בראשות רבינו שליט"א

טויזנטער יודען יעצט אין מירון בראשות רבינו שליט"א

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2945115

לעקסינגטאן » 21/2/2012 22:51

בשעת די שירות טאנצן טויזנטער יודען אין מירון בראשות רבינו שליט"א

דער אייבישטער זאל העלפן מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גיטס

גרוינים » 21/2/2012 23:38

דער רבי רעדט יעצט גאר ווארים איבער צניעות קעגן יצר הרע פון היינטיגע צייטן או דער רבי רעדט איבער נאך עניני תורה ותפילה

גרוינים » 21/2/2012 23:51

יעצט רעדט דער רבי איבער זיך אפשיידן פון די אגודיסטישיע גאס א סאטמארע איד און בני בית  זאלן וויסן אפילו איך וואין אין אן אגודיסטישע פלאץ בין איך נישט אויסגעמישט מיט זיי און איך לערן מיך נישט אפ פון זיי

SIM89 » 21/2/2012 23:54

גרוינים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט רעדט דער רבי איבער זיך אפשיידן פון די אגודיסטישיע גאס א סאטמארע איד און בני בית  זאלן וויסן אפילו איך וואין אין אן אגודיסטישע פלאץ בין איך נישט אויסגעמישט מיט זיי און איך לערן מיך נישט אפ פון זיי


צמח דוד שרייבט:
ברעקינג: באמבע! דער ראש גולת אריאל הגה"ק מסאטמאר שליט"א רעדט אין מירון דברים חוצבי להבות אש, אנטקעגן מהר,א מסאטמאר וואס האט זיך געטראפן מיט'ן בעלזער....

צמח_דוד » 22/2/2012 00:48

SIM89 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צמח דוד שרייבט:
ברעקינג: באמבע! דער ראש גולת אריאל הגה"ק מסאטמאר שליט"א רעדט אין מירון דברים חוצבי להבות אש, אנטקעגן מהר,א מסאטמאר וואס האט זיך געטראפן מיט'ן בעלזער....


העי דו, סים, זאג דיין רבי'ן זאל סטאפן, ער זאל נישט רעדן אזויפיל קעגן ציונות, אגודה, וכו. באלד דערשטיקט ער זיך רח"ל פון אזויפיל האקן אויף די ציונים. שוין צען יאר וואס מיר האבן נישט געהערט אזא ווילדן אויסבראך פון אים קעגן די ציונים.

זאג אים בשמי, אז זיך טרעפן מיט'ן בעלזער איז טאקע נישט קיין גלייכע זאך. אבער דאך איז עס נישט אזא עון פלילי, אז ס'זאל זיך אויספעלן נאכדעם 10 טעג נאכאנאנד צו האקן אויף ציונות... גענוג, מיר האבן אלע געכאפט דעם פאוינט.

(און זאג אים שטיל אין אויער אז ס'וועט אים שוין גארנישט העלפן, ער קען שוין האקן אויף די ציונים וויפיל ער וויל, נאך וואס ער האט זיך מנשק געווען מיט זיי אחת למעלה ושבע למטה)

SIM89 » 22/2/2012 00:54

אפשר האסטו פארגעסן די "ככר השבת" דרשה, וואס האט געקלונגען אין גאנץ אר"י מן הקצה אל הקצה.
ווארשיינליך אין אר"י דארף מען מער רעדן השקפה, קלארע, איינגעזעצטע, מיט מסורת.

ויואמ_אמת » 22/2/2012 01:06

צמח איך האב פאר דיר נישט גיטע נייעס, דערווייל זעהט סאטמער רבי נישט קיין פראבלעם מיטן זיך טרעפן מיט זיין שוואגער נאכען איבערבעטן זיין פעטער אין טאטע, נאר די סיבה פארוואס ער האקט אזוויפיל אויף די ציונים איז ווייל ער האט עפעס א סינדראם (נוסח זאלונים) קעגן זיי, אין ער האקט שוין קעגן זיי זייט איך האב די זכי' אים צו קענען, ספעציעל ביי יעדע נסיעה אויף א''י ווי ער מאכט זיכער צו דערמאנען די סובזשעט עטליכע מאל, אויב דאס שטומט נישט מיט דיינע געבעקסן בעט איך דיר איבער

פשווארסק » 22/2/2012 01:35

[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי פשווארסק ב- 22/02/2012 01:43:36

צמח_דוד » 22/2/2012 01:49

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בשעת די שירות טאנצן טויזנטער יודען אין מירון בראשות רבינו שליט"א


ס'איז אפשר געווען דארט נאך א טענט ? ווייל אויפן בילד וואס פשעווארסק האט געברענגט דא זעהט מען ארום 350 קעפעלעך.

פאמאגראנט » 22/2/2012 01:55

א ריזין ציבור איך וואלט געזאגט דאפלט אזא ציבור ווי ר' זלמן לייב האט ביי די הקפות

איזראלי » 22/2/2012 14:40

כנראה צמח דוד צמח לו קרנים אם היו שם לפי מראה עיניו רק 350 איש .