דעם מוצש"ק האט איינער פון די עסקני העדה החרדית אנגערופן כ"ק מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים, און האט זיך דורכגערעדט מיט אים עטליכע ענינים העומדים על הפרק, בתוך הדברים האט ער אים א פרעג געטוהן איבער זיין שארפע דרשה קעגן "הידברות" דעם פאריגן זונטאג משפטים, און דאס איז וואס דער ראב"ד שליט"א האט אים געענטפערט:
"איך האב "אים" געוואלט צוגרייטן א שיינעם "קבלת פנים", איך האב געהערט אז "ער" קומט צו גיין, און ער גייט זיך טרעפן מיט זיי, האב איך אים געוואלט מרמז זיין די דעה פון די עדה החרדית. ס'האט אבער נישט געהאלפן, ווייל ער האט נישט פארשטאנען דעם רמז, אזא איינעם דארף מען זאגן בפירוש."
און דאן האט דער ראב"ד זיך שטארק צובייזערט און אויסגעשריגן: "אלישיב נישט, און בעלז יא! הא, אלישיב נישט און בעלז יא! דו פארשטייסט וואס דא טוט זיך. הוי האומרים לרע טוב ולטוב רע."