איך האב אויסגעמעקט אין א אנדערע פלאץ וואס כהאב געהאט געשריבן זייער סטראשע וואס כהאב געהערט אז זיי סטראשען אז אויב דער רבי קומט נישט צום גאב"ד באשרייבן זיי נישט געהעריג די נסיעה, ווייל סאיז באמת קיינעם נוגע וואס אפאר אינגעלייט אין ירושלים האבן אפגעמאכט און נישט פון די הנהלת העדה ווערט דער גליון ארויסגעגעבן סאיז בלויז א פריוואטע אונטערנעמונג פון עטליכע סיקריקים.
און פאר די זאליס וואס מיינען אז סיקיריקים איז בלויז א שפעט נאמען פאר ערליכע אידן דאן זאלט איר וויסן אז ווען איר וועט זיך אויפוועקן אזוי ווי תולדות אהרן און דושינסקי האבן זיך אויפגעוועקט זאלט איר נישט האבן קיין טענות אז איר האט געמיינט אז סאיז אמתע ערליכע אידן און סאיז פשוט א שפעט נאמען, ניין מיר האבן אייך שוין געווארנט אויב סנאך נישט צי שפעט...
אין איין ווארט קנאות מיינט סאטמאר און סאטמאר מיינט תורת רבינו הקדוש זי"ע בספריו ויואל משה און דברי יואל און על הגאולה לא פחות ולא יותר!!! נישט קיין לאקשאן קוגעל און נישט קיין געלע בדחן מעשיות און נישט קיין קאפעי אינעם רביצין הויז און נישט קיין נסיעות קיין איראן און נישט קיין שטיינער ווארפעריי און גארביטש צינדעריי און נישט טעראר אויף די רבנים ועסקנים אין ירושלים
און ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבוד"ו אז מיר ברענגען כבוד פאר השי"ת מיטן והבדילנו מן הטועים און נישט אז מיר העלפן די טועים צי האבן וואס צי שפעטן פון אונז
און בעיקר ו
חיי עולם נטע בתוכינו
דער אלנא רברבי רבן של כל בני הגולה מיטן ריכטיגן דעת תורה מיט אמת אן קיין פשרות נישט קיין פשרות פאר ציונים מישט קיין פשרות פאר טעראר נישט קיין פשרות פאר געלע בדחן מעשיות וכדומה תורה און תורה און נאכמאל תורה חיי עולם נטע בתוכינו ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל
תוקן על ידי גרוינים ב- 23/02/2012 08:05:55