| לאנצוט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לאנצעט. ב''ה די רעדסט שוין נישט פון רביה''ק ז''ל, וואס תשכ''ה איז ער שוין נישט געגאנגען צו די אלע פארזענליכקייטן, ווייל ער האט שוין געהאט געשריבען די ויואל משה.
נישט ריכטיג. דער רבי איז יא געגאנגען צו אלע. ביטע טשעק איבער. ווייל דער רבי איז געגאנגען צו גורער רבי'ן תשכ"ב און תשכ"ה. שוין נאכן ויואל משה. |
|
תשכ"ב? האסט פארגעסן צוצולייגן אז דו געדענקסט עס נאך און ביסט אליינס דארט געווען... ווי דו ביסט זיך נוהג געווענליך.
תשכ"ה, איז דער רבי נישט געגאנגען צו קיינעם, און דער גערער רבי דער בית ישראל זצ"ל איז געווען א שטארקער מעריץ פונעם רבין זי"ע, און עס האט אים וויי געטאן אז דער רבי האט נישט געוואלט קומען צו אים, ער האט געווארט ביזן לעצטן טאג און ווען ער האט געזען אז דער רבי קומט נאך אלס נישט און ער פארט שוין אוועק, איז ער אים נאכגעפארן צו די שיף כידוע. דעטס אלל.
נאר אגב האלט איך נישט אז די סיבה איז געווען ווייל פארדעם פלעג ער גיין כדי מעורר צו זיין און מסביר זיין זיין שיטה קעגן ציונות, אדרבה אויב איינער קען אפירברענגען די תמלילי השיחות פון יענע באזוכן קען מען זיך איבערצייגן. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, איך נעם נישט קיין הונדערט פראצענטיגע אחריות). דוכט זיך אפילו אז ביי אט דעם באזוך פונעם בית ישראל האט מען אויך נישט גערעדט קיין ווארט וועגן בחירות אדער כנסת דעפוטאטן. וואס דאס איז אייגנטליך געווען דער חילוק צווישן סאטמאר און גור בימים ההם. אפילו געלט נעמען האט נאך נישט עקזיסטירט.
(למען הפונקטליכקייט מוז מען צוגעבן אז די אנשי גור אליינס זענען מעולם יא געווען ציוניסטיש געשטימט, נאך פון פארן קריג. אבער די רביים, און ספעציפיש דער בית ישראל וואס איז בעצם געווען מער א קנאי, נישט).