היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישר...

ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישר...

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2944651

טאטעלע » 20/2/2012 04:24

ניכטערע בליקן ארום דעם יעצטיגן באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל
איך לייג דא ארויף א בריוו וואס כ'האב ערהאלטן אין אימעיל וואס א ירושלימער אידל האט געשריבן צו זיין חבר א אהרוני.


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו

איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

 

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

 

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

 

 

4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

 

5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

 

 

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.



תוקן על ידי טאטעלע ב- 20/02/2012 04:25:09


הנגיד_רבי » 20/2/2012 04:30

שטארקע ווערטער.
הם כל כך פשוט אז איך האב נישט געקלערט אז ס'איז ווערט אפי' צו פארגיסן דיו מקולמסי דערויף.
און די פאר נערמאלע ארונים זענען אווערסקעדזשועלט מיט'ן פארענטפערן זייער גרויסן בעיבי...

טאטעלע » 20/2/2012 04:34

א שמועס צווישן צוויי חברים וועגן דעם באזוך אין בעלזא

ווען מ'זעט דעם קליפ ווי ר' אהרן זיצט ביים בעלזער, איינגעבויגן, מיט אזא הכנעה און שפלות רוח, אפילו דאס נעמען די פירות איז מיט א צעבראכנקייט און אונטערטעניקייט, דער פארשטייט נישט דעם גאנצן וויזיט. מילא פארן בעלזער, ער האט דאך יעדן טאג צען אזעלכע לעקעראציעס, האט ער עס יעצט באקומען אויך פון א גרויסן רבי'ן, אבער וואס האט עס פאר ר' אהרן אויסגעפעלט, גיי פארשטיי?  

ווער עס קען אביסל גינוני מלכות וחסידות שטוינט וואס דער בעלזער האט געמאכט פון דעם נארישן שוואגער זיינעם. וואס מבינים זאגן איז אז ר' אהרן האט זיך אזוי מכניע געווען פארן בעלזער כדי נושא חן זיין ביי אים אז ער זאל אים נישט דערלאנגען אזא טשעפע כדרכו בקודש אלעמאל און הקב"ה האט אנגענומען ר' אהרן'ס תפילות און דער באזוך איז דורך גאנץ בחסד ובשלוםאון דאס איז די סיבה פארוואס אהרן איז נישט פאר'חלש'ט אז דער געהויבענער שוואגער זיינער זאל קומען אויף ביקור גומלין ווייל מען קען נישט וויסן צי די תפילות וועלן ווידעראמאל אנגענומען ווערן.

דער אמת'ער נאטור פון ר' אהרן פון פחדנות און טשיקנשאפט איז אנגעהויער בולט ביי דעם באזוך, און צו ליינען ר' אהרן און זיינע פאקסן דארף מען נאך נישט זיין א גרויסער וויסנשאפטלער אין חכמת הפרצוף


א בעלזער האט מיר געזאגט: דאס הארץ וואקסט מיר פאר פרייד ווען איך זע ווי דער נארישער אהרן איז זיך כורע ומשתחוה צום רב מיט אזא חרדת קודש און יראת הכבוד


דער בעלזער האט זיך זיכער נישט פארגעשטעלט וואספארא טשיקן דער שוואגער זיינער איז, און אויך איז ער געוואויר געווארן אז דער ר' אהרן איז דער זעלבער נאר ווי פאר עטליכע דרייסיג יאר צוריק.
 

ס'מוז נאר זיין אז ער האט געהאפט, אפשר צוליב דעם וועט אים דער בעלזער אפשוינען און נישט טרעטן אויפן הינעראויג. ווייל אויבנאויף זעט אויס אז פון עפעס ציטערט ער, דער בעלזער זאל אים נישט אנקוועטשן אדער אנרירן ביי א שוואכן סענסיטיוון ארט
. ר' אהרן שטעלט שוין נישט איין נאכאמאל. ווי דאס קינד וואס האט באוויזן א חכמה וויל מען נישט נאכאמאל מאכן דעם שפיל ווייל מיט א קינד קען מען זיך נישט אויסרעכנען

ר' אהרן איז קלאר געווען דערשראקן אבער אויך עקסיידעט אז ער גייט ווייזן פאר די עדה און די זאליס ביינעזאם
. אדער איז ער משונה'דיג אייפערזיכטיג אויפן שוואגער. ער הערט שוין יארן וואספארא מוצלח ער איז, און דא קומט ער אריין אין זיין מלוכה'דיגן שלאס אין טעלז-סטאן. די צויבער און כישוף האט אים אוועקגעפירט פון דער וועלט. דאס איז די פסיכיאטארישע רעזולטאט פון אנציען. דער שטארקער שרעק אז דער שוואגער וועט אין אים אריינצימבלען, די שרעק פון ווערן אויסגעשמיסן פון די קנאים, א שרעק דער שוואגער זאל נישט שניידן פון אים פאסן, און די פארגאפטקייט און ליידנשאפטליכע גלוסט צום שוואגערס מלכותדיגן סוקסעס, דאס צינדט אן און וועקט אויף אין אים די העלישע הכנעה און פרעצעדענטלאזע השפלה, אז ער זיצט פארשטייפט ווי א ליימענער גולם, מיט אנציקונג געמישט פון פחד פארן טייגערישן בעלזער רב.


תוקן על ידי טאטעלע ב- 20/02/2012 04:36:15




תוקן על ידי טאטעלע ב- 20/02/2012 04:37:58


לאנצוט » 20/2/2012 05:32

וואס פארשטייטסטו נישט. מ'מאכט הונדערטער מיליאנען פון די בעלזער אקאונט ביי די פלייש, וועגן דעם זיצט ער מיט א מורא'יגע הכנעה און לאזט אים נוצן זיין שירעם.
,
און וועגן דעם האט ער נישט געוואלט מיטברענגען ר' מאיר הירש אהין, כאטש ר' מאיר הירש איז געווען אין בני ברק, ווייל ר' מאיר איז דאך דער ביזנעסמאן און מ'האט נישט געוואלט אז עס זאל ארויסקומען אויף די גאס די ביזנעס אישוס און אלע אינוואויסעס דארט.

אבער די כיטערע חברה דא האבן אלעס אויסגעפויקט. יעצט קען שוין ר' מאיר הירש רואיג גיין ענדיגן דעם דיעל. און דער בעלזער צוריקרופן די דיינים.

רב_הסוער » 20/2/2012 06:03

טאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך לייג דא ארויף א בריוו וואס כ'האב ערהאלטן אין אימעיל וואס א ירושלימער אידל האט געשריבן צו זיין חבר א אהרוני.


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו

איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

 

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 רח"ל!!! זענען טאקע די לעלוס מיט די נארישע פענדלעך און פלאקאטן וואס מאכט א באזוך אלס "סאטמאר" ה' ישמרנו מהם ומהמונם!!

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו',

וואס טוט זיך מיט די נקיי הדעת שבבני ברק?? זענען זיי עפעס ראזינקעס?? זיי זענען נישט תחת ממשלת הכופרים, זיי ברויכן עפעס נישט קיין חיזוק??? און אז מ'גייט זיי מחזק זיין איז עפעס בניגוד סאטמאריזם,  ה' ישמרנו מהם ומהמונם!!

אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן...

וויל ער נישט??? דאס איז דיין קאץ און בויך וואס מ'האט דיר איינגערעט

ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...

נאק נאק!!! האלא!! ער איז א זאלי!!! האסט געהערט פון די זאלוני אהרוני פייט????!!!


 איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

מיין טייער שעפעלע איך וועל איך דיר אביסעלע עדיוקעטן, ס'קיינמאל צו שפעט זיך צו לערנען,
דער סאטמאר רבי זאל זיין געזונט און שטארק פארט אויף ארץ ישראל סאך אסאך מער ווי די פריערדיגע אדמורי"ם, אפגערעט סאך אסאך מער ווי דער בעבי ר' זלמן, ער זאגט קלאר אז ער וויל נישט קיין פראפגאנדע, און דער שכל זאגט אז ווען מ'גייט אפט מאכט מען נישט קיין פראפעגאנדע, דאס איז אזאך וואס ס'נישט שייך זיך צו דינגען,
דער רבי זאל זיין געזונט האט א עדה חסידים ומעריצים און ארץ ישראל און דאס רוב אין בני ברק,
כמעט אלעמאל גייט ער יא אויף ירושלים עיה"ק ווי ער שרייט אויס כשאגת ארי דעם דבר ה',
ווי למשל ביי די הנחת אבן הפנה פון די עדיסאן פראיעקט, וכדומה
ביי דעם איצטיגן נסיעה, אחת מני אלף, (פארגעס נישט דיין ר' זלמן גייט דאך קיינמאל נאר איינמאל א יובל פאר די פלאקאטן און די לעלוס) איז ער נישט געגאנגען קיין ירושלים
יעצט צו זיין א שוואנץ און זאגן אז דאס האט מיט אנטיסימיטיזם אין האט פיינט דעם ויואל משה, ווייל פונקט דער איינער מאל איז ער נישט געפארן קיין ירושלים, ווייל ער האט זיך געוואלט קאנצעטרירן אויף זיינע נקיי הדעת שבבני ברק
דאן שרייט זיך ארויס פון הארץ:
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העןלם שלא עשני זאלוני!!!

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

אזוי קארצקעפיג, אזוי קינדיש, אזוי פארדומט, ס'דערקענט זיך אז דו ביסט אויפגעוואקסן על ברכי הלעלו זשיגאן, ער באוויינט "די צעטלעך!!" "די פענדלעך!!!", "די לעלוס" "חדש אסור מן התורה" , "מאיז משנה"

כאב נאר איין ווארט:
נעבעך!! 
  

4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

עיין לעיל,סעיף 2

5. 
ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג,

איך קען דיר באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז די נקיי הדעת שבבני ברק האבן היינט געהערט דעם דבר ה' הטהורה והבהירה דער קול חוצב, השיטה הויואל משה, די ערליכע אידן אין ארץ ישראל זיגן און פייערן א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן גייען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג אדרבא אז דו האלטס אז דער רבי האט עפעס גערעט בניגוד שיטת ויואל משה ביי זיינע דרשות בארצינו הק' צייג מיר ביטע אן ווי, אדאנק,


ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער,

ס'איז די "קלימאקס" ווייל די ווילסט זאל זיין די קלימאקס, ווייל דיר קימערט דיך נישט די נקיי הדעת שבבני ברק וואס ברויכן אזויפיל חיזוק, דיין קאפ שווינדלט נאר מיט "אהרן ט"ב"

וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. 

נשתנו העתים זענט איר נעבעך!!
אונזער תורה זאגט אין לך דבר העומד בפני תשובה
אונזער תורה זאגט ובלבד שלא יהא כאכזר
אונזער תורה זאגט ונקלה אחיך לעיניך כיון שנקלה נעשה כאחיך
אונזער תורה זאגט נוח לרצות חסיד
אונזער תורה זאגט יתמו חטאים ולא חוטאים
אונזער תורה איז דרכי' דרכי נועם
אונזער תורה איז מיט נימוס און מענטשליכקייט
אונזער תורה זאגט אז דער מלחמה לה' איז נישט "אדם באדם"
ס'איז ברור אז אלמלי דער בעלזער וואלטן געטאן דער שריט בימי רבותינו וואלטן זיי געטאן אויפן האר דאס וואס דער היינטיגער ממלא מקום האט געטאן


זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום,

די לינקע פארטייען מוזן זיין עפעס זייער מאדנע, דער סאטמאר רבי באוואשט זיין מלפנינו ומאחרינו אין אלע דרשות, רידערט אויף די וועלט כ"א כסלו וואס די אלע רעזעחרוינעברוכע מענטשן האבן קיינמאל נישט באוויזן, און צוליב שמיסן מיטן בעלזער אהאלבע שעה מעשהלאך ווערן זיי שוין גליקלאך און ציפרידן

רבי איד איר זענט חולה!! איר ליידט אויף זאליאייטעס!!




ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן.

יראי השם???
טעות!!!
פארשימלטע בלינדע זאליבעצנס!! הערינג פרעסער, וואס האבן שוין לאנג אויפגעטוישט כל התורה כולה מיט די מלחמה נגד אהרן ט"ב


– און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל.
און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

אויף א היידפארק פאשקעוויל גרעבצעס בויסטו דיינע סברות????!!!!

וואס זאגסטו מיר נישט???

וואס ברענגסטו אן מיין טאייערע צייט, איך האב ערענסט געמיינט אין טענה מיך דא מיט א נארמאלער מענטש

 

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.



תוקן על ידי טאטעלע ב- 20/02/2012 04:25:09





דער סך הכל די אינגע אפרוחים וואס זענען אויפגעוואקסן על ברכי ר' זלמן ט"ב ויאסל וואלדמאן, זענען נעבעך נתחנך געווארן אז די גרעסטע קדושה איז לעלוס צעטלעך מיט די רביצין קאקאש קעיק און די גרעסטע טומאה איז אהרן טייטלבוים
ה' ישמרנו מהם ומהמונם!!! 

לאנצוט » 20/2/2012 06:41

טאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך לייג דא ארויף א בריוו וואס כ'האב ערהאלטן אין אימעיל וואס א ירושלימער אידל האט געשריבן צו זיין חבר א אהרוני.


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו

איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

 

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

 איך האב געזען דעם גרויסן כבוד וואס דער ראב"ד סאטמר האט געהאט, אז בערך 150 יונגלעך זענען ארויס מקבל פנים זיין. - ב"ה אז רבי אהרן האט מער שכל פון דעם, און זאגט פאר די יונגלעך צו בלייבן אינדערהיים.

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...

וויפיל איך ווייס איז יעצט ביי רבי אהרן אויך דער עיקר פאר אים, מחזק צו זיין די ערליכע מוסדות אין בני ברק. דאס איז דער עיקר. דער טפל איז די באזוכן.

3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'

קיין איין מוסד קומט נישט ארויס פאר רעספעקט. נישט אמאל און נישט היינט.
זיי קומען ארויס ווייל מען צאלט זיי. אויב מען צאלט יעצט אפאר צענט קומען זיי אלע צופלויפן.

 4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן.

קיין איין מוסד קומט נישט ארויס פאר רעספעקט. נישט אמאל און נישט היינט.
זיי קומען ארויס ווייל מען צאלט זיי. אויב מען צאלט יעצט אפאר צענט קומען זיי אלע צופלויפן. סאטמאר רבי דארף עס נישט. און זאגט איך דארף נישט קיין שום קבלת פנים. פינקט ווי ער דארף נישט קיין באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל, מוצאי פסח אין קרית יואל, און מוצאי סוכות אין וויליאמסורג. עס איז הבלי הבלים אמר קוהלת.

 

5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.

 אלע ערליכע אידן גייען יעצט אויך מיט'ן קאפ אין די הייעך, הודו לה'.
חוץ די סיקריקים וועלכע זענען צעשאסן. ברוך השם פאר דעם.

6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

דער גאב"ד לאזט נישט קיין ווערטער. היידפארק לאזט ווערטער.

 איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...

וואס חילונים זאגן און וואס "ניוזוויק" זאגט, איז נישט מאסגענד. דער פוסק הדור הרב וואזנער איז מכריע. פינקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'זאגט אז "די וועלט פרעגט א קשיא אויפ'ן רמב"ם", קוקט מען נישט צי איינער אין היידפארק פרעגט !

פליז, פליז פליז !
סטאפ צו קיקן מיט היידפארק ברילן אויף יעדע תורה'דיגע זאך!

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעטיטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור א עסק.

מסכים!

וואסזשע » 20/2/2012 13:53

לאנצוט טייערע!!!
פאקט בלייבט פאקט!!

רבותינו הק', מרן רביה"ק זי"ע ומ"מ רבינו בעל ברך משה זי"ע, האבן געהאט כבוד מלכים ביים אנקומען אין ארץ ישראל, די גאנצע יהדות החרדית אין ארה"ק איז געווען מחוזק און אונטער א געהויבענע שטימונג מיטן באזוך,
טראכט אביסל צוריק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט אין ארץ ישראל תשנ"ד, טאקע יא מיט די גאנצע מצב פון פלאקאטן,
וויפיל חיזוק יראי ה' אין ארה"ק האבן געהאט פונעם גרויסן מלכות'דיגן באזוך...

קרענקט דיר נישט דאס הארץ, די מציאות איז אצינד ביים באזוך פונעם וויזשניצער'ס איידערם און בעלזער'ס שוואגער איז פאר קיינעם פון די אלגעמיינע יהדות החרדית בארה"ק נישט מעלה ומוריד געווען צו ער קומט יא אדער נישט, או נאכמער ווען נישט די הוכפוקנט פונעם באזוך אין אר"י (בעלזער באזוך, חיזוק לרשעים) וואלט קיינער נישט געוואוסט צו ער איז דא אדער נישט, און אדרבה אצינד איז די ארץ ישראל'דיגע אינדעטום אנגעווייטאגט אויפן גאנצן באזוך, איינער מער איינער ווייניגער, והפשקווילען יוכיחו..

און אז מ'רעדט פון די פשקווילען לאמיר מסביר זיין א זאך, די פשקווילען האט מען אויפגעהאנגען אין די ירושלימער גאסן, די מציאות איז ווען מ'הענגט ווען ארויף פאשקווילען קעגן א שר התורה אדער א רשכבה"ג, אדער לאמיר זאגן אויף גאב"ד ירושלים, וויפיל דרשות מחאה וואלטן זיך געהערט פון די גדולי הרבנים שליט"א, ובפרט אז מ'שרייבט אזעלכע געמיינע לשונות, און נאך דערצו בשמו של הגאב"ד ירושלים שליט"א, אלא מאי בע"כ יענה אמן, אז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, זיי ווייסען און האלטן אויך אז דער מאנראער פערד איז זיך ווערד זיין געלט, און ס'קומט אים דאס...

לאנצוט!! ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט....
קען זיין אז דו וועסט סייווי נישט פארשטיין, דעמאלט'ס גייסטו אריין אינעם כלל פון: ווער עס פארשטייט וכו', און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט






תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 14:15:17

רב_הסוער » 20/2/2012 16:38

ווען די חברי ביד"ץ העדה החרדית פלעגט קומען קיין אמעריקע פלעגט מען אויך איבערדרייען די שטאט,
דאס לעצטע מאל וואס הגרי"ט וייס איז געווען אין ניו יארק דאכצעך דעם לעצטן זומער, איך דענק נישט זאל זיין איין פלאקאט אויפן גאס, איך דענק נישט קיין קבלת פנים אויף טראקס, קיין מוזיק, קיין פענדלעך, ווי עס פלעגט זיין, נישט און וומ"ב נישט און ב"פ, איך דענק נישט קיין שום לעלוס, גארנישט, ממילא לשיטתך איז ער שוין אן אנטיסעמיט און א שונא פארן ויואל משה, נעבעך

וואסזשע » 20/2/2012 17:03

רב הסוער ענטפער אויף די גאנצע, אין משיבין למחצה..

רב_הסוער » 20/2/2012 17:37

עיין לעיל

..."דער סאטמאר רבי זאל זיין געזונט און שטארק פארט אויף ארץ ישראל סאך אסאך מער ווי די פריערדיגע אדמורי"ם, אפגערעט סאך אסאך מער ווי דער בעבי ר' זלמן, ער זאגט קלאר אז ער וויל נישט קיין פראפגאנדע, און דער שכל זאגט אז ווען מ'גייט אפט מאכט מען נישט קיין פראפעגאנדע, דאס איז אזאך וואס ס'נישט שייך זיך צו דינגען,
דער רבי זאל זיין געזונט האט א עדה חסידים ומעריצים און ארץ ישראל און דאס רוב אין בני ברק,
כמעט אלעמאל גייט ער יא אויף ירושלים עיה"ק ווי ער שרייט אויס כשאגת ארי דעם דבר ה',
ווי למשל ביי די הנחת אבן הפנה פון די עדיסאן פראיעקט, וכדומה
ביי דעם איצטיגן נסיעה, אחת מני אלף, (פארגעס נישט דיין ר' זלמן גייט דאך קיינמאל נאר איינמאל א יובל פאר די פלאקאטן און די לעלוס) איז ער נישט געגאנגען קיין ירושלים
יעצט צו זיין א שוואנץ און זאגן אז דאס האט מיט אנטיסימיטיזם אין האט פיינט דעם ויואל משה, ווייל פונקט דער איינער מאל איז ער נישט געפארן קיין ירושלים, ווייל ער האט זיך געוואלט קאנצעטרירן אויף זיינע נקיי הדעת שבבני ברק"....
.....

..."אונזער תורה זאגט אין לך דבר העומד בפני תשובה
אונזער תורה זאגט ובלבד שלא יהא כאכזר
אונזער תורה זאגט ונקלה אחיך לעיניך כיון שנקלה נעשה כאחיך
אונזער תורה זאגט נוח לרצות חסיד
אונזער תורה זאגט יתמו חטאים ולא חוטאים
אונזער תורה איז דרכי' דרכי נועם
אונזער תורה איז מיט נימוס און מענטשליכקייט
אונזער תורה זאגט אז דער מלחמה לה' איז נישט "אדם באדם"
ס'איז ברור אז אלמלי דער בעלזער וואלטן געטאן דער שריט בימי רבותינו וואלטן זיי געטאן אויפן האר דאס וואס דער היינטיגער ממלא מקום האט געטאן"...



..."די לינקע פארטייען מוזן זיין עפעס זייער מאדנע, דער סאטמאר רבי באוואשט זיין מלפנינו ומאחרינו אין אלע דרשות, רידערט אויף די וועלט כ"א כסלו וואס די אלע רעזעחרוינעברוכע מענטשן האבן קיינמאל נישט באוויזן, רירט זייער האקעלע נערוו, און צוליב שמיסן מיטן בעלזער אהאלבע שעה מעשהלאך ווערן זיי שוין גליקלאך און ציפרידן"...


ועוד...

..."איך קען דיר באריכטן מיטן פולן קראנטקייט אז די נקיי הדעת שבבני ברק האבן היינט געהערט דעם דבר ה' הטהורה והבהירה דער קול חוצב, השיטה הויואל משה, די ערליכע אידן אין ארץ ישראל זיגן און פייערן א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן גייען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג אדרבא אז דו האלטס אז דער רבי האט עפעס גערעט בניגוד שיטת ויואל משה ביי זיינע דרשות בארצינו הק' צייג מיר ביטע אן ווי, אדאנק,"...


ועוד ועוד, עיין לעיל ותמצא נחת...

לאנצוט » 20/2/2012 17:50

וואסזשע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט טייערע!!!
פאקט בלייבט פאקט!!

רבותינו הק', מרן רביה"ק זי"ע ומ"מ רבינו בעל ברך משה זי"ע, האבן געהאט כבוד מלכים ביים אנקומען אין ארץ ישראל, די גאנצע יהדות החרדית אין ארה"ק איז געווען מחוזק און אונטער א געהויבענע שטימונג מיטן באזוך,
טראכט אביסל צוריק וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט אין ארץ ישראל תשנ"ד, טאקע יא מיט די גאנצע מצב פון פלאקאטן,
וויפיל חיזוק יראי ה' אין ארה"ק האבן געהאט פונעם גרויסן מלכות'דיגן באזוך...

איך זעה אייביג אז דו שרייבסט ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים... און דו שטעלסט זיך דא אפ....
ביי מיר מיינט עס. אז דו האסט ליב קאקאש קעיק און איך האב צימרינג, און דו דאנקסט דעם בוכ"ע אז שהבדילנו מן התועים.

ביי לאנצוט אין סידור שטייט ווייטער: ונתן לו תורת אמת = איך דאנק דיך רבוש"ע אז דו האסט אונז געגעבן אן אמת'דיגע תורה. נישט קיין תורה פון לעקטערלעך און פאקלען.

דער נוסח גייט ווייטער, וחיי עולם נטע בתוכינו. און איך דאנק דעם רבוש"ע אז ער האט איינגעפלאנצט אין אונז א אייביגע-וועלט =  נישט פלאקאטן מיט עקלדיגע ילדות.

ווען דו וואלסט דאס געזאגט מיט 200 יאר צוריק, וואלט איך געזאגט אז וואזשע איז א חסיד שוטה.
אבער אזוי ווי היינט איז דאך שוין נתשכח געווארן דער דרך הבשעה"ק, און קיין חסידות איז מער נישט.

דערפאר רוף איך אויס אז וואסשע איז א פלעינער שוטה. נישט קיין חסיד שוטה.

קרענקט דיר נישט דאס הארץ, די מציאות איז אצינד ביים באזוך פונעם וויזשניצער'ס איידערם און בעלזער'ס שוואגער איז פאר קיינעם פון די אלגעמיינע יהדות החרדית בארה"ק נישט מעלה ומוריד געווען צו ער קומט יא אדער נישט, או נאכמער ווען נישט די הוכפוקנט פונעם באזוך אין אר"י (בעלזער באזוך, חיזוק לרשעים) וואלט קיינער נישט געוואוסט צו ער איז דא אדער נישט, און אדרבה אצינד איז די ארץ ישראל'דיגע אינדעטום אנגעווייטאגט אויפן גאנצן באזוך, איינער מער איינער ווייניגער, והפשקווילען יוכיחו..

וואס מיינט יא מעלה נישט מוריד. ווי מעלה ווי מוריד?
איך בין שוין גענוג אלט און איך דער קאפ דינט מיר ב"ה זייער גוט. און איך בין געווען ביי ביידע נסיעות פונעם ברך משה זי"ע אין ארץ ישראל ביי די "מסע המלכות"! און איך קען דיר זאגן אז די קבלת פנימ'ס האבן נישט געהאט קיין שום חן דעמאלטס און אוודאי נישט היינט.

איך געדענק ליידער זייער גוט ווען דער ברך משה איז געווען אין ארץ ישראל תשנ"ד, און איך בין דארט געווען, ווען ער האט זיך אנגעטאן דעם שטריימל ביי דעם חנוכת הבית, וואסערע ליצנות ער איז ליידער געווען, שוין מיט די ריזיגע קבלת פנים, די פאקלען, די מייקס און די פלאקאטן !

ס'איז א עקל און א גרויל. און איך דאנק דעם בוכ"ע אז מיר האבן א רבי'ן וואס האט די אלע זאכן מבטל געווען בתכלית הריחוק.

הודו לה' כי טוב אז ער האט מבטל געווען די באגלייטנס מוצאי פסח.
הודו לה' כי טוב אז ער האט מבטל געווען די באגלייטנס מוצאי שבועות.
הודו לה' כי טוב אז ער האט מבטל געווען די באגלייטנס מוצאי סוכות.
הודו לה' כי טוב אז ער האט מבטל געווען די קארוואנען ביים פארן אין די קעמפס.

דאס זענען עקלדיגע קריסטליכע פאמפעס פאר זייער "שמאטעלע". פוי !

וואסזשע איך רעדט צו דיר, און איך מיין אלע דיינע ידידים דא אויף היידפארק:
ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו ! נישט קיין פאקלען, נישט קיין לעקטערלעך און נישט קיינע פלאקאטן, דאס איז דער היפוך פון אהבת תורה ויראה שמים. דער היפוך פון שמחה. ס'איז טפשות, הבל ורעות רוח!



לאנצוט!! ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט....
קען זיין אז דו וועסט סייווי נישט פארשטיין, דעמאלט'ס גייסטו אריין אינעם כלל פון: ווער עס פארשטייט וכו', און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט






תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 14:15:17


וואסזשע » 20/2/2012 18:17

לאנצוט, רב הסוער שעלטען אין גרויסן!!! אבער אויף דעם ענטפערט מען נישט!!!
און אז מ'רעדט פון די פשקווילען לאמיר מסביר זיין א זאך, די פשקווילען האט מען אויפגעהאנגען אין די ירושלימער גאסן, די מציאות איז ווען מ'הענגט ווען ארויף פאשקווילען קעגן א שר התורה אדער א רשכבה"ג, אדער לאמיר זאגן אויף גאב"ד ירושלים, וויפיל דרשות מחאה וואלטן זיך געהערט פון די גדולי הרבנים שליט"א, ובפרט אז מ'שרייבט אזעלכע געמיינע לשונות, און נאך דערצו בשמו של הגאב"ד ירושלים שליט"א, אלא מאי בע"כ יענה אמן, אז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, זיי ווייסען און האלטן אויך אז דער מאנראער פערד איז זיך ווערד זיין געלט, און ס'קומט אים דאס...

לאנצוט!! מאך נישט קיין ליצנות פון דיר אליינס!!
ברענגסט מיינע ווערטער און די דאזיגע שטיקל איגנאריר'סטע אינגאנצן....

הדא הוא דכתיב "פלענער שוטה"...

רב_הסוער » 20/2/2012 18:29

די האלטס ערענסט אז איינער וואלט זיך געדראפט קימערן אויף יעדע בויכווייען כתבי פלסטר?

באמת?

איך האב עכט געמיינט ביסט קליגער

ווען איז געווען די לעצטע מאל סיי וועלכער רב אדער דיין זאל האבן זיך געקימערט אויף די שטותים, זאג מיר א דאטום?

איך האב נישט געהערט אז רב וואזנער זאל האבן מוחה געווען, דארט און ב"ב זענען אויך געווען חמרים פאשקעווילן, אפשר איז ער אויך א זאלי,

איך בעט דיך פליז פליז פליז, קום צום שכל, רוב ערליכע אידן זיצן נישט אויף היידפארק און ליינען נישט יעדעמס דעפרעסטע בויך דריקעניש

לאנצוט » 20/2/2012 18:57

וואסזשע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און אז מ'רעדט פון די פשקווילען לאמיר מסביר זיין א זאך, די פשקווילען האט מען אויפגעהאנגען אין די ירושלימער גאסן, די מציאות איז ווען מ'הענגט ווען ארויף פאשקווילען קעגן א שר התורה אדער א רשכבה"ג, אדער לאמיר זאגן אויף גאב"ד ירושלים, וויפיל דרשות מחאה וואלטן זיך געהערט פון די גדולי הרבנים שליט"א, ובפרט אז מ'שרייבט אזעלכע געמיינע לשונות, און נאך דערצו בשמו של הגאב"ד ירושלים שליט"א, אלא מאי בע"כ יענה אמן, אז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, זיי ווייסען און האלטן אויך אז דער מאנראער פערד איז זיך ווערד זיין געלט, און ס'קומט אים דאס...

לאנצוט!! מאך נישט קיין ליצנות פון דיר אליינס!!
ברענגסט מיינע ווערטער און די דאזיגע שטיקל איגנאריר'סטע אינגאנצן....

הדא הוא דכתיב "פלענער שוטה"...


פאשקעווילן איז שוין געווען אויפן הייליגן בעשה"ק.
אויפן הייליגן קדושת לוי זי"ע (ס'איז נאך היינט דא אין מוזעאום)
אויפן הייליגן בעל התניא זי"ע
אויפן הייליגן ישמח משה זי"ע (ס'איז ליידער געדרוקט אין א ספר, מבהיל הרעיון)
אויפן הייליגן דברי חיים זי"ע
און אויפן הייליגן רבי'ן זי"ע

פאשקעווילן איז דער כח פון די סטרא אחרא מאז ומקדם. (כדברי הנועם אלימלך זי"ע)
אמאל מיט יארן צוריק איז א פאשקעוויל געווען א גאנצער עסק, מ'האט גערעדט פון א פאשקעוויל פאר צוויי וואכן.
היינט, איז א פאשקעוויל א שטיק ליצנות, ניטאמאל ווערט דאס פאפיער.

וואסזשע
אויב די פאשקעוויל מאכט דיך העפי, מאך א מיליאן פאשקעווילן. איך באצאל עס !

און וואזשע, הער זיך גוט צו לדברי לאנצוט:
דער פראבלעם מיט דיין מהלך המחשבה, איז נישט דיינס, עס קומט פונעם הויפט פון דיין פארטיי. אז דער קאפ ליגט אין לעקטערלעך און פאקלען, מיינט מען אז דאס מאכט איינעם גרויס, און מען מיינט אז פאשקעווילן מאכט איינעם קליין.

ברודער טייערער: דו ביסט נאך אין בונקער !

וואסזשע » 20/2/2012 19:00

נאכאמאל, קענסט לערנען א קל וחומר אדער א מה מצינו....

דערמאן דיר אביסל צוריק ווען מ'האט געווארפן פאשקווילען אין די גאסן קעגן דעם ברך משה, אדער להבדיל קעגן שטיינמאן, וויפיל רבנים האבן עס פארדאמט דא אין דארט, יעצט כש"כ וכש"כ ווען מ'רעדט דא פון ערענסטע צעטלעך וואס "הענגן אין די גאסן" אין גרויסן, אין נאך אונטער געחתמ'ט בשם היהדות החרדית בארה"ק, און נאך דערצו רעדט מען פון די ווערטער פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א אין אין קול ואין עונה???


נו?? תזדעזע העולם, ווי זענען די רבנים?? רבן דקרו!!! עלבון התורה!! עלבון רשכבה"ג!!

 
אלא מאי בע"כ יענה אמן, אז מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו, זיי ווייסען און האלטן אויך אז דער מאנראער פערד איז זיך ווערד זיין געלט, און ס'קומט אים דאס...

לאנצוט » 20/2/2012 19:03

וואסזשע ענטפער ביטע:
ערנסטער ווי די פאשקעווילן קעגן בעל שם טוב הקדוש און די פאשקעווילן קעגן הייליגן דברי יואל?
ווייל דו זאגסט מיר אז ס'הענגט עכט?

וואזשע.
הענג א מיליאן צעטלעך יעדן טאג. ער ווערט גרעסער מיט דעם!
איך באצאל עס.

וואסזשע » 20/2/2012 19:07

האסט מיר נאך אלץ נישט געענטפערט!!
פאשקווילען איז אלץ געווען, אבער ס'איז געקומען דערנאך א מחאה, משא"כ ביי אונזער צדיק'ל...

וואס מער דו שרייבסט זעה איך אלס וועמען דזשיגאן האט געמיינט ביים פארענפערונג'ס דרשה אין קרית יואל
"ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט"

נאכאמאל ענטפער איך דיר נישט באותו ענין... ווייל האסט דאך אליינס געשריבן אז דו ביזט א דעקעלע....


תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 19:08:18

לאנצוט » 20/2/2012 19:12

א'. מחאה אויף א פאשקעוויל? פארוואס. מאך נאך.
ב. עס איז קיין פאשקעוויל נישט געווען. איך האב גערעדט קיין ירושלים. עס איז דא אויף היידפארק. און אין דיין דמיון איז עס דא אין ירושלים.
ג. ווען דער סאטמאר רבי איז געווען קרית יואל באגאסן מיט פאשקעווילן. עס האט געהאלפן א מכה. ער איז היינט דער גרעסטער רבי אויפן כדור הארץ בתורה ובחסידות.

ביטע זעה צו מאכן נאך פאשקעווילן.
אבער נאר מיט גרויסע רויטע אותיות. ווייל אזוי דערשרעקט מען זיך מער.

וואסזשע » 20/2/2012 19:22

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ב. עס איז קיין פאשקעוויל נישט געווען. איך האב גערעדט קיין ירושלים. עס איז דא אויף היידפארק. און אין דיין דמיון איז עס דא אין ירושלים.

שקרא לא קאי, להוי ידוע אז ס'הענגט אין עטליכע פלעצער אין ירושלים די צעטל "שבנא וסייעתו", באלד לייג איך ארויף א פיקטשער



תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 19:23:26




תוקן על ידי וואסזשע ב- 20/02/2012 19:24:20

רב_הסוער » 20/2/2012 19:25

ווינטער תש"ע זענען געווען חמרים פאשקעווילן און קרית יואל קעגן סאטמארע רבי מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות "אהרן טייטלבוים עוכר ישראל"

איך האב נישט געהערט קיין איין קול מחאה נישט פונעם דיין, אדער סיי ווער פון רבני ודייני ר' אהרן

ממילא שמע מינה דניחא לי???

קריך ארויס פון דיין באקס, קיינער קימערט זיך נישט היינט פון יעדע הערינג פרעסערס בויך דריקעניש, ס'נישט קיין "הזדעזו" נישט קיין "רבן דקרו" סך הכל איז עס "הצחקו",

לאנצוט » 20/2/2012 19:29

איך ברענג דיר א פיקטשער ווי עס הענגט פאשקעווילן קעגן כ"ק אדמו"ר מהרז"ל.
מאי איכא למימר?

און לאמיר זאגן אז איך געב דיר נאך און עס הענגט יא אויף רחוב יא א געפערליכע פאשקעווילן. WHO CARES?

גאנץ  מדינת ישראל איז איין גרויסע פאשקעוויל קעגן רבונו של עולם.
די גאנצע מדינת השמד איז איז א הכרזה קעגן די הנהגה פונעם באשעפער. דאס איז ליידער א געפערליכע און שוידערליכע ווייטאג.

דאס ארט איך דיך אפילו א טראפ?

מיין פאינט איז. עס אינטרעסירט דיר נישט די תורה, און נישט דעם צער השכינה.
ווייל ליידער האסטו מיט די תורה קיין שום שייכות נישט. מ'זעט אויף דיין יעדעס אות פון דיין געשרייבעכץ.

ביי דיר און ביי דיינע הויפט קעפ איז היידפארק וואס דאמינירט אידישקייט.

גלייב מיר בנאמנות, די וועלט זעהט עס.

אישור » 20/2/2012 22:17

איך זעה די אמריקאנע ווייסן נישט וואס דאד טוט זיך


קיין איין רב גייט נישט מוחה זיין אויף פאשקעווילן נארמאלערהייט

עס איז געווען פאשקעווילן אויפן ראב"ד א צייט צוריק און קיינער האט נ ישט מוחה געווען

עס איז געווען אויף תולדות אהרןער רבי און כמעט קיינער האט נישט מוחה געווען

אויסער דושינסקי 

עס איז געווען קעגן הגר "נ קופשיץ וועגן בנות ירושלים און קיינער האט נישט מוחה געווען



ווען היגע רבנים זאלן מוחה זיין אויף פאשקעווילן

וועלן זיי דארפן רעדן יעדן טאג צוויי מאל ....

אישור » 20/2/2012 22:18

פאשקעווילן אין דאהי איז אזוי ווי א טעקסט מעסעדש אין אמעריקא 

פישער_גאבע » 21/2/2012 03:32

איך האב געלייענט די בריוו וואס טאטעלע האט דא ארויפגעלייגט פון א ירושלימ'ער אידל, און איך האב געזען דערין דברים של טעם, און אזעלכע פשוט'ע זאכן וואס איז כמעט נישט שייך צו חולק זיין דערויף, און די אלע תגובות דא איז אינגאנצן פארקראכן פון די טעמע.

ער ברענגט דארט ארויס איין קלארע נקודה, אז דער באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל צייגט צום וויפלטן מאל קבל עם ומלואה אז די אהרוני'שע פארטיי איז א נייע סארט געבויע'טע חסידות נישט ווי "סאטמאר הישן". דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווייל רבוה"ק מסאטמאר האבן געהאט מלכות'דיגע באזוכן אין א"י און ר' אהרן האט דאס נישט דעריבער איז ער נישט סאטמאר. בכלל נישט. האסט נישט גוט פארשטאנען. נאר די מלכות'דיגע באזוכן איז פשוט געווען א "רעזולטאט" פון זייער הנהגה. וויבאלד די סאטמאר'ער רבי'ס זענען געווען דער עורף פון דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל, זיי האבן געשטיצט אלע מוסדות התורה עטה"ק, זיי האבן געקעמפט און געגעבן שטיצע פאר די ערליכע אידן אין אר"י צו מיט'ן פראטעסטירן, צו מיט'ן געבן גרויסע געלטער לחיזוק מערכות קודש, צו דאס עצם פאקט אז רבבות אידן פון חו"ל שטייען מיט מיט די הייפעלע אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אויסצושטיין שווערע צייטן פון די מלכות הרשעה, אלזא ווען זיי פלעגן קומען קיין ארץ ישראל איז דאס געווען א יום שמחה והתרגשות ביי די ערליכע אידן, א יום שמחה ביי די העדה החרדית, א יום שמחה ביי די היימישע ערליכע קרייזן.

מילא איז אייביג געווען קלאר און פארשטענדליך פארוואס ווען א סאטמארער רבי איז געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיך געפרייט טויזנטער אידן און זיך געפילט מחותנים ביי דעם באזוך, דאקעגן ווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא'ער רבי איז געקומען קיין ארץ ישראל איז דאס געווען א יום שמחה ביי זייער אייגענע חסידים. – ווייל סאטמארער רבי איז געווען אנדערש ווי אלע אנדערע חסידישע רבי'ס, יא, ער האט געטיילט געלט! נישט נאר ביים באזוך נאר אגאנץ יאר איז ער געשטאנען לימינם פון אלע מוסדות הק' אין א"י, אגאנץ יאר איז ער געשטאנען לימין די העדה החרדית ולימין די ערליכע אידן אשר לא כרעו לבעל. און דאס האט נאך אונזער אלטער רבי רבינו הקדוש געטון, נישט אויפגעהערט טיילן געלט פאר די מוסדות על טהרת הקודש אין ארה"ק.

און די אלע באגריסונגען ע"פ חוצות, דאס ארויסשיקן די ילדי הת"ת לקבל פניו, די גאנצע כבוד וואס די העדה החרדית און די היימישע קהילות האבן פארטיילט פאר רבוה"ק, דאס איז אלעס געווען אלס א "תוצאה" פון זייער הנהגה. נעמליך, ווייל זיי זענען געווען סאטמאר'ער רבי'ס און נישט באבוב'ער רבי'ס מילא האט יעדע ערליכע קהילה און קרייז געפילט א נאנטשאפט מיט זיי און האבן א געפילט א חוב לחלוק להם כבוד. – און ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "סיבה" פארוואס מ'הייסט סאטמאר, נאר די תוצאה איז פשוט א "באווייז" אז מ'איז סאטמאר. וק"ל.

און כהיום הזה, זעט יעדער קלאר, אז מער ווייניגער די אלע ערליכע קהילות, די "זעלבע" קהילות (וואס ווערן היינט אנגערופן: סיקריקים) וואס זענען אייביג געגאנגען אין שפאן מיט רבוה"ק מסאטמאר, גייען היינט ווייטער אין שפאן מיט די סאטמארער קהילה והעומד בראשה כ"ק מרן רבינו שליט"א. און אז ביי די באזוך פון רבי'ן שליט"א אין יאר תשס"ה זענען אלע מוסדות וקהילות הק' ארויסגעקומען מיט באגריסונגען לכבודו, און אלע האבן אים פארבעטן א ביקור כבוד ביי זייער מוסדות, און די העדה החרדית מיט שומרי החומות א.א.וו. די אלע סיקריקים וועלכע האבן זיך געפילט מחותנים ביי די באזוכן פון רבוה"ק מסאטמאר אין א"י האבן אים אפגעגעבן כבוד מלכים, איז דאס נישט מער ווי א "באווייז" אז ער איז סאטמארער רבי דורכ'ן ממשיך זיין מעשי אבותיו בידו.

די זעלבע ווען דער ראב"ד סאטמאר איז געקומען קיין א"י, האבן צענדליגער מוסדות התורה פון די היימישע קרייזן "מרצונם הטוב" ארויסגעשטעלט באגריסונגען לכבודו, אדרבה ווער געוואויר צו איינער האט באקומען א גרייצער דערויף, אזוי אויך האבן פילע תלמודי תורה'ס (די גרעסטע תלמודי תורה'ס עטה"ק וואס האבן א שייכות מיט'ן ראב"ד, סאטמאר, רמ"א, תורה ויראה ירושלים ובית שמש, עטרת יהושע בי"ש) ארויסגעשיקט זייערע קינדער, דאס איז בלויז ווייל זיי פילן א ווארימקייט א נאנטקייט צו אונזער קהילה קדושה וואס ווייזט זיי ווייטער ארויס שטיצע הן בממון און מיט יעדע שטיצע זיי צו מחזק זיין און מעודד זיין. אפי' ווען הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק איז געווען אין א"י זענען פילע מוסדות התורה עטה"ק געקומען צו אים פארבעטן אויף א באזוך. אלעס ווייל זיי פילן א נאנטקייט און א ברודערשאפט צו אונזער קהילה קדושה. ווייל אנשים אחים אנחנו, אונז טוען ווייטער מחזק זיין אונזערע ברודער אין א"י אזוי ווי רבוה"ק האבן אונז געלערנט, און נישט זיך פטר'ן דורכ'ן א נאמען געבן פאר די אלע ערליכע אידן אין א"י מיט'ן נאמען סקריקים וכדו', און דעם ירושלימ'ער רב און יעדען ערליכער איד אראפרייסן מיט דברי זלזול וליצנות רח"ל. ניין! מיר זענען די זעלבע פארנאטישע סאטמארער אידן ווי אמאל, און מיר וועלן נישט אפנייגן פונעם דרך ווייל מ'באטיטלט אונז סקריקים...

משא"כ ביי די נייע א.ג. סאטמאר'ער חסידות וואס האבן זיך אפגעשאקלט פון אלע ערליכע קהילות, אפגעשאקלט פון די העדה החרדית ובפרט פון דעם ירושלימ'ער רב שליט"א ווייל ער איז א סיקריק, מילא איז זייער פשוט פארוואס ווען דער ר' אהרן קומט קיין א"י פילן זיך נישט די אלע קהילות ווי מחותנים מיט די שמחה, בלויז זיין אייגענע קהילה (און חבורת "אורייתא" פון הרב שמערלער), און זיין באזוך איז א זעלבסשטענדיגע באזוך פאר זיין קהילה אזוי ווי ווען באבוב'ער רבי און סקווירא'ער רבי באזוכן אין א"י.

און וועמען ווילסטו יעצט נער'ן, אז בעצם איז ר' אהרן צוליב זיין דרך אין הצנע לכת און א בורח מן הכבוד "אויפגעקומען" אז ער וויל נישט די אלע כבוד וואס מ'האט פארטיילט פאר רבוה"ק, ווייל זיי האבן דאס געקענט דערליידן, משא"כ ער... (אגב, רבוה"ק מסאטמאר, ומרנן רבותינו מארי דארעא קדישא נבג"מ, טראץ זיי האבן אויך נישט ליב געהאט קיין טראסקעס און קיין כבוד (נאך אזוי פיל ווי ר' אהרן...) האבן זייער גערן מסכים געווען צו דעם גאנצן טאראראם, אדרבה, זיי האבן דאס צוגעשטופט, ווייל דאס איז געווען נישט מער ווי א "פראטעסט" פון די פרומע ערליכע אידן אקעגן די מלכות הרשעה (און ווי באקאנט די מעשה אז רבינו בעל ברך משה זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט צו זיינע משמשים בקודש נאך דעם ריזיגן קבלת פנים בשנת תשנ"ד אויף כיכר השבת אז מ'קען שוין אהיימפארן, ווייל דער ציהל אויף וואס מ'איז געקומען איז פארפולקאמט געווארן). יעדע צייטונג האט געוואוסט דאס צו באריכטן אז די ערליכע אידן (וואס ווערן היינט מכונה: סיקריקים) האבן מפגין געווען במעמד מאה אלף איש וכדו'.). וועמען נער'סטו אז דיין רבי לאזט פשוט נישט הענגען צעטלען פשוט ווייל ער קען דאס נישט דערליידן? וועמען נער'סטו אז דיין רבי לאזט נישט די ילדי הת"ת זאלן ארויסקומען לכבודו? וועמען נער'סטו אז ער וויל נישט אריינקומען אין ירושלים ווייל ער וויל זיך פשוט קאנצעטרירן אויף זיינע חסידים אין בני ברק?. ניטאמאל דיר אליין נער'סטו נישט.

און דאס איז א קשיא שאין עליו תשובה, פונקט אין אזעלכע שווערע צייטן וואס די יהדות החרדית אין א"י גייט אריבער, ווען די רדיפת הדת איז אנגעקומען אויף די העכסטע שטאפלען, די מלכות הרשעה דערדריקן יעדן ערליכן איד (סיקריק) ביז דעם ירושלימ'ער רב אליין. אין דער צייט וואס דער רבי שליט"א רעדט און שטורעמט ביי יעדע דרשה וועגן די רדיפת הדת, און שטייט יעדן צווייטן טאג טעלעפאניש מיט'ן ירושלימ'ער רב און אלע עסקנים הדגולים וואס פירן די מערכות קודש אין א"י. פונקט אין אזא קריטישן מצב האט א"י זוכה געווען אז דער "סאטמארער רבי ממשיך דרכו של בעל הדברי יואל" איז אהערגעקומען, און ער טרעפט זיך ניטאמאל מיט איין רעכטער מנהיג, ער טרעט נישט אריין אין ירושלים פשוט ווייל ער דארף מחזק זיין די נקיי הדעת שבבני ברק, פונקט יעצט איז א צייט אז "סאטמארער רבי" זאל זיך נאר טרעפן מיט בעלזא, סערט, באיאן, קרליץ וכו' וכו'. און יעדער ערליכער איד פילט זיך געטראפן פון זיין באזוך. ווי הגאון הגדול ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הבד"ץ וגאב"ד קרית רמ"א האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט פאר נאמני ביתו: ער איז נישט געקומען שלום מאכן מיט בעלזא, ער איז געקומען אויסרופן א מלחמה מיט'ן יהדות החרדית...

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים...




תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 21/02/2012 03:32:38

רב_הסוער » 21/2/2012 04:21

אפאר קריטיש וויכטיגע פאקטן איגנארירסטו


פאקט 1. דער ברך משה דורכאויס זיין גאנצער נשיאות איז ער אינגאנצן געפארן 2 מאל,
דער היינטיגער סאטמארע רבי פארט יעדעס יאר כאטשיג איין מאל,
איז "נאטורליך" און פשוט נישט שייך צו מאכן א איבערקערניש יעדעס יאר,
פונקט ווי הגרי"ט ווייס קומט רעגלמעסיג און מ'מאכט מער ווייניגער גארנישט ווען ער קומט, כאטשיג בעבר פלעגט מען מאכן גאנצע איבערקערענישט ווען דער גאב"ד פלעגט קומען,

דו איגנאריר עס ווי דער בת היענה, שפיל טעמיש

פאקט 2. דער ערשטער מאל וואס דער סאטמאר רבי איז געפארן פון ווען ער האט איבערגענומען די כס אדמורות אין סאטמאר, איז ער טאקע נאר געפארן אויף ירושלים געפראוועט דארט די שבת, ס'געווען א קבלת פנים אין מיטן שטאט, ווי ער האט באקומען כבוד מלכים, אלע חברי הבדי"צ האבן איהם מקבל פנים געווען און באזוכט,


דו איגנאריר עס ווי דער בת היענה, שפיל טעמיש


פאקט 3. דער איצטיגער נסיעה איז שוין געווען אויסגעפלאנט חדשים צוריק, נאך פאר איינער האט געחלומט פון א בעלזער פיוס, אדער,  אז דער ספעציפישער נסיעה גייט זיין געווידמעט פאר אנשי בני ברק, דער רבי האט געפילט אז ער מוז אריינלייגן ספעציעלע חיזוק און ענערגיע און די הייליגע קהלה וואס מיטשעט זיך זייער כידוע, ער האט מיטגעברענגט נגידים פון ניו יארק זאלן מחזק זיין די מוסדות, דאס איז א פאקט


דו איגנאריר עס ווי דער בת היענה, שפיל טעמיש


וואס גייט זיין נעקסטע מאל ווען סאטמארע רבי וועט יא פארן קיין ירושלים און יא באזוכען אלע רבני ירושלים, גייען קומען גאנצע הויפנס מיט פרישע "מלוחים מאוד" תירוצים...

לאנצוט » 21/2/2012 19:41

פישער_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב געלייענט די בריוו וואס טאטעלע האט דא ארויפגעלייגט פון א ירושלימ'ער אידל, און איך האב געזען דערין דברים של טעם, און אזעלכע פשוט'ע זאכן וואס איז כמעט נישט שייך צו חולק זיין דערויף, און די אלע תגובות דא איז אינגאנצן פארקראכן פון די טעמע.

ער ברענגט דארט ארויס איין קלארע נקודה, אז דער באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל צייגט צום וויפלטן מאל קבל עם ומלואה אז די אהרוני'שע פארטיי איז א נייע סארט געבויע'טע חסידות נישט ווי "סאטמאר הישן". דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווייל רבוה"ק מסאטמאר האבן געהאט מלכות'דיגע באזוכן אין א"י און ר' אהרן האט דאס נישט דעריבער איז ער נישט סאטמאר. בכלל נישט. האסט נישט גוט פארשטאנען. נאר די מלכות'דיגע באזוכן איז פשוט געווען א "רעזולטאט" פון זייער הנהגה. וויבאלד די סאטמאר'ער רבי'ס זענען געווען דער עורף פון דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל, זיי האבן געשטיצט אלע מוסדות התורה עטה"ק, זיי האבן געקעמפט און געגעבן שטיצע פאר די ערליכע אידן אין אר"י צו מיט'ן פראטעסטירן, צו מיט'ן געבן גרויסע געלטער לחיזוק מערכות קודש, צו דאס עצם פאקט אז רבבות אידן פון חו"ל שטייען מיט מיט די הייפעלע אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אויסצושטיין שווערע צייטן פון די מלכות הרשעה, אלזא ווען זיי פלעגן קומען קיין ארץ ישראל איז דאס געווען א יום שמחה והתרגשות ביי די ערליכע אידן, א יום שמחה ביי די העדה החרדית, א יום שמחה ביי די היימישע ערליכע קרייזן.

יעצט איז די זעלבע שמחה ביי אלע ערליכע אידן. נישט סתם א שמחה נאר א מעכטיגער יום טוב פאר טויזענטער אנשי שלומינו און אלע אידן וועלכע קלאמערן זיך אין די שיטה הקדושה אין ארץ ישראל.
... איין חילוק איז דא... אז יעצט ביי דעם וויזיט ביזטו עפעס באטראפעצט און דו קוקסט מיט דיינע היידפארק ברילן. ווייל דער וואס וויזיט איז דיין פאליטישער דם שונא. פינטל שבפינטל.


מילא איז אייביג געווען קלאר און פארשטענדליך פארוואס ווען א סאטמארער רבי איז געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיך געפרייט טויזנטער אידן און זיך געפילט מחותנים ביי דעם באזוך, דאקעגן ווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא'ער רבי איז געקומען קיין ארץ ישראל איז דאס געווען א יום שמחה ביי זייער אייגענע חסידים. – ווייל סאטמארער רבי איז געווען אנדערש ווי אלע אנדערע חסידישע רבי'ס, יא, ער האט געטיילט געלט! נישט נאר ביים באזוך נאר אגאנץ יאר איז ער געשטאנען לימינם פון אלע מוסדות הק' אין א"י, אגאנץ יאר איז ער געשטאנען לימין די העדה החרדית ולימין די ערליכע אידן אשר לא כרעו לבעל. און דאס האט נאך אונזער אלטער רבי רבינו הקדוש געטון, נישט אויפגעהערט טיילן געלט פאר די מוסדות על טהרת הקודש אין ארה"ק.

סאטמאר רבי שליט"א האט אויסגעטיילט קרוב צו צוויי מיליאן דאלאר פאר די סאטמארע מוסדות. און געגעבן פאר אנדערע מוסדות על טהרת הקודש אויך. נאר איין חילוק. ער האט געזאגט פאר אלע קינדער און בחור'לעך בלייבט אינדערהיים. איך דארף נישט קבלת פנים. פינקט ווי ער האט מבטל געווען אלע בעיבישע באגלייטנס מוצאי פסח, מוצאי שבועות, און מוצאי סוכות.
בשנים קדמוניות נאך די קריג איז עס אפשר געווען וויכטיג. איז עס געווען א טפל, ליידער היינט איז עס געווארן דער עיקר, און ס'האט פארלוין דעם גאנץ חן. ס'איז סתם בעיביש און אויסער די לעלוס איז עס גארנישט.

און די אלע באגריסונגען ע"פ חוצות, דאס ארויסשיקן די ילדי הת"ת לקבל פניו, די גאנצע כבוד וואס די העדה החרדית און די היימישע קהילות האבן פארטיילט פאר רבוה"ק, דאס איז אלעס געווען אלס א "תוצאה" פון זייער הנהגה. נעמליך, ווייל זיי זענען געווען סאטמאר'ער רבי'ס און נישט באבוב'ער רבי'ס מילא האט יעדע ערליכע קהילה און קרייז געפילט א נאנטשאפט מיט זיי און האבן א געפילט א חוב לחלוק להם כבוד. – און ווי געזאגט איז דאס נישט קיין "סיבה" פארוואס מ'הייסט סאטמאר, נאר די תוצאה איז פשוט א "באווייז" אז מ'איז סאטמאר. וק"ל.

להוי ידוע אז איך לאנצוט בין געווען ביי אלע קבלת פנימ'ס פונעם ברך משה, און ס'איז געווען א ליצנות. מ'איז אהיים געקומען מיט גארנישט, ווייל אלעס איז נאר געווען די לעלוס און די סיינס. ס'איז א עקל און א גרויל.

הודו להשם כי טוב אז ער האט אריינגעגעבן דעם שכל פאר'ן סאטמארער רבי'ן צו זאגן הרף פאר דעם בעיבישן עקלדיגן מנהג פון די פאקלען, באגלייטן, פלאקאטן. טפל שבטפל.


און כהיום הזה, זעט יעדער קלאר, אז מער ווייניגער די אלע ערליכע קהילות, די "זעלבע" קהילות (וואס ווערן היינט אנגערופן: סיקריקים) וואס זענען אייביג געגאנגען אין שפאן מיט רבוה"ק מסאטמאר, גייען היינט ווייטער אין שפאן מיט די סאטמארער קהילה והעומד בראשה כ"ק מרן רבינו שליט"א. און אז ביי די באזוך פון רבי'ן שליט"א אין יאר תשס"ה זענען אלע מוסדות וקהילות הק' ארויסגעקומען מיט באגריסונגען לכבודו, און אלע האבן אים פארבעטן א ביקור כבוד ביי זייער מוסדות, און די העדה החרדית מיט שומרי החומות א.א.וו. די אלע סיקריקים וועלכע האבן זיך געפילט מחותנים ביי די באזוכן פון רבוה"ק מסאטמאר אין א"י האבן אים אפגעגעבן כבוד מלכים, איז דאס נישט מער ווי א "באווייז" אז ער איז סאטמארער רבי דורכ'ן ממשיך זיין מעשי אבותיו בידו.

נאכאמאל באגריסונגען, נאכמאל סיינס. נאכאמאל מזל טוב. בעיבי וואקס אויף. הייב אן רעדן ווי א בר מצוה בחור עטליעסט. אלע מוסדות קומען ארויס פאר א פאר דאלאר. האק נישט קיין טשייניק פון קיין רעספעקט.

איך געדענק נאך דעם ניגון וואס די סאברא'ס האבן געזונגען ווען דער ברך משה איז געווען אויף די בימה ביי די קבלת פנים:
דער רבי זאל לעבן און געלט זאל ער געבן.
דער כבוד איז וואס הגאון האדיר רב וואזנער גיט. דאס איז כבוד. די איבריגע זאכן איז דזשאנק. און פאסט פאר'ן פויבסט.


די זעלבע ווען דער ראב"ד סאטמאר איז געקומען קיין א"י, האבן צענדליגער מוסדות התורה פון די היימישע קרייזן "מרצונם הטוב" ארויסגעשטעלט באגריסונגען לכבודו, אדרבה ווער געוואויר צו איינער האט באקומען א גרייצער דערויף, אזוי אויך האבן פילע תלמודי תורה'ס (די גרעסטע תלמודי תורה'ס עטה"ק וואס האבן א שייכות מיט'ן ראב"ד, סאטמאר, רמ"א, תורה ויראה ירושלים ובית שמש, עטרת יהושע בי"ש) ארויסגעשיקט זייערע קינדער, דאס איז בלויז ווייל זיי פילן א ווארימקייט א נאנטקייט צו אונזער קהילה קדושה וואס ווייזט זיי ווייטער ארויס שטיצע הן בממון און מיט יעדע שטיצע זיי צו מחזק זיין און מעודד זיין. אפי' ווען הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק איז געווען אין א"י זענען פילע מוסדות התורה עטה"ק געקומען צו אים פארבעטן אויף א באזוך. אלעס ווייל זיי פילן א נאנטקייט און א ברודערשאפט צו אונזער קהילה קדושה. ווייל אנשים אחים אנחנו, אונז טוען ווייטער מחזק זיין אונזערע ברודער אין א"י אזוי ווי רבוה"ק האבן אונז געלערנט, און נישט זיך פטר'ן דורכ'ן א נאמען געבן פאר די אלע ערליכע אידן אין א"י מיט'ן נאמען סקריקים וכדו', און דעם ירושלימ'ער רב און יעדען ערליכער איד אראפרייסן מיט דברי זלזול וליצנות רח"ל. ניין! מיר זענען די זעלבע פארנאטישע סאטמארער אידן ווי אמאל, און מיר וועלן נישט אפנייגן פונעם דרך ווייל מ'באטיטלט אונז סקריקים...

נעבעך. איך האלט אז מ'האט אים פשוט מבזה געווען. נעבעך. דער ראב"ד האט געהאט אזא כבוד וואס איז וואונטש פאר מיינע שונאים. ער האט נישט קיין תורה קיין איינמאל.
ליידער געדענק איך דאס ליצנות וואס די גבאים פון ברך משה האבן געמאכט מיט אים, ווען מ'האט אים אנגעטאן דעם שטריימל ביים חנוכת הבית, און אלע האבן געלאכט. ביים גרויסן מעכטיגן, היסטארישן וויזיט פונעם ראב"ד איז עס געווען די זעלבע ליצנות.

ווייל וויסן זאלסטו: די גאנצע וועלט ווייסט אז ס'איז נישטא קיין בית דין סאטמאר, און נישט קיין ראב"ד סאטמאר, און נישט קיין פסקים פון בית דין סאטמאר. לא דובים ולא יער. א שקר ווי די עבודה זרה.
עס איז דא א צעטל און מ'מאכט משוגע מענטשן. דו טראכסט אז די מענטשן אין ירושלים זענען דום, און ווייסן נישט אז די בית דין סאטמאר איז א פורים בית דין וואס איז געמאכט געווארן משוגע צו מאכן ריכטער באראש. - נאכאמאל פאפ דיך נישט אז דו פאפסט איינעם.


משא"כ ביי די נייע א.ג. סאטמאר'ער חסידות וואס האבן זיך אפגעשאקלט פון אלע ערליכע קהילות, אפגעשאקלט פון די העדה החרדית ובפרט פון דעם ירושלימ'ער רב שליט"א ווייל ער איז א סיקריק, מילא איז זייער פשוט פארוואס ווען דער ר' אהרן קומט קיין א"י פילן זיך נישט די אלע קהילות ווי מחותנים מיט די שמחה, בלויז זיין אייגענע קהילה (און חבורת "אורייתא" פון הרב שמערלער), און זיין באזוך איז א זעלבסשטענדיגע באזוך פאר זיין קהילה אזוי ווי ווען באבוב'ער רבי און סקווירא'ער רבי באזוכן אין א"י.

סאטמאר רבי איז געקומען צו א חתונה, און געברענגט געלט און חיזוק בשפע פאר זיינע מוסדות פינטל.
דאס האט ער אויפגעטאן.

דער ראב"ד סאטמאר איז געקומען און אהיימגעפארן מיט לעלוס. קיין טראפ חיזוק נישט פאר קיינעם. האט ער געהאלטן איין דרשה? וואס דרייסטו א קאפ?

און וועמען ווילסטו יעצט נער'ן, אז בעצם איז ר' אהרן צוליב זיין דרך אין הצנע לכת און א בורח מן הכבוד "אויפגעקומען" אז ער וויל נישט די אלע כבוד וואס מ'האט פארטיילט פאר רבוה"ק, ווייל זיי האבן דאס געקענט דערליידן, משא"כ ער... (אגב, רבוה"ק מסאטמאר, ומרנן רבותינו מארי דארעא קדישא נבג"מ, טראץ זיי האבן אויך נישט ליב געהאט קיין טראסקעס און קיין כבוד (נאך אזוי פיל ווי ר' אהרן...) האבן זייער גערן מסכים געווען צו דעם גאנצן טאראראם, אדרבה, זיי האבן דאס צוגעשטופט, ווייל דאס איז געווען נישט מער ווי א "פראטעסט" פון די פרומע ערליכע אידן אקעגן די מלכות הרשעה (און ווי באקאנט די מעשה אז רבינו בעל ברך משה זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט צו זיינע משמשים בקודש נאך דעם ריזיגן קבלת פנים בשנת תשנ"ד אויף כיכר השבת אז מ'קען שוין אהיימפארן, ווייל דער ציהל אויף וואס מ'איז געקומען איז פארפולקאמט געווארן). יעדע צייטונג האט געוואוסט דאס צו באריכטן אז די ערליכע אידן (וואס ווערן היינט מכונה: סיקריקים) האבן מפגין געווען במעמד מאה אלף איש וכדו'.). וועמען נער'סטו אז דיין רבי לאזט פשוט נישט הענגען צעטלען פשוט ווייל ער קען דאס נישט דערליידן? וועמען נער'סטו אז דיין רבי לאזט נישט די ילדי הת"ת זאלן ארויסקומען לכבודו? וועמען נער'סטו אז ער וויל נישט אריינקומען אין ירושלים ווייל ער וויל זיך פשוט קאנצעטרירן אויף זיינע חסידים אין בני ברק?. ניטאמאל דיר אליין נער'סטו נישט.

איך ווייס נישט וואס דו רופסט הצנע לכת. מסתם איז עס אזא מין זאך ווי "עטרה ליושנה", וואס איז נישט מער ווי א סלענג.
הצנע לכת מיינט, איך דארף נישט קיין באגלייטן. איך דארף נישט קיין פלאקאטן, איך דארף נישט קיין פאקלען, איך דארף נישט קיין קארוואן ווען איך פאר אין די קעמפס וכו' וכו'.

איך ווייס בידיעה ברורה אז יעצט איז געווען אין פלאן א "מעכטיגע קבלת פנים" נאר ער האט געזאגט זייער שטרענג, איך וויל עס נישט האבן. אפשר מיינט עס גאות. אפשר מיינט עספארערגערס, אפשר מיינט עס אז ער איז מנוול. אפשר איז ער א אפיקורס נאר הצנע לכת נישט. ווייל דעם טיטל באלאנגט פאר וועמען דו ווילסט עס געבן.

נאך א זאך. ער איז נישט געגאנגען אין ירושלים, ווייל ער וועט אי"ה פארן נעקסטעס יאר. ער איז שוין געווען און ער וועט נאך זיין.
איך בין גאנץ קלאר אז ער האט נישט קיין מורא פאר קיין שום בשר ודם אויף דער וועלט. ווייל קיינער קען אים נישט רירן אדער עפעס טאן. ער האט איבערגעקלוגט משה גבאי מיט קעסטענבוים, דעם גאב"ד מיט'ן ראב"ד.

און דאס איז א קשיא שאין עליו תשובה, פונקט אין אזעלכע שווערע צייטן וואס די יהדות החרדית אין א"י גייט אריבער, ווען די רדיפת הדת איז אנגעקומען אויף די העכסטע שטאפלען, די מלכות הרשעה דערדריקן יעדן ערליכן איד (סיקריק) ביז דעם ירושלימ'ער רב אליין. אין דער צייט וואס דער רבי שליט"א רעדט און שטורעמט ביי יעדע דרשה וועגן די רדיפת הדת, און שטייט יעדן צווייטן טאג טעלעפאניש מיט'ן ירושלימ'ער רב און אלע עסקנים הדגולים וואס פירן די מערכות קודש אין א"י. פונקט אין אזא קריטישן מצב האט א"י זוכה געווען אז דער "סאטמארער רבי ממשיך דרכו של בעל הדברי יואל" איז אהערגעקומען, און ער טרעפט זיך ניטאמאל מיט איין רעכטער מנהיג, ער טרעט נישט אריין אין ירושלים פשוט ווייל ער דארף מחזק זיין די נקיי הדעת שבבני ברק, פונקט יעצט איז א צייט אז "סאטמארער רבי" זאל זיך נאר טרעפן מיט בעלזא, סערט, באיאן, קרליץ וכו' וכו'. און יעדער ערליכער איד פילט זיך געטראפן פון זיין באזוך. ווי הגאון הגדול ר' יהושע ראזנבערגער שליט"א חבר הבד"ץ וגאב"ד קרית רמ"א האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט פאר נאמני ביתו: ער איז נישט געקומען שלום מאכן מיט בעלזא, ער איז געקומען אויסרופן א מלחמה מיט'ן יהדות החרדית... איך ווייס אז הגאון הגדול רבי יהושע ראזענבערג האט געזאגט אז רבי אהרן איז דער גרעסטער גאון און צדיק אויף דער וועלט !

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים...

ביי מחרפים ומגדים ענדיגט זיך דא די ברכה!

אין מיין סידור שטייט ווייטער:
ונתן לו תורת אמת = נישט קיין פאקלען. נישט קיין לעלוס. נישט קיין סיינס.
וחיי עולם נטע בתוכינו = נישט קיין יונגלעך אויף די גאס. נישט קיין קבלת פנים, נישט קיין באגלייטן. נאר תורה, נאכאמאל תורה, נאכאמאל תורה און נאכאמאל אידישקייט. נישט קיין שום טפל.

יעצט פירקל ווייטער

רב_הסוער » 21/2/2012 20:16

לאנצוט
[בילד – נישט אפגעהיט]
ציקער זיס און צום פינטל

געלעכטער » 21/2/2012 20:39

גערעכט גערעכט. ר' אהרן איז זייער ווייט פון כבוד און בעבישע זאכן, און וועגן דעם מאכט ער נישט קיין באגלייטן ביז זיין הויז מוצאי יו"ט, נאר שטעלט זיך ארויף אויף א סטעידזש פראנט פון בית המדרש ווייל דער בילד זאל בעסער קענען געלונגן. ‎​
 
ער איז ווייט פון דזשאנק, דעריבער ווערט יעדעס ריר זיינער באגלייט מיט א בילד. מ'שטיינס געזאגט די בחורים און אינגלעך קען ער זאגן אז זיי זאלן בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסקומען צו א קבלת פנים, אבער די גאנצע בחצר סאטמאר בילדער סטעף האט ער נישט אונטער זיין קאנטראל, נאר זיי זענען אלע מיטגעפארן להגדיל שמו. אבער דאס איז נישט קיין דזשאנק כבוד, די בילדער איז כבוד אין א גאטונג פון דעם כבוד וואס ער באקומט פון הרב וואזנער. ‎​
 
און יא, נאכאמאל סיינס און נאכאמאל לעקטערס, דאס איז א חיזוק פאר דאס יהדות החרדית אין ארה"ק. עס בויעט אויף זייער שטאלץ און מוט ווייטער צו שטיין און קעמפן מיט די טריפה'נע גאס. אבער נישט אויף דעם פונקט וועל איך מיך טענה'ן. נאר אויף דעם איין פונקט וואס דו האסט אינגאנצן פארזען. ‎​
 
יעדער ווייסט דער מצב אין ארה"ק יעצט, די ערליכע פרומע אידן גייען אריבער זייער זייער שווערע צייטן. און לשיטתך אז ר' אהרן טייטלבוים איז רשכבה"ג וואלט זיך געפאסט אז ער זאל דווקא יא אראפפארן קיין ירושלים און מחזק זיין די אידן, זיי געבן דרשות, באזוכן די אלע רבנים וואס קעמפן מיט ציין און נעגל לחיזוק היהדות. אבער וואס האט ער געטון אנשטאטס דעם?! ער איז געגאנגן באזוכן ביי יעדן איינציגסטן רבי'ן אדער ראש ישיבה וואס האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות און נעמט געלט פון די מדינה, און די אלע ערליכע און היימישע מוסדות און רבנים האט ער גענצליך געלאזט אויפן וואסער זיי זאלן זיך דערטרונקן אינעם פלייץ פון כפירה ומינות. ‎​
 
יעצט לאמיר שוין זאגן אז דעם בעלזער האט ער געדארפט גיין באזוכן ווייל ר' אהרן איז דאך כידוע א געוואלדיגער שולחן ערוך איד. און אזוי ווי דער בער האט געהאלטן א הלכה אין שולחן ערוך, איז ר' אהרן געלאפן אים מחזק זיין. ‎​
 
איז מיין פראגע, פארוואס שפירט נישט ר' אהרן פאר וויכטיג צו מחזק זיין די אנדערע שולחן ערוך אידן וואס זענען אין א שווערן קאמף צו היטן דעם שולחן ערוך בעניני אמונה ודעות, דער ספה"ק ויואל משה? פארוואס איז נאר ר' ניסים קרליץ מיט דעם אדמו"ר פון בויאן אויף זיין ליסטע?

לאנצוט » 21/2/2012 20:57

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכט גערעכט. ר' אהרן איז זייער ווייט פון כבוד און בעבישע זאכן, און וועגן דעם מאכט ער נישט קיין באגלייטן ביז זיין הויז מוצאי יו"ט, נאר שטעלט זיך ארויף אויף א סטעידזש פראנט פון בית המדרש ווייל דער בילד זאל בעסער קענען געלונגן. ‎​
 
פאקט. קיין באגלייטן. קיין קארוואן ביי די קעמפס. קיין פאקלען. NO MORE!

ער איז ווייט פון דזשאנק, דעריבער ווערט יעדעס ריר זיינער באגלייט מיט א בילד. מ'שטיינס געזאגט די בחורים און אינגלעך קען ער זאגן אז זיי זאלן בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסקומען צו א קבלת פנים, אבער די גאנצע בחצר סאטמאר בילדער סטעף האט ער נישט אונטער זיין קאנטראל, נאר זיי זענען אלע מיטגעפארן להגדיל שמו. אבער דאס איז נישט קיין דזשאנק כבוד, די בילדער איז כבוד אין א גאטונג פון דעם כבוד וואס ער באקומט פון הרב וואזנער. ‎​
 
ער טוט גארנישט צו דעם אלעם.
בילדער מאכט א יחיד. ער פאוזט נישט פאר בילד. א קארוואן איז א ביטול תורה פאר הונדערטער מענטשן פאר כבוד המדומה. דאס איז עקלדדיג און גרוילויג. און מ'האט געמאכט פונעם עיקר א טפל. א באגלייטן דארף ער זיין דערין און ער וויל עס נישט. פאפ זיך נישט און רעד רעאליסטיש. בחצר סאטמאר איז אפאר יונגלעך מאכן פיקטשערס.

און יא, נאכאמאל סיינס און נאכאמאל לעקטערס, דאס איז א חיזוק פאר דאס יהדות החרדית אין ארה"ק. עס בויעט אויף זייער שטאלץ און מוט ווייטער צו שטיין און קעמפן מיט די טריפה'נע גאס. אבער נישט אויף דעם פונקט וועל איך מיך טענה'ן. נאר אויף דעם איין פונקט וואס דו האסט אינגאנצן פארזען. ‎​
 
נעבעך דו האסט קיינמאל איון דיין לעבן נישט געזען קיין "כבוד התורה" האסט געזען כבוד פאקלען מיט לעלוס.
א באגלייטן מיט פאקלען אז א כבוד פאר די פאליס מיט די לעלוס.

כבוד התורה הייסט האלטן א פשעטל פאר טויזענטער אידן, א שמחת התורה אין אידן דאס איז כבוד התורה. האלטן קנאות'דיגע דרשה ווען הונדערטער אידן שלונגען מיט דורשט. דאס איז די גרעסטע כבוד התורה. פאקלען קען פרעזידענט אבאמא האבן גרעסערע און העכערע. פוי ! פאר אזא כבוד התורה.


נא דיר כבוד התורה:





נישט קיין פאקלען אדער טראמפייטערס. דאס איז דער היפוך פון אידישקייט.

יעדער ווייסט דער מצב אין ארה"ק יעצט, די ערליכע פרומע אידן גייען אריבער זייער זייער שווערע צייטן. און לשיטתך אז ר' אהרן טייטלבוים איז רשכבה"ג וואלט זיך געפאסט אז ער זאל דווקא יא אראפפארן קיין ירושלים און מחזק זיין די אידן, זיי געבן דרשות, באזוכן די אלע רבנים וואס קעמפן מיט ציין און נעגל לחיזוק היהדות. אבער וואס האט ער געטון אנשטאטס דעם?! ער איז געגאנגן באזוכן ביי יעדן איינציגסטן רבי'ן אדער ראש ישיבה וואס האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות און נעמט געלט פון די מדינה, און די אלע ערליכע און היימישע מוסדות און רבנים האט ער גענצליך געלאזט אויפן וואסער זיי זאלן זיך דערטרונקן אינעם פלייץ פון כפירה ומינות. ‎​
 
פאר דעם האלט מען הייסע קנאות דרשה און מ'טוט צו דער זאך.
וואס האט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל געטאן אויסער וואס דו זאגסט אז ער רעדט אויפן טעלעפאן א גאנצן טאג או א גאנצע נאכט. וואס דרייסטו מיר א קאפ? איך ווייס אז די התאחדות איז געווען 60 ערנסטע מיטינגען און זיצונגען, אבער זאג נאר, איז עפעס ארויסגעקומען דערפון אויסער צייט שטופעניש? ס'איז געשטאנען אין דער איד אז ס'גייט זיין א מעכטיגע עצרת. א מעכטיגע כינוס כללי. אפשר קענסטו מיר ארויסגעבן די פרטים פארוואס איז עס געשטארבן? אדער פארוואס איז עס קיינמאל נישט געבוירן???

וועמען פאפסטו דא?

יעצט לאמיר שוין זאגן אז דעם בעלזער האט ער געדארפט גיין באזוכן ווייל ר' אהרן איז דאך כידוע א געוואלדיגער שולחן ערוך איד. און אזוי ווי דער בער האט געהאלטן א הלכה אין שולחן ערוך, איז ר' אהרן געלאפן אים מחזק זיין. ‎​
 
איז מיין פראגע, פארוואס שפירט נישט ר' אהרן פאר וויכטיג צו מחזק זיין די אנדערע שולחן ערוך אידן וואס זענען אין א שווערן קאמף צו היטן דעם שולחן ערוך בעניני אמונה ודעות, דער ספה"ק ויואל משה? פארוואס איז נאר ר' ניסים קרליץ מיט דעם אדמו"ר פון בויאן אויף זיין ליסטע?

דו פרעגסט זייער גוט און איך וועל דיר ענטפערן:

1. ער האט געהאלטן מערערע פעסטע דרשות בעניני קנאות. און מיט דעם האט ער יוצא געווען זיין פליכט.
מיט'ן גיין באזוכן רבנים (עסן טרויבן בלע"ז) ווערט מען מיין איך נישט צו שטארק מחוזק, חוץ אויב פיקטשערס מאכסט דיך מחוזק אדער העפי. ביי מיר איז איין פעסטע דרשה טויזענט מאל וויכטיגער פאר אידישקייט.

באזוכן רבנים איז א רבנ'ישע פונקציע, עס האט מיט חיזוק גארנישט איינגעלייגט.

2. הגאון האדיר הרב וואזנער דער פוסק הדור, האסטו פארגעסן אויסצורעכנען... פערצופאל (?)

3. ער איז געגאנגען באזוכן אלע רבנים אין בני ברק. ווען דער גאב"ד רבי יצחק טובי' ווייס וואלט געווען אין ירושלים וואלט ער אים געגאנגען באזוכן די ערשטע. 100 פראצענט.

4. גיין קיין ירושלים גייט ער נישט. ווייל דאס איז זיין אפמאך ער פארט נישט אריין קיין ירושלים ביי דעם באזוך.

לאנצוט » 21/2/2012 21:01

איך דארף מסיים זיין מיט ענקער שלאג ווארט... ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים...

אבער איך בין שטאלץ איז איך קען מסיים זיין...

ונתן לו תורת אמת = נישט קיין פאקלען. נישט קיין לעלוס. נישט קיין סיינס.
וחיי עולם נטע בתוכינו = נישט קיין יונגלעך אויף די גאס. נישט קיין קבלת פנים, נישט קיין באגלייטן. נאר תורה, נאכאמאל תורה, נאכאמאל תורה און נאכאמאל אידישקייט. נישט קיין שום טפל.

אישור » 21/2/2012 21:05

בקיצור זאגט איר געלעכטער

אז ער האט נישט מחזק געווען די שיטה

ווייל ער האט נישט געמאכט קיין לעקטערלעך וואס דאס ברענגט חיזוק פאר די יוגנט



איר זענט ....  ? ?