היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שוידערליך!! רדיפת הדת בארה"ק

שוידערליך!! רדיפת הדת בארה"ק

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2944544

וואסזשע » 19/2/2012 17:21

די רדיפת הדת אין ארה"ק איז נישט צו באגרייפן, ליינט דא אין שטוינט צו זעהן ווי א חרדי'שע איד אין צפת ווערט געפייניגט דורך די פארשאלטענע רשעים מינים ואפיקורסים ימ"ש, אלעס פארן בלויזן חטא פון אנצינדן די פייף בזמן כניסת השבת.
אריינגעפירט אין תפיסה בעיצומו של יום השבת, נישט געלאזט עסן גאנץ שבת, אריינגעלייגט אין תפיסה מיט די ערגסטע פארברעכער'ס....

שומו שמים, אנה אנחנו באים, מ'דארף אויפרודערען די וועלט דא אין חוץ לארץ, אז אחינו בני ישראל אין ארה"ק זאלן זיך קענען דערהאלטן....

תזדעזע הארץ כולה

http://www.bhol.co.il//Article.aspx?id=38116

אבראהאם » 19/2/2012 21:26

האלט דיך רואיג מען זיכט נאך א גרויסן זאל