מאסן ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר ערווארטעט קומענדיגן מוצאי שבת קודש משפטים שקלים צום גרויסן
מעמד התחדשות המוסדות און דינער השנתי
פאר מוסדות סאטמאר בארא פארק
אין די פראכטפולע זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק
כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א נשיא המוסדות וועט באשיינען און משמיע זיין דברות קודש
דער מעמד אנטשפרעכט גאר דערהויבן ווי דער ריזן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן אינאיינעם אפגעבן א שבח והודי' פארן אייבערשטען אז מ'האט זוכה געווען מחזיר צו זיין עטרה ליושנה מיט די התחדשות המוסדות, און איז ב"ה מצליח אויסערגעווענליך, בזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זי"ע, בנשיאות ממשיך דרכו עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, און וועלן גלייכצייטיג מחזק זיין די הייליגע מוסדות צו קענען ווייטער בליעהן בליעה"ר
צו דעם גרויסן דינער פאדערט זיך גרעסערע פארברייטונגען צו שאפן סכומים אדירים להחזקת המוסדות הקדושים
_________________
Follow @NewsSatmar on Twitter