תוקן על ידי גרוינים ב- 17/02/2012 18:41:52
סאטמאר רבי: די וואס נעמען געלט קענען נישט בויען דערמיט דעם ב...
דערצי האט דער רבי אויסגעפירט אז מיר אנשי שלומינו דארפן זיך מחזק זיין אויפן וועג וואס דער פעטער רביה"ק האט אונז געלערנט זיך צי האלטן פעסט מיט אלעם וואס מיר האבן מקבל געווען בלי שום שינוי כל דהו און נישט האבן שייכות מיט קיין שום ציונית נישט מיט פרומע ציונית
און דער רבי האט אויסגעפירט מיטן וכל קרני רשעים אגדע סזאל שוין זיין תרוממנה קרנות צדיק מיטן התרוממת קרן התורה וישראל בביאת משיח במהרה
(עס קאסט א שמייכל און איז אפשר נישט ווערט צי ווערט דעבאטירט ווען די פארביטערעטע היפאקריטע זאליס פרובירן זיך ארויפצוכאפן אויפן רבין אז כאילו יעצט האבן זיי געכאפט דעם רבין אז מאיז מחשיב די פעולות פון די פרומע ציונים מיטן באזוכן זייערע רביס און דאס איז שוין נאכן דרשה וואס דער רבי האט קלאר אריסגעברענגט אין ישיבה וואס סנישטא קיין זאלי וואס האט פו די דרשה נישט געהערט אבער געבאסטעטערהייט פרובירן זיי זיך מחזק צי זיין אין זייער אמונה טפילה אז ויואל משה מיינט נישט ציונית נאר בדרך אגב דערמאנט דער רבי ציונית און בג"ץ אין זיין ספר ויואל משה וואס ער האט געשריבן קעגן ר' אהרן און ער איז דאך איז א איידעם ביי א ציוני ממילא דארף מען האקן אויף ציונית אויך אבער עס וועט זיי נישט העלפן קיין סאך כלל ישראל ווייסט וואס מיינט מלחמה לה' בעמלק מיט אמת און מיט אהבת ישראל נישט מיט שנאה און כלל ישראל שפייט אויס די נעימת המידות קאמפעני פון מדות השחתה במילואה)
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=38092&cat=6&scat=40
| |||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||
|
ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א אין ארצינו הקדושה – פערטן טאג
יום ערש"ק פ' משפטים
ערב שב"ק אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הג' אין שיכון, און נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אינע'ם נייעם היכל התורה "אוהל משה ארי'" וואס איז אויפגעבויט געווארן אין בנין ביהמ"ד הגדול אין ב"ב נדבת הנדיבים הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו און הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו פון קרית יואל לע"נ מרן ר' משה ארי' פריינד זי"ע גאב"ד עיה"ק ירושלים.
צו ערשט האט דער רבי שליט"א קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען דער לחיים וחנוכת הבית ווי עס האט קודם אויפגעטרעטן הר"ר יקותיאל יצחק בראך שליט"א און דאן האט דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע.
דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם און ארומגערעט מיט די מעשה פון הייליגן דברי חיים זי"ע וואס האט געזאגט אז די ביהמ"ק ווערט געבויעט דורך יעדע מצוה און ווערט חרוב דורך יעדע עבירה און אפילו די קדשי קדשים איז שוין פערטיג געווען נאר די עבירה פון א גרויסע רשע האט צוריסן דעם פרוכת.
דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיט לערנען תורה אין ארה"ק בקדושה ובטהרה בויעט מען אויף די הייליגסטע חלקים קדשי קדשים און דערמיט האט דער רבי שליט"א געטייטשט "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין" נאכזאגענדי'ג אז קנין מיינט די תורה און בורא עולם בקנין מיינט אז די וועלט האט השי"ת באשאפן דורך די תורה און דורך דעם וועט זיין די כח פון השי"ת אז השלם זה הבנין אז דער בנין בית המקדש וועט אויך גענדיגט ווערן מיטן כח התורה .
דערנאך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט בשבח פון די 2 נדבנים און איבער הרה"ק ר' משה ארי' פריינד ז"ל גאב"ד ירושלים וואס דער היכל ווערט געבויט לזכרו און איבער די הנאה בעולם העליון וואס ער האט זיכער פון אזא זאך.
דאן האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט אז בני ברק איז טאקע אן עיר התורה וואס תורה בויעט דעם בית המקדש אבער ווען מ'נעמט געלט פון מינים ואפיקורסים וועלכע ווילן עוקר זיין יעדע סארט קדושה און די גאנצע תורה הקדושה און פראקטאצירן דאס טאג טעגליך עד היום הזה איז נישט שייך צו זאגן אז געלט וואס קומט פון די וואס צוברעכן דעם ביהמ"ק זאל קענען העלפן בויען דעם ביהמ"ק צוברעכט מען מיט דעם בית המקדש, און נאר די תורה וואס קומט פון דעם פינת יקרת בקדושה ובטהרה אן קיין שום שטיצע פון די כופרים ואפיקורסים מיט דעם האבן מיר די זכי' צו זיין פון די וואס בויען אויף דעם ביהמ"ק און מיט דעם וועלן מיר גייען קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו.
שפעטער איז הרב חנני' טשאלאק הי"ו מנהל מוסד "עזר מציון" אריין אל הקודש פנימה ווי ער האט מקבל געווען ברכת קדשו פון מרן רבינו שליט"א.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן חותנו הגדול כ"ק האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א לרפו"ש בביתו נאוה אין קרית וויזניץ, און פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן גיסו הרה"ג ר' מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ אין בני ברק.
קביעות מזוזה וחנוכת הבית צום נייעם היכל התורה "היכל משה ארי'"
לע"נ הרה"ק רמ"א פריינד זי"ע
רב וראש ישיתינו בעיה"ק ירושלים
וגאב"ד ירושלים תובב"א
נדבת הנדיבים מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו
ומוה"ר גרשון מענדל ניימאן הי"ו פון קרית יואל
בילדער דורך: משה גאלדשטיין









♦♦♦
| ||||||
|
ביקורו של האדמו"ר מסאטמר בישראל, שהתארך בחצי יממה, עומד לקראת סיומו. |