| קריסטאל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | די זאליס שעמהן שרעקליך מיט פין דעם וויזיט האבן זיי מחליט געווען ארויס צי לאזן דעם שקר
זיי האבן אבער פארגעסן אז קלוינבורג האטט אויך א טוויטער אין קען אויך פארציילן וואס דארט איז געווען
א רבי'ן א שקרן מיט חסידים שקרנים |
|
אפשר ברענגסטו מיר א לינק צו זייער טוויטער וואו זיי דערציילן דעם "אמת"?
און איך האב פאר דיר נייעס. די זאליס שעמען זיך בכלל נישט מיטן וויזיט, און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין נתני' קוקן קרוינדעלעך ביים צאנזער, וואלט זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין ארץ ישראל און אנשטאט ווי ס'פאסט פאר א סאטמארער רבי מחזק צו זיין די שיטה הקדושה, טרעפט ער זיך נישט מיט קיין איין היימישע רב, און לויפט קיין טעלזסטאון זיך צו טרעפן מיט דעם בעלזער רבי, וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט. ווען ר' זלמן לייב פארט ווען קיין בארא פארק און שטאט אפ בפומבי א באזוך ביים קלויזענבורגער, נאך וואס זיין טאטע דער ברך משה איז ניטאמאל געגאנגן צו דעם קלויזענבורגער'ס טאטע'ס לוי', וואלטן זיי זיך אפשר געשעמט.
אבער אזוי ווי עס האט זיך אנדערש ארויסגעשטעלט, און צו ר' זלמן לייב האט זיך דער קלויזענבורגער איינגעמאלדן אויף א באזוך, נאך איידער ר' זלמן לייב האט אים באזוכט אפילו, איז מען געגאנגן און מ'האט אים אויפגענומען, און ווען ער איז בקו"פ כאפט מען מיט אים א שמועס בעניני משמרת הדת והשבת, וואו דער קלויזענבורגער איז נעבעך אליין מודה אז ידיו כבולות ביי זיינע חסידים און ער קען נישט ארויסקומען קעגן ר' פישעלע, און א ביקור גומלין גייט מען נישט צוריק צו אים ווייל סאטמאר באזוכט נישט קלויזענבורג, האבן די זאליס בכלל נישט מיט וואס זיך צו שעמען.
אדרבא, שעמען און שעלטן קען איין מענטש. ר' אהרן טייטלבוים. דער ר' אהרן האט זיך איינגערעדט אז ער גייט פירן די וועלט, און אז ער גייט באשליסן אז סאטמאר ווערט ליבעראל און מ'מאכט שלום מיט יעדן, איז שלום מיט יעדן. ער האט געכאפט א שטארקן פליק. ווייל ער איז געווען דער וואס איז ארומגעלאפן זיך מבזה זיין צו די אלע ציוניסטישע רבי'ס כדי צו ווערן אנערקענט, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי אנערקענען אים בכלל נישט מער פונעם ברודער, נאר פארקערט, זיי קומען מדעת עצמם באזוכן דעם קליינעם ברודער אפילו דער קליינער ברודער האט זיי קיינמאל בעפאר נישט באזוכט. און אויף דעם איז דא וואס צו שעלטן.
אזהרה, נישט שרייבן בלשון זלזול אויף גדולי ישראל. דער מנהלתוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/02/2012 20:38:17