היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

אהרונים פראקלאמירן: יא צו בעלזא, ניין צו די עדה החרדית

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2944102
בלאט: 1 2

אומזיסט » 16/2/2012 16:52

יא צו בעלזא: http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=38006 

ניין צו עדה: http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2943978  

צי עס באדערט איינעם אדער פארקערט, איז שוין א שמועס פאר זיך. קודם נאר די פאקטן.



תוקן על ידי אומזיסט ב- 16/02/2012 17:13:03


וואסזשע » 16/2/2012 17:04

פונעם פארום כל העולם כולו

באמבע: גאב"ד ירושלים איבער דעם באזוך פון בעלזא סאטמאר מהר"א

יעצט געהערט פרישע נייעס פון די מקורבים, נאכנישט הונדערט פראצענט באשטעטיגט

היינט אינדערפריה האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיך אינטרעסירט איבער וואס דער עולם רעדט. ווען איינער פון די מקורבים האט אים פארציילט איבער די נעכטיגע באגעגעניש פון בעלזא - מהר"א מסאטמאר, איז ער געווארן זייער ערענסט, פרעגנדיג: ער האט זיך נישט געקענט דורכ'רעדן מיט'ן היגן בית דין פאר'ן טוהן אזא שריט ?!

נאכדעם האט אים דער מקורב פארציילט אז די גאס זאגט אז ער קומט נישט קיין ירושלים, ווייל ער האט מורא צו קומען צום גאב"ד. דא האט דער גאב"ד זיך אנגערופן: ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן! ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן!

ווען דער מקורב האט אים איבערגעגעבן וואס די אהרונים זאגן (בחצרסאטמאר אין פארום בחדרי) אז די באזוך איז א נקמה אויפדעם וואס דער גאב"ד איז געגאנגען באזוכן די זאלונים אין קרית יואל, און אויפדעם וואס דער גאב"ד האט נישט געוואלט חתמ'ען קעגן די בני יואל'ער חתונה זאל. דא האט דער רב געגעבן א שאקל מיט'ן קאפ, זאגנדיג: נעבעך, נעבעך.

ביידען » 16/2/2012 17:18

נאכן ליינען בחצר'ס תגובה רייסט זיך ארויס די פסוק
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים

123news » 16/2/2012 17:27

דעם מעסער אין רביה"ק, דעם מעסער אין זיין אייגענעם טאטען, אין דער מעסער אין עדה החרידית
[בילד – נישט אפגעהיט]

אבראהאם » 16/2/2012 17:44

ח"ו נישט קיין מעסער אין רבי'ן ז"ל אין נישט אין ברך משה אין נישט אין די עדה החרדית
די כבוד פין רבי'ן ז"ל איז גאר נתקדש געווארן

וואס יא א מעסער אין די זאלי'ס אין ר' יצחק טובי' ווייס אין זיי האבן מען גאר פאטאל צישטאכן
א געזינטן מעסער אריין געריקט אין זיי

וואסזשע » 16/2/2012 17:59

רבן דקרו!! יא יא, ערשט יעצט זעה איך וואספארא כבוד ס'האט געברענגט פארן רבי'ן!!
ס'איז יעצט נתגלה געווארן לעין כל, אז די גאנצע קליקע פון כת האהרונים האבן קיין שייכות נישט מיט סאטמאר...
און נישט מיט'ן "מרן הגאב"ד העדה החרדית שליט"א".....

ידע הקהל וישפוט....

לאנצוט » 16/2/2012 18:33

איך האלט נישט אז ס'איז איצט נתגלה געווארן. עס איז שוין לאנג באוואוסט. און איך האלט נישט אז ר' אהרן גייט פארלירן איין מענטש וועגן דעם.

עס איז נישטא קיין איין בר דעת וועלכער האלט אז ער האט נישט געמוזט גיין, נאכדעם וואס דער בעלזער האט מפייס געווען.

געלעכטער » 16/2/2012 19:43

ממש נישטא קיין איין בר דעת וואס האלט אנדערש? און אויב איז יא דא, האט יענער נישט קיין דעת? בבחינת ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט וועט קיינמאל נישט פארשטיין.

אישור » 16/2/2012 20:05

מען מאכט דא גנצעטע שמועסן

ווייל דער האט געזאגט און יענער האט געזאגט

די מעשה איז זייער פשוט און פארשטענדליך



שוין עטליכע יאר וואס דער בעלזער בעט זיך ביי זיין שוואגער אז ער זאל אים קומען באזוכן פונקט ווי ער גייט צו גור

מהר"א האט אלעמאל געענטפערט מיט א תנאי

אז ער מוז איבערבעטן דעם פעטער צוליב זיין געמיינע דרשה פון 30 יאר צוריק קעגן די שיטה

אצינד אז דער בעלזער האט דאס געטוהן און מקיים געווען זיין תנאי אויפן בעסטן פארנעם

האט ער אים געדארפט גיין באזוכן



איז דען דא איינער וואס פארשטייט אנדערשט ?

געלעכטער » 16/2/2012 20:10

און אויב פארשטייט דער גאב"ד ירושלים יא אנדערש, קומט זיך אים דעם טיטל ראש ישיבת פאר התורה. נישט אזוי?

דייקן » 16/2/2012 20:10

די בעלזא מחלוקה איז א פארגאנגנהייט - היסטאריע!

מאכט שלום מיטן מצב וואס פריער, ווייל נענטער ווי ווייטער וועלן זיך אלע רבנים טרעפן מיטן בעלזא'ר, עקסקלודעד די וועלכע האבן בימי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר פראקלאמירט רבינו סר מן הדרך.

אישור » 16/2/2012 20:20

געלעכטער

איך האב אנגעהויבן מיט די ווערטער :

מען מאכט דא גנצעטע שמועסן

ווייל דער האט געזאגט און יענער האט געזאגט



וואס דער גאב "ד טראכט ביי זיך איז קיינעם נישט נוגע

און וואס איינער שרייבט אויף היידפארק בשם דעם אדער יענעם

איז אויך נישט נוגע

ביידען » 16/2/2012 20:23

דזשיגאן מיט א געוואלדיגע הכנעה קוקט אין האט הנאה

געלעכטער » 16/2/2012 20:54

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעלזא מחלוקה איז א פארגאנגנהייט - היסטאריע!

מאכט שלום מיטן מצב וואס פריער, ווייל נענטער ווי ווייטער וועלן זיך אלע רבנים טרעפן מיטן בעלזא'ר, עקסקלודעד די וועלכע האבן בימי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר פראקלאמירט רבינו סר מן הדרך.
‎​
 
ווער למשל חוץ אביש ספינקער?

אומזיסט » 16/2/2012 21:41

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעלזא מחלוקה איז א פארגאנגנהייט - היסטאריע!

מאכט שלום מיטן מצב וואס פריער, ווייל נענטער ווי ווייטער וועלן זיך אלע רבנים טרעפן מיטן בעלזא'ר, עקסקלודעד די וועלכע האבן בימי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר פראקלאמירט רבינו סר מן הדרך.


דייקן, איך פרעג ערנסט, ב"ה דיין רבי שליט"א איז מרבה שלום בעולם, האלטסט אז מען קען רעדן פון א שלום מיט בני יואל? לאמיר אפילו זאגן אז למען השלום וועט מען אין א סימבאלישע שריט שיקן א דעלעגאציע צום ציון פון ברך משה ז"ל, קען מען רעדן פון אזא פלאן?

געלעכטער » 16/2/2012 21:53

אומזיסט מאכסט מיך לאכן... דער וויץ איז אז די אהרונים פרובירן צו אראפמאלן דעם ר' אהרן, וואס האט זיך קונה שם געווען אלץ גרעסטער בעל מחלקות אין דער וועלט במשך די פינעף אין צוואנציג יאר הנהגה, אז ער איז גאר דער אוהב שלום פונעם ערשטן קלאס. והא ראי' ער בעט זיך איבער מיט בעלזא.

דייקן » 16/2/2012 22:05

אומזיסט, זיכער אז יא! דער פראבלעם איז אז נישט מהר"א איז דער וואס וויל דא מחלוקת.

צו ביזטו מיר מודה אז בני יואל / מהרי"י זענען די וועלכע זענען כסדר פארנומען מיט מהרא"ס חטאים?

לאנצוט » 16/2/2012 22:24

געלעכטער, איך פארשטיי דיין פראבלעם.
די וועלט איז מיט אים. און איך פארשטיי אז דאס ארט דיר. און איך שפיר דיין ווייטאג.

אמת, ער האט זיך אמאל געשלאגן, ער האט אמאל גערעדט. דאס איז געווען ווען משה גבאי האט אים געהאט אונטער'ן שירצל. נאו מאור.

זייט ער איז אינדרויסן פון משה גבאי מיט קעסטענבוים איז ער ציכטיג ריין. אייגענטליך איז עס אפענער פרקי אבות:
רבי יהושע זאגט: חבר רע איז די ערגסטע זאך.

איך וועל דיר פארציילן נאך א סוד וואס די ווילסט אפשר נישט וויסן:
ווען משה גבאי האט אנגעהויבן כאפן אז דער רב פון קרית  יואל רעדט מער נישט איז אים געווארן זייער ביטער. ער האט זיך נישט געקענט גלייבן אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט.

געלעכטער טייערער, דו ביסט נאך אין בונקער. דער גרויסער בעל מחלוקת פון אמאל, איז היינט בשלום און רעספעקטירט אין די גאנצע וועלט, חסידישע און ליטווישע, רבנים און פוסקים.

אוי ציפט עס.

רב_הסוער » 16/2/2012 22:50

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די בעלזא מחלוקה איז א פארגאנגנהייט - היסטאריע!

מאכט שלום מיטן מצב וואס פריער, ווייל נענטער ווי ווייטער וועלן זיך אלע רבנים טרעפן מיטן בעלזא'ר, עקסקלודעד די וועלכע האבן בימי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר פראקלאמירט רבינו סר מן הדרך.

דייקן, איך פרעג ערנסט, ב"ה דיין רבי שליט"א איז מרבה שלום בעולם, האלטסט אז מען קען רעדן פון א שלום מיט בני יואל? לאמיר אפילו זאגן אז למען השלום וועט מען אין א סימבאלישע שריט שיקן א דעלעגאציע צום ציון פון ברך משה ז"ל, קען מען רעדן פון אזא פלאן?


ערנסט געענטפערט, ר' אהרן איז גרייט יעדן טאג צו זיין בשלום מיט בני יואל אבער מיט 2 פארשטענדליכע באדינגען

1 אז אלע ענינים וואס זיין טאטע ז"ל און דער בי"ד בירושלים איז געווען בניגוד ווערן קודם ארלעדיגט דהיינו, אז זיי זענען מפייס דעם ברך משה און זיי פראקלאמירן אז זיי האבן חרטה אויף זייער מרידה קעגן דעם ברך משה און זיין זוהן דער מרא דאתרא, דאס מיינט נישט אז בני יואל זאל זיך אויפלעזן, למען השלום קענען זיי ווייטער עקזיסטירן, אבער זיי מוזן עמטליך מפרסים זיין חטאתי עוותי פשעתי, 

2 אז ס'איז א טו וועי סטריט, אז בני יואל זאל אויך זיין גרייט צו זיין בשלום ושלוה מיט ר' אהרן, אפשטעלן זייער וויסטע העצונג אפאראט קעגן איהם פערזענליך,

דערווייל זענען ביידע באדינגען פארפולקאמט געווארן און בעלזא און קיין איינע ביי בני יואל,

רב_הסוער » 16/2/2012 22:53

לגבי זיין ברודער ר' זלמן לייב, האט ער נאר איין באדינג,

"קום צו דין תורה"

און מ'זעמיר ברודער ווי נעכטן

united1 » 16/2/2012 23:01

זיין שירעם פון אויבן און זיין שטעקן פון אינטען ? !!!

דער בעל גאווה
לאזט נישט אויס קיין שום געלעגנהייט פון ווייזן זיין
קרוינדעל שטעקן
ער האלט דעם שירעם פאר זיין בדומה לו,
אבער למ"ה אויך זיין שיינעם שטעקן
[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי united1 ב- 16/02/2012 23:12:56

רב_הסוער » 16/2/2012 23:03

united1, מ'שמועסט דא איבער א הייפיטעטיקל שלום מיט בני יואל, איר ווייסט אפשר צו בני יואל איז גרייט צו זיין בשלום מיט ר' אהרן?

לאנצוט » 16/2/2012 23:11

קוק גוט. ער האלט נישט דעם שטעקן.
יושע מענדלאוויטש האלט עס.

united1 » 16/2/2012 23:27

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קוק גוט. ער האלט נישט דעם שטעקן.
יושע מענדלאוויטש האלט עס.



עס קען נישט זיין ווייל מיט גיפס קען מען נישט האלטן אזא שווערע שטעקן
נאר זיין רעכטע האנט וואס ער האט מקבל געווען פון דעם בעלזער ארבייט נאך גיט



[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי united1 ב- 17/02/2012 00:01:44

ביידען » 16/2/2012 23:35

רב_הסוער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
united1, מ'שמועסט דא איבער א הייפיטעטיקל שלום מיט בני יואל, איר ווייסט אפשר צו בני יואל איז גרייט צו זיין בשלום מיט ר' אהרן?

אוודאי איז ב''י גרייט פאר שלום אבער מיט א שיינע פאר תנאים... 

רב_הסוער » 16/2/2012 23:40

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
united1, מ'שמועסט דא איבער א הייפיטעטיקל שלום מיט בני יואל, איר ווייסט אפשר צו בני יואל איז גרייט צו זיין בשלום מיט ר' אהרן?

אוודאי איז ב''י גרייט פאר שלום אבער מיט א שיינע פאר תנאים... 


נו לאמיר הערן,

און וואס זענט איר גרייט צו מוותר זיין למען השלום?

לאנצוט » 16/2/2012 23:44

רב הסוער,
זיי זענען מסכים אז ר' אהרן זאל קומען וואשן די לאנדרי אין בני יואל זאל.

איך גלייב אז מ'קען אויך פועל'ן ביי זיי, אז ווען מ'וועט צוריק עפענען די אפגעשפארטע הייליגע שול, זאל רבי אהרן באקומען די פאזיציע פון אויסקלינען דעם הייליגן סעפטיק.

זאג דו, איז ר' אהרן גרייט למען השלום צו טאן די פונקציעס?

געלעכטער » 17/2/2012 01:48

ר' אהרן פון מידת השלום זענען כרחוק מזרח ממערב. חוץ מיט קלוזענבורג און בעלזא האט ער נאך מיט קיינעם אין די וועלט נישט "שלום" געמאכט, נאר פונקט דאס פארקערטע, מרבה געווען במחלוקת יעדן שני וחמישי.

אומזיסט » 17/2/2012 02:06

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט, זיכער אז יא! דער פראבלעם איז אז נישט מהר"א איז דער וואס וויל דא מחלוקת.

צו ביזטו מיר מודה אז בני יואל / מהרי"י זענען די וועלכע זענען כסדר פארנומען מיט מהרא"ס חטאים?


יא גערעכט, און איך האלט טאקע נישט אז זיי זענען פאראינטערעסירט אין א שלום מיט ר' אהרן'ען, אדרבה זיי ווילן ווייטער מיט אים לוחם זיין.

אקוראט ווי בעלזא.

אקוראט. זיי האלטן אויך נישט ביים צוריק טרעטן פון וואס זיי האבן געטון זינט תשל"ט ביז היינט, חוץ איין דרשה אויף וואס מען האט שוין געטון וואס עס פארלאנגט זיך על פי הלכה. אבער בעצם האט זיך גארנישט געטוישט אויסער דעם. אדרבה, זיי גייען אן מיט זייערע דרכים עקלקלות מער און מער,

סאו איך זוך צו פארשטיין דעם לאגיק פון זאגן אז די מחלוקה איז היסטאריע. די מערסטע זעט אויס אז די וואס זאגן אזוי האלטן אז די גאנצע מלחמה וואס דער ברך משה ז"ל און אלע רבנים מיט אים האבן געפירט אקעגן בעלזא, איז געווען ראנג אין פירסט פלעיס. סאו קען זיין אז זיי זענען גערעכט. איך ווייס נישט. נאר איין זאך, אויב אזוי וואלט זיך ווען סאטמאר געברויכט אנטשולדיגן פאר די אלע רדיפות השמצות און מלחמות פון בעפאר די שטייעדיגע תורה תשמ"ב.

--------------

בעפאר איך ענדיג, ביטע נישט אריין ברענגען דא דעם נושא אז מען וויל זיי בסך הכל האלטן אזוי ווי גור און וויזניץ. ווייל דער פאקט איז אז מיט די א.ד. האט מען נישט געפירט קיין מערכות, זיי נישט דערקלערט פאר נעעלאגן, און נישט גע'אסר'ט זייער פלייש. מיט בעלזא - בעפאר די שטייעדיגע תורה תשמ"ב - האט מען יא געפירט די מערכה.

געלעכטער » 17/2/2012 02:10

אומזיסט איך גיי משוגע פאר דיין פוינט אוו וויא! שרייב אפטער

לאנצוט » 17/2/2012 02:19

אומזיסט.

איך בין דערווייל נישט אויסגעוועפט ב"ה און מיין זכרון דינט מיר נאך, וועל איך פראבירן אויפברענגען דא וויאזוי פאליטיק ארבעט.

ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע נעסאו קאלעסיום חתונה, איז ארויסגעקומען דיקע פאשקעווילן ביכלעך, (בערך ווי די ווערייזאן דירעקטארי) מיט שרעקליכע איסורים קעגן די השתתפות ביי די וויזניצע חתונה, און דארט איז געשטאנען קלאר אז וויזניץ איז די ארגסטע פון אלע אגודיסטישע פירער.

יא. אמת. אז מ'דארף צופיקסן דעם סיגעטער, ווערט וויזניץ די ערגסטע אויפן כדור הארץ.


ווען דער סאטמארער רבי האט זיך געטראפן מיט'ן קלויזנבורגער רבי'ן, איז דער קלויזנבורגער געווארן דע ערגסטער פון די שמונה שרצים.

עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז פארגעקומען א געלט סכסוך צווישן גערער שלעגער און סיקריקים שלעגער, איז ארויסגעקומען קונטרסים אז "גור" איז די ערגסטע פון אלע. און מ'האט אויסגערכנט זייערע עבירות אז זיי האבן משטרה, זיי לערנען נאר אויף עברית מיט די אינגלעך, לערנען גוי'אישע לימודים מיט מיידלעך, אנפירער פון די  חינוך עצמאי וכו' וכו'.

יעצט נאך דריי וואכן האט דאס דריידל ווידער א טרענדל געטאן, און עס האט געלאנדעט אויף בעלז.

אזוי קוקט אויס דער כח הקדושה פון די סיקריקים. יעדן טאג מאכט מען אפ מיט די פאליטישע ברילן וועמען מ'גייט דערקלערן קריג און וויאזוי מ'קעגן בעסער צופיקסן דעם גרויסען שונא פון קרית יואל.

יעדער בר דעת זעט אז עס האט מיט אידישקייט אדער מלחמה לה' בעמלק גענוי וויפיל עס האט מיט די מלחמה קעגן כת ש"ץ.

נאך א וואונדער אז די סיקריקים זענען דאס געלעכטער פון שטאט.

דייקן » 17/2/2012 02:51

אומזיסט, שטייטלעך. סאטמאר האט קיינמאל נישט ערקלערט קריג מיט א צווייטן חסידות אדער מנהיג וועלכע איז נישט געגאנגען מיט זייער שיטה. אויסער, א חסידות וועלכע האבן זיך אפן ארויסגעשטעלט קעגן סאטמאר אדער קעגן זייער רבי'ן. ליובאוויטש, קלויזענבורג, קאשוי, בעלזא, א.א.וו. גערעכט צו אומגערעכט, דאס זענען די פאקטן.

אקוראט אזוי איז צושטאנד געקומען די מחלוקה מיט בעלזא. די בעלזא רבי האט געלאזט פאלן ווערטער קעגן דעם סאטמאר'ן רבי'ן מהר"י ז"ל, און זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם עדה החרדית מיטן עפענען אן אייגענעם שחיטה אין ירושלים. דאס זענען די טענות מצד חסידי סאטמאר און דערמיט האבן זיי ערקלערט קריג מיט בעלזא. (נאך איין טענה וואס גייט מיר נאך עד היום נישט אריין אין קאפ, אז ער האט געעפנט אן אייגענעם בי"ד, איך זעה נישט וואס ס'איז די גרויסע עוולה ואכמ"ל).

אויף די פריערדערמאנטע צוויי טענות, און נאר אויף די טענות איז אנגעגאנגען די מחלוקה מיט בעלזא פאר אזויפיל יאר. בעלזא איז א קהלה נאה וחסידה אקוראט ווי וויזניץ, גור, קלויזענבורג און אלע אנדערע חסידות וועלכע האבן אנגענומען א גאנג וועלכע איז לשיטת סאטמאר נישט אויסגעהאלטן, אויף אזוי ווייט אז האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל האט זיך אויסגעדריקט ביהרוג ואל יעבור, בעלזא איז אין די פעלער גארנישט אנדערש ווי די אנדערע. אלע אנדערע פראבלעמען, ווי נעמען געלט פון די מדינה, שטיצן די בחירות א.א.וו. זענען זיי גארנישט ארגער פון די אנדערע רביים וקהלות.

די צוויי טענות קעגן בעלזא איז היינט צו טאג'ס מער נישט גילטיג. בעלזא שחיטה איז מער נישט אין ירושלים, און דער בעלזא רבי האט איבערגעבעטן אדמור"י סאטמאר ז"ל אויפן שענסטן אופן וואס נאר מעגליך.

ווילסט ווייטער אנהאלטן מחלוקת, קיין פראבלעם, אבער מצד 'חסידי' סאטמאר איז די מחלוקה היסטאריע.

לאנצוט » 17/2/2012 03:03

דייקן,
איך פארשטיי מיך נישט אויף דיר.
די נאמני העדה החרדית האט ארויסגעגעבן א געפערליכע מחאה דרוקעניש אויף היידפארק, און דו וואגסט זיך צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין פייט.

אומזיסט » 17/2/2012 03:05

דייקן דו ווייסט אליינס אז דו האסט יעצט אומזיסט אריין געברענגט אינעם שמועס דער סומאטאכע מיט די שטייעדיגע תורה, און דער פיוס 30 יאר דערויף. מ'האמיר גערעדט אז דאס עקזיסטיער מער נישט. אין אומרין לו לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים. לאמיר אויסלאזן דעם גאנצן ענין, און זיך באציען נאר צו וואס האט זיך אפגעשפילט ביז שמחת תורה תשמ"ב.

דו האסט אויפגעברענגט אז די שחיטה גייט שוין נישט אן מער. ביטע מרחיב הדיבור זיין. בעלזא האט זיך שטילערהייט געבראכן צו די עדה און אן קיין גרויסע צערעמאניעס מוותר געווען אויף זייער גאנצע שחיטה? עס עקזיסטירט שוין נישט קיין בעלזא פלייש? איך ברויך שוין נישט אנרופן מיינע קרובים אין א"י זיי זאלן נישט עסן קיין בעלזער פלייש - אזוי ווי דער ברך משה האט געבעטן דעם עולם צו טון ביי די דרשה תש"מ?

עס איז שווער צו גלייבן אז אזא פאליטיש פילוואגיגער שריט איז טאקע דורך געפירט געווארן שטילערהייט. און קיינער האט נישט געהערט דערפון. איז דאס געקומען אויף די אינציאטיווע פון חיים לאקס ע"ה? ווער האט זיי באוואויגן צו אזא שריט/ דאס איז דאך עפעס מוראדיג. און וויאזוי קען זיין איך האב נישט געהערט דערפון ביז היינט?

אדרבה זיי ביטע מרחיב הדיבור.

דייקן » 17/2/2012 03:34

אומזיסט, האסט מיר נישט פארשטאנען, איך האב געזאגט אז זייער שחיטה איז מער נישט אין ירושלים.

אז איך וועל דיר דאס איבערצייגן וועט דיר שוין אלעס זיין פארענטפערט?

רב_הסוער » 17/2/2012 18:18

אומזיסט, די בעלזא שחיטה איז שוין פאר א שיינע שטיק צייט אויפגעלעזט,

האורח » 17/2/2012 19:33

דייקן,
איין זאך נאר. די איין טענה "וואס גייט דיר נישט אריין אין קאפ" אבער פאר אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה איז עס גאנץ פיין אריין, איז די שאלה, ווייל פאר דיר נישט, איז עס אויס טענה? האבן זיי אויפגעלעזט זייער בית דין? און טאמער יא, האט דאס מתקן געוועהן די הירוס וואס עס איז אריינגעברענגט געווארן אין ירושלים אז אויך צווישן די שטרענג חרדישע וואס האבן אלע פריערדיגע יארן באלאנגט צו די העדה החרדית וואס איז מיט מסירות  נפש אויפגעשטעלט געווארן דורך הגרי"ח זוננפלד וסעייתו, קען מען מתקן זיין אזא הירוס?
און בכלל, איז ער טאקע נישט אנדערש ווי אנדערע? יש לדון בזה לפענ"ד. עס איז אריינגעברענגט געווארן ביי חסידישע קרייזן די מושג פון די פרייע ערציאונג מיטלען און זייער פסאכאלאגיע אשר לא שערום אבותינו, נאר דורך זייער חסידות, נישט דורך וויזניץ, נישט באיאן, און נישט קלויזנבורג. איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
שיקט מען אויך אין וויזניץ חסידישע יונגעלייט אין משטרה? איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
ווער האט געבראכן די ירושלימער תקנה פון נישט לערנען לימודי חול, אויף וואס אויך רב שך איז געגאנגען בנפשו? איז ער נישט אנדערש ווי אנדערע?
תיקו!

דייקן » 17/2/2012 20:03

האורח, זיי ביטע מסביר וואס ס'איז דער פראבלעם פון האבן אן אייגענעם בי"ד.

בנוגע דיינע אנדערע טענות האב איך שוין איינמאל ערווענט, סאטמאר מיט בעלזא זענען נישט איינ'ס, און סאטמאר האט אסאך טענות אויפן בעלזער גאנג, אבער נישט צוליב דעם איז פארגעקומען דער ריס צווישן די צוויי.


רב הסוער, די בעלזא שחיטה איז נאר אויפגעלעזט אין ירושלים, אבער זיי שחט'ן אין א צווייטע שחיטה אינדרויסן פון ירושלים מיט זייער אייגענע השגחה.

לאנצוט » 17/2/2012 20:11

עס איז דער זעלבער איסור ווי עפענען מוסדות בני יואל אין קרית יואל וואס דאס בית דין האט גע'אסור'ט בראשות פון הגאון האדיר פוסק הדור המנחת יצחק זצ"ל.

אויב פאר יענעם יענעם איסור האט מען געפונען א פייפער און מ'פייפט זיך עפעס אן דערויף, קען מען זיכער טרעפן א פייפער פאר דעם הארבן איסור אויך.

נישט אז ס'איז געווארן מותר, נאר די שרייערס, ידם על התחתונה.

אומזיסט » 17/2/2012 20:31

דייקן זיי ממשיך, דער פראבלעם מיט זייער שחיטה איז געווען די לאקאציע דוקא וואו דער שלאכטהויז איז פלאצירט? אולי איז א חילוק אויך צווישן אלט שטאט און ניי שטאט? וואס א נפק"מ צי פאר ביזנעס אינטערעסן האבן זיי געמופט דעם פלענט אינדרויסן פון ירושלים? האט זיך עפעס געטוישט אין די ביזנעס חלק, די הכשר, צי פארקויפן זיי עס מער נישט אין ירושלים?

גלייב מיר איך האב נישט קיין השגה וואס דו האסט געוואלט מיטן שרייבן אז דער פלענט האט געמופט. 

-----

חוץ מזה, איך האב א הארבן מהר"א, אויב איז טאקע נישט קיין חילוק צווישן קיינעם, קיינער איז נישט ערגער קיינער בעסער, און די אלע עוולת פון בעלז זענען נישט כדאי מען זאל דערוועגן ארויס גיין אין מלחמה, און ניטאמאל גענוג אויף א טראכט צו געבן בעפאר מען דערקלערט מיט א פייערליכקייט אז די בעלזא מחלוקה איז היסטאריע, אלזא איז דא א סיבה בעולם פארוואס ר' אהרן גייט נישט באזוכן הרב שטיינמאן? ביי אים גייט נישט אן די מצוה פון נימוס?

און איך רעד שוין ניטאמאל פון דעם הלבנת פנים ברבים פון עטליכע חרדי'שע אינגעלייט, ה"ה הרה"ח ר' יעקב ליצמאן הי"ו, הרה"ח ר' מאזעס הי"ו, וואס טוען סך הכל דער שליחות פון זייערע רבי'ס, און דער איש מנומס ואוהב שלום ר' אהרן האט זיי אזוי מיאבס מבזה געווען, און נאכדעם איז ער ניטאמאל אנגעקומען צו די שבע ברכות.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 17/02/2012 20:32:22

רב_הסוער » 17/2/2012 20:45

רב שטיינמאן איז נישט זיין שוואגער, ער מוז זיך נישט ציקריגן מיט איהם אויב ער וויל איהם נישט באזוכן.

יענקי123 » 18/2/2012 20:34

אהרונים זאלונים, די חסידים פון ביידע גרויסע סאטמער, האבן די לעצטע יארן פארלוירן זייער שטאלץ, אמאל האט יעדער סטמער חסיד זיך געהאלטן גרויס אלס סאטמערער, מ'איז געווען שטאלץ, מ'האט זיך נישט געשעמט אלס סאטמערער, קיין סאטמער חסיד האט זיך נישט אראפ געאלאזט און נישט געגאנגען אין די טריפענע שוהל פון דעם אגריפסער בער, מהאט זיך געשפירט העכער, די לעצטע פאר יאר איז כמעט נישט געווען קיין סטמערער חסיד סיי פון די אהרונים, און סיי פון די זאלונים וואס איז אנגעקומען דא אין ארץ ישראל, און איז נישט געגאנגען זעהן די בעלזער שוהל, איך וועל מיך נישט וואונדערן אויב די זאליס וועלן אויך אין איין טאג קומען מיט א שלום פלאן מיט בעראלע.
איך וויל נאכאמאל מגדיש זיין: די מחלוקת מיט בעלז האט זיך נישט אנגעהויבן ווייל דער בעראלע האט גערעדט אויפן הייליגן סאטמער רב, נאר ווייל ער האט געטשעפעט דם הייליגן מנחת יצחק, און ווילאנג ער גייט אים נישט איבערבעטן איז נישטא קיין סליחה ומחילה.

יענקי123 » 18/2/2012 20:44

ווער עז זעהט די קליפ זעהט קלאר אז דער בער איז נאך דער זעלבער מחוצף וויאמאל, דער סאטמער רבי זיצט מיט הכנעה אויסגעדרייט צום דעם בער, און ער קוקט ניטאמאל צו זיין כיוון, קיין איינמאל, אבער אפילו קיין איינמאל.

בוoתנאי » 19/2/2012 00:13

זאג מיר יענקי, נאכדעם וואס בעלזער רב וועט איבערבעטן דעם מנחת יצחק, וועט ער ווערען אויס  אגריפס בער, און ער וועט זוכה זיין אז הגה''צ רבי יענקי 123 וועט אים ריפן "בעלזער רב" ? אדער נישט ?

אויב יא גיי איך שוין ערלעדיגן ביי אים ער זאל עס טין.

יעצט אן דזשאקס, די שרייבסט אז ביסט זיכער אז עס וועט קימען א טוג וואס אויך די זאליס וועלען מאכן שלום מיט בערעלע.

די זאגסט זייער גיט, יעדער נורמאלער מענטש וואס קען בעלזע רב ווייסט אז דאס איז זיין ציל און זיין שטרעבן צו זיין שלום מיט יעדעם איינעם, עס וועט נישט לאנג דורען און בעלזא וועט זיין בשלום מיט יעדעם און אויך מיט די עדה.

רוב רעבעס און רבנים פון די עדה ווילען שוין לאנג עס זאל זיין שלום, דער זעלבער רבי טוביה וואס מען פארקויפט יעצט בשמו שארפע קנאות, איז אליין געווען גיט מיט בעלזא פאר ער איז געווארען גאב''ד און פאר ער האט זיך געמאכט די שיינע פייעלעך.

עס איז נאר א פאר פארנאטישע עסקנים און א פאר צייטונג שרייבערס וואס שטערען די שלום, אבער דער בעלזער רב שליט''א  איז קליגער פון זיי אלע, און ער וועט זיך מיט יעדעם א עצה געבען און אויב זיין רצון איז, עס זאל זיין שלום צווישען ערלעכע אידען, וועט אזוי זיין.

וואסזשע » 19/2/2012 01:20

לאמיר קלאר מאכן דאס ענין:

די בעלזער שגץ איז לכו"ע געווען אפגעפרעגט אין די לעצטע דרייסיג יאר ביי סאטמארע חסידים, און ביי די אלגעמיינע גאס פון היימישן ציבור יהדות החרדית איבעראל, ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין רעדע פון זיכן צו מאכן שלום (אדער לאמיר זאגן בעסער: זיך טרעפן און וויזט'ן) מיט אזא פארשוין, די מלחמה מיט אים האט זיך נישט אנגעפאנגען בשנת תשמ"ב, אדרבה די דרשה פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע ו' שבט שנת תש"מ יוכיח, וואס די רבי האט דארטן ארומגערעדט איבער די בלינדקייט זיינע, און וואס די כת איז מסית ומדיח אנדערע מוסדות צו נעמען געלט פון די מדינה, וכו', נאר נאכן דרשה פון שמחת תורה תשמ"ב איז געווען די מכה בפטיש, ווען אלע גדולי ישראל אדמורי"ם ורבנים שליט"א זענען ארויס קעגן אים בחרב ובחנית.

ס'איז אלס געווען מכם ובכם מענטשן וואס האבן געוואלט שלו' מאכן האבנדיג חשבונות פון געלט פאליטיק כבוד וכדו', און האבן פראבירט ארויפצוצווינגען אויפן בי"ד הגדול שבירושלים שליט"א שלו' צו מאכן מיט בעלזא, אבער ללא הואיל, די רבנים שליט"א ובראשם כ"ק מרן פאר הדור הגאון הגדול הצדיק המפורסם גאב"ד ירושלים שליט"א האבן פארשטאנען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן און מ'קען מיט זיי נישט שלו' מאכן.

אין די לעצטע 5 יאר איז אבער ווער ס'ווייסט "בעלזא" נתקלקל געווארן, הן מצד זייערע פארדארבענע חינוך מיט פסיכלאגיע, הן מיט זייערע מיטארבעט מיט די ציונים, דורך: פאליציי (שומרים בלשונם), שירות לאומי וכו', והן מיט זייערע מסירות ומלשינות אויף ערליכער אידן, והן מיט די דרשות של דופי, חנוכה דהאי שעתא דרשה בענין "מוסיף והולך" בעת ווען גדעון סער ימ"ש די שר החינוך איז געזעסן דארטן יוכיח.

ואל תשיבנו, אז גור האט שוין אויך היינט מיט די פאליציי, ווייל אנגעהויבן האט זיך עס אין בעלזא, די אלע פירצות האט זיך דארטן אנגעהויבן, און ס'פארט ווייטער מידי יום ביומו, זיי וועלן אלס בלייבן מיטן לבוש און גארטל, אבער די השקפה אין חינוך מיט די פסיכאלאגיע ברעכט חומות גדולות בדרכי המסורה, און דאס האט היינט השפעה איבעראל, אפי' ביי אונזערע היימישע קרייזן, ביי זיי איז נישט דא קיין שבט מוסר פון א מלמד אדער א טאטע, וואס אין חז"ל ווערט עס פארעכנט אלס א זאך וואס מ'דארף נוצן, ביי זיי איז נישט דא קיין מסורת אבות, נאר אדרבה צוברעכן אלעס וואס די פריערדיגע רביים האבן געזאגט, ביי זיי איז נישט דא קיין ענין כלל וכלל פון מלחמה לה' בעמלק מדור דור, נאר אדרבה זיך צונויפרעדן אויף טעלעוויזיע מיט פרייע פושעים וכופרים (הידברות), וואס דאס שאט מורא'דיג פארן היימישן ציבור ווי מרן ראב"ד ירושלים שליט"א האט עס ערווענט ביים עצרת פארגאנגענעם זונטאג אין ירושלים עיה"ק, און געזאגט: אז דאס איז די שורש פורה ראש ולענה צו אלע פירצות און צניעות וקדושה ואמונה וואס איז דא היינט ביי כלל ישראל, והן דאס אריינברענגן לימודי שפות זרות, עברית ענגליש וכו', עד כדי כך אז די שגץ האט אויפגעפאדערט אלע זיינע אינגעלייט אין אנטווערפן צו לערען ענגליש, וכו' וכו'..

ס"ה: אלע פירצות שטאמט פונעם חונף הרשעים בערעלע רוקח שם רשעים ירקב.

יעצט איז געקומען די שוואגער וואס באמת איז ער נישט שולדיג, ליידער האט ער חתונה געהאט מיט א פרוי א וויזשניצער מיידל וואס דרייט אים שוין אראפ די קאפ שוין יארן משנה צו זיין סאטמאר ממקורה ודרך האבות, און מעשה שטן הצליח אז ער האט שוין ליידער משנה געווען הונדערטער זאכן אין סאטמאר, אויסגעריסן אזא מושג פון רבינו הקדוש זי"ע אן קיין שמות אין כינויים, מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ביי זיי די זעלבע קודש קדשים ווי רבינו הקדוש זי"ע, נישט ווייל זיי האלטן האמת אזוי, נאר אזוי קומט בעסער אויס די טיטל "הגאון הקדוש" פאר די היינטיגע עבודה זרה, אויסגעריסן דאס שו"ע פון הליכה לערכעות, פאר תשס"א איז נישט געווען אזא מציאות פון גיין לערכעות של עכו"ם וכו', איינגעפירט הדלקות ל"ג בעומר אין די צייט וואס עטליכע יאר פריער איז עס געווען ביי אים טריפה ווי חזיר, אריינגעברענגט דף היומי צווישן זיין עולם, א זאך וואס אויב דעת רביה"ק וואלט עס געהאלטן פאר די דברים העומדים ברומו של עולם וואלט ער עס זיכער איינגעפירט, געפסל'ט די מצות די פלייש פון רביה"ק זי"ע און אביו רבינו הבר"מ זי"ע, וכו' וכו'...

און לאמיר זעהן וואס האט ער געטוהן: ער איז געקומען קיין ירושלים, נאכן זיך פארענטפערן מיט א דרשה אין ישיבה פאר די בחורים אז ער גייט באזוכן פארשידענע רבנים, און געגאנגען באזוכן באישון לילה כגנב במחתרת באזוכן דעם בעלזער, אן זיך אדורכרעדן מיטן בי"ד הגדול דער בד"ץ העדה החרדית בארה"ק, געטוהן א שריט וואס קיינער האט זיך נישט גלייבן אז דאס גייט באמת פאסירן, און דערמיט אריינגעשטאכן א מעסער און זיין פעטער כלשונו, און אין זיין טאטן וואס האט לוחם געווען בחרב ובחנית קעגן אין נאך פארן דרשה של דופי קעגן רביה"ק, און דערמיט אויך אריינגעשטאכן א מעסער און יהדות החרדית כולה בכל קצוי תבל.

אבער די אייבישטער וואס איז מקדים רפואה למכה, האט שוין בשנת תשנ"ט געזעהן וואס דא גייט געשען, האט ער שוין דעמאלט'ס אריינגעגעבן אין רבינו הברך משה זי"ע די ריכטיגע דעת צו זעהן די אז בנו הגדול טויג נישט פארן כלל ישראל בעתיד, און האט ממנה געווען בנו השלישי מרן רבינו שליט"א צו שטיין אלס רב ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג, און דערמיט אוועקגעשטעלט די כח הקדושה, אז כלל ישראל זאל קענען זיך דערהאלטן טאקע אין די מצבים, אינאיינעם מיט די "בשותפות'דיגע" צוזאמארבעט מיטן בי"ד הגדול שבירושלים, און אזוי ארום עומד זיין בפרץ בכל דבר שבקדושה.
 
און מיר שרייען טאקע יעצט אויס:

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילהו מן התועים ונתן לנו תורת אמת  


תוקן על ידי וואסזשע ב- 19/02/2012 01:21:14

בוoתנאי » 19/2/2012 11:49

וואסזשע, זייער א שיינע דרשה.

איך בעיט דיר נאר איין זאך, אז ווען עס וועט זיין שלום צווישען בעלזא אין ענקער סאטמער, זאלסטו מיר נישט נעלם ווערען, נאר די זאלסט מיר פארענטפערען פארוואס די אלע חטאים פון בעלזא וואס די האסט דא אויסגערעכנט, זענען מער נישט קיין חטאים.

איך האב פאר דיר נייעס, עס גייט נישט לאנג דורען.

וואסזשע » 19/2/2012 13:30

כ'האב הנאה בוסתנאי אז דו ביזט מודה אז עט'ס האט'ס געטוהן אן עוולה....

יעצט וואס דו זאגס'ט וועגן אונז, איך בין נישט קיין נביא, ס'קען אלס געשעהן, אבער די "פורץ גדר" דערצו איז לכו"ע נישט קיין אנדערע ווי אהרן טייטלבוים ומינה קומט די גאנצע זאך.

בוoתנאי » 19/2/2012 15:11

וואסזשע, אפשר ווייזטו מיר ווי איך האב דיר עפעס מודה געווען ?

נישט דא אויף וואס מודה צו זיין, יעצט לוינט זיך פאר ענק אזוי, מארגען וועט זיך לוינען אנדערש.

יעדער פארשטייט אז רבי אהרן און זיינע חסידים זענען ענקערע בליט שונאים, און יעצט האט עטץ א געלעגנהייט צו ווארפן שמיץ אויף זיי, איז בעלזא יעצט ענקער שטעקן, היתכן רבי אהרן איז געגאנגען צו זיין שוואגער? ווען עס וועט קימען די טאג וואס עס וועט זיין שלום אויך מיט ענק, וועלען די אלע עבירות נישט מער זיין קיין עבירות, ווייל דער אמת ווייסטו אויך אז אלע חטאים זענען אדער ליגנט אדער אויפגעבלאוזען הינדערט מאל ערגער ווי עס איז באמת.

און טאמער איז יא דא עפעס וואס איז אמת, איז עס נישט אזאך וואס קען זיין א סיבה מען זאל זיך נישט מעגען טרעפען מיט דער מנהיג פון דעים חסידות.

זיך אליין צו פאפען האט אויך א שיעור, שטוץ צו שרייבן אזאנע לאנגע דרשות מיט שטיתם וואס יעדער קען נאך גיין די זאכען אין זעהן אז עס איז ליגנעט אדער אנגעבלאזן, שרייב פשוט דעם אמת אז עס שטערט ענק יעדער זאך וואס רבי אהרן טיט.

איך הער אויך וואס נישט בעלזא רעדען, דער גאס, דער חרדישער גאס, קיקט ארויף אויף רבי אהרן אז ער האט געלייגט פערזענליכע חשבונות אין דער זייט, און אפילו ער ווייסט אז צווישען זיינע חסידים וועלען זיין געניג וואס וועט דאס נישט שמעקן, דאך האט ער פארשטאנען אז דער צו השעה איז, אז גדולי ומנהגי ישראל זאלען זיך לעבען בשלום.

עס איז שוין צייט עס זאל אריינגיין אין ענקערע פלאטשיגע קעפלעך, אז די פרובלעם פון ציוניזעם איז שוין לאנג עבר ובטל מן העולם, די אלע שקצים און שיקסעס וואס זענען קינדער פון היימישע אידען, זענען נישט אפגעגליטשט געווארען פונם אידישען דרך וועגען ציוניזעם, נאר וועגען אנדער פרובלעמען וואס איז דא היינט אין דור, וואס דאס האט גארנישט צו טוהן מיט קנאות, און דאס איז פרובלעמען וואס אלע חרדישע אידען האבען דאס, בלי קשר וועלכע שיטה מען האלט.

און דאס פארשטייט א מנהיג ישראל ווי רבי אהרן וואס עס טיט אים וויי דע חינוך פונם דור, און ער קיקט נישט נאר וואס איז גיט פאר זיינע חסידים, און כדי צי טרעפן עצות, איז די ערשטע זאך אז די מנהיגי הדור זאל'ן זיך לעבען גיט, און אוועק לייגען אייגעגנע קליינע אינטערעסן. 

געדענק וואס איך זאג דיר יעצט, איך בין נישט קיין נביא, אבער דער שכל הישר זאגט אזוי, די וועסט אויפאיינמאל זעהן נאך רבי'ס וואס זענען געווען ציקריגט און מאכן שלום, ווייל פארן עתיד פון יודישקייט איז דאס די וויכטיגסטע זאך.

געלעכטער » 19/2/2012 20:34

אז ר' אהרן איז יא אזא מייסטער קאפ אין חינוך און איז גרייט - למען השלום אוועקצוקוקען אויף אלעם (נישטא ווער ס'זאל לאכן...) - אבי עס זאל זיין שלום, פארוואס פארט ער ביז ארץ ישראל שלום מאכן מיט זיין בעלזא שוואגער? ‎​
 
פארן חינוך איז דאך בעסער אז ער מאכט קודם שלום מיט די אמעריקאנע, טא פארוואס מאכט ער נישט שלום מיט זיין ברודער פון אמעריקע?

וואסזשע » 19/2/2012 20:46

און אויב גייט ער שוין יא באזוכן לטובת החינוך פרעמדע רבנים, דאן מה נשתנה דינא דשטיינמאן וקנייבסקי??
בלאט: 1 2