היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע: גאב"ד ירושלים איבער דעם באזוך פון בעלזא סאטמאר מהר"א

באמבע: גאב"ד ירושלים איבער דעם באזוך פון בעלזא סאטמאר מהר"א

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2944014

צמח_דוד » 16/2/2012 11:12

יעצט געהערט פרישע נייעס פון די מקורבים, נאכנישט הונדערט פראצענט באשטעטיגט

היינט אינדערפריה האט כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיך אינטרעסירט איבער וואס דער עולם רעדט. ווען איינער פון די מקורבים האט אים פארציילט איבער די נעכטיגע באגעגעניש פון בעלזא - מהר"א מסאטמאר, איז ער געווארן זייער ערענסט, פרעגנדיג: ער האט זיך נישט געקענט דורכ'רעדן מיט'ן היגן בית דין פאר'ן טוהן אזא שריט ?!

נאכדעם האט אים דער מקורב פארציילט אז די גאס זאגט אז ער קומט נישט קיין ירושלים, ווייל ער האט מורא צו קומען צום גאב"ד. דא האט דער גאב"ד זיך אנגערופן: ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן! ער האט טאקע פון וואס צו מורא האבן!

ווען דער מקורב האט אים איבערגעגעבן וואס די אהרונים זאגן (בחצרסאטמאר אין פארום בחדרי) אז די באזוך איז א נקמה אויפדעם וואס דער גאב"ד איז געגאנגען באזוכן די זאלונים אין קרית יואל, און אויפדעם וואס דער גאב"ד האט נישט געוואלט חתמ'ען קעגן די בני יואל'ער חתונה זאל. דא האט דער רב געגעבן א שאקל מיט'ן קאפ, זאגנדיג: נעבעך, נעבעך.

 

moashopee » 16/2/2012 11:38

חלומות שוא ידברו.
וואס מען טראכט בייטאג חלומ'ט מען ביינאכט

SIM89 » 16/2/2012 11:39

אויב דאס איז אמת, וואס איז שווער צו גלייבן אויף איין ווארט דא, אבער אויב ס'איז אמת, איז דער בעלזער געווען גירעכט אין תשמ"א.
היתכן, דער סאטמארער רבי דארף באקומען א אוקיי פון עפעס א סיקריק פון הנהלת העדה?
צו אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"?

צמח_דוד » 16/2/2012 11:47

SIM89 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היתכן, דער סאטמארער רבי דארף באקומען א אוקיי פון עפעס א סיקריק פון הנהלת העדה?


אוי אוי צו ער דארף באקומען אן אוקיי, ער דארף שוין איינמאל באקומען.
נאר צו דערמאנען, די עדה החרדית האט שוין געהאט גע'חתמ'עט אין תשמ"ב א הסכם שלום מיט בעלז, נאך וואס זיי האבן נישט געקענט אריבערטראגן די ביטערע דעמאלט'סדיגע טעראר. אבער ווען דער מנח"י איז "געפארן בעטן א אוקיי" פון דער טאטע פון מהר"א, האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל, האט ער אים צוריסן דעם הסכם אויף שטיקער פארנט פון זיין פנים, און האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט די טרערן וואס האבן אין יענע מינוט אראפגערינען פון די אויגן פון מנח"י.


תוקן על ידי צמח_דוד ב- 16/02/2012 11:48:13

SIM89 » 16/2/2012 11:50

SIM89 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"?

דאס האסטו פארגעסן.
אה, ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא?
וועמען האבן די סיקריקן פון הנהלת העדה געפייפט מיט א גרויסען "לא" מיט א א' רבתי? ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה, אדער דער סאטמערער רבי?

צמח_דוד » 16/2/2012 12:13

SIM89 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 אפשר ר' טוביה ווייס האט דורך גערעדט מיטן סאטמארער רבי פאר ער איז ארויף באזוכן דער רב פון די געאסערטע "היכל שלמה"?

דאס האסטו פארגעסן.
אה, ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא?
וועמען האבן די סיקריקן פון הנהלת העדה געפייפט מיט א גרויסען "לא" מיט א א' רבתי? ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה, אדער דער סאטמערער רבי?


סים, רעד נישט ווי א בהמה.

דו פארשטייסט אליין אז א באזוך אין צימער פון רב אלישיב איז נישט משמעות'דיג לעת עתה, נאך וואס הרב אלישיב האט זיך שוין געטראפן הונדערטער מאל מיט אלע דיינים פון די עדה"ח אין די לעצטע יארן. און זייט די לעצטע מערכה פון די עדה מיט רב אלישיב איז שוין פאראיבער גאנצע 15 יאר, און אין די 15 יאר, האט זיך רב אלישיב צוגעשטעלט צו עטליכע מערכות פון די עדה, און איז געגאנגען קעגן זיינע אייגענע רבנים פון בני ברק.

און אויף דיין שאלה ווער איז אגרעסערע ציוניסט, ראבי עליאשיוו, צו דער פון בעלזא? 
ס'קומט נישט אריין די שאלה ווער ס'איז א גרעסערער ציוני'סט, און נישט דאס איז קובע דא, דער סאטמאר רבי זי"ע האט זיך געטראפן מיט פארשידענע גרויסע ציוניסטן, און די היינטיגע רבי'ס טרעפן זיך אויך מיט פארשידענע ציוניסטן און יעדער פארשטייט אז זיי האלטן אנדערש אין שיטה.

אבער בעלז איז א מסכתא פאר זיך. ער האט אנגעפירט א גרויסע מלחמה קעגן סאטמאר און די עדה החרדית מיט די מטרה זיי צו אונטערברענגען, (כדברי ברוך מרדכי קופרשטיין: "עס איז געווען א משימה, צו שטעלן סאטמאר אויף זייער פלאץ, און די עדה"ח אויף זייער פלאץ) און לשיטתם האט זיך די משימה געענדיגט, ממילא האבן זיי באשלאסן צו אנהייבן צוריק לעבן צוזאמען מיט סאטמאר און די עדה"ח.

אבער די שאלה איז, צו האט ער פארראכטן דעם נזק וואס איז שוין אפגעטוהן געווארן דא, פיין און וואויל ער האט איבערגעבעטן דעם רבי'ן, אבער א ציבור פון עטליכע טויזנט אידן האבן געהערט פון זיין מויל דברי חירופין וגידופין בצורה המשפילה והמבזה ביותר אויפן קדוש אלוקי דער סאטמאר רבי זי"ע און אויף זיינע ספרים, די אלע מענטשן האבן נישט געהערט א חרטה און צוריקציה אויף די ווערטער פון דעמאלט'ס. דאס ווילסטו צוגלייכן צו רב אלישיב ? ביסט אינגאנצן משוגע ? קעגן בעלז פון תשמ"ב איז אלישיב פון תש"כ א קנאי למהדרין. אלישיב האט קיינמאל נישט געפירט קיין מלחמות, ער איז געווען וואס ער איז געווען ביי זיך אין שטוב און פארטיג.

און אויף דיין שאלה אז די סיקריקן פון הנהלת העדה האבן געפייפט מיט א גרויסען "לא" אויף ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה. איך בין נישט קיין נציג פון די הנהלת העדה און איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף זייערע עוולות, אבער לפי מיטב ידיעתי זענען געווען עטליכע חברי ביד"צ וואס האבן געהאלטן פארקערט ווי ר' טובי' אין דעם ענין, און די הנהלה האט נישט אליין מחליט געווען די זאכן.

SIM89 » 16/2/2012 12:33

רב אלישיב האט גארנישט תשובה געטוהן אויף זיין עבר, און ער איז נאך ביז היינטיגע טאג, באשעפטיג מיט די רבנות יומם ולילה. דאס וואס ער איז געווארן מער פרום, און דער עושי דברם פון די ליטווישע צד וואס אקאטירט דער בני ברקע גדולים, האט איהם נישט משנה געווען, און ער איז נאך אלץ פון דער רבנות שטיצער אין דער גרויסע חסיד פון דער ערשטע רה"ר קוק.
דער בעלזער האט ריכטיג תשובה געטוהן, אזוי וואו ס'שטייט אין שו"ע. מפייס געווען רבוה"ק בפרהסיא. וואס איז געבליבן? אז ער נעמט געלט פון די מדינה. נו, ער איז אינגאנצן נישט דער איינציגער.

SIM89 » 16/2/2012 12:49

צמח_דוד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 און אויף דיין שאלה אז די סיקריקן פון הנהלת העדה האבן געפייפט מיט א גרויסען "לא" אויף ר' טוביה'ס ספעציעלע בקשה. איך בין נישט קיין נציג פון די הנהלת העדה און איך גיי דיר נישט ענטפערן אויף זייערע עוולות, אבער לפי מיטב ידיעתי זענען געווען עטליכע חברי ביד"צ וואס האבן געהאלטן פארקערט ווי ר' טובי' אין דעם ענין, און די הנהלה האט נישט אליין מחליט געווען די זאכן.

 
יא יא. דער גאב"ד בעט, און ר' משה שטרנבוך דער ראש בית דין, זאגט ברבים אז דער רב עליאשיוו איז דער גרויסע לוחם מלחמות ה' [ממש הארט דאס ממשיך פון דער דברי יואל מסאטמאר...], אבער אפאר חברי הבד"ץ זענען אנקעגן. ווער? אפאר? אפשר ואולי דער איינציגער וואס איז מער קנאי, און ארבעט האנט ביי האנט מיט די סיקריקן, דער איינציגער וואס איז געזעצן מיט'ן גרויסע הולך לבחירות דער בעלז-מאכניווקער רבי, אין די מסיבה פון כ"א כסלו. און דער סאטמארער רבי האט געדארף באקומען זיין רשות זיך צום טרעפין מיט זיין שוואגער

ארגינעלער » 16/2/2012 13:24


די מעשב איז ריין שקר איך האף נאר אז ס'איז אמת
נאך 3 מאל זאגן כאפט ער אויפן ווינק ענדליך איז ר' יצחק טובי ווייס געוואיר געווארן אז דער סאטמאר רבי וועט זיך נישט מיט אים ארורך רעדן עניני הנהגי אין ער וועט טיען וואס ער פארשטייט אין ער וועט טיען וואס די תורה פארלאנגט

אין די גאנצע וועלט האט דאס קלאר אין הויך געהערט ווער ס'איז סאטמאר אין ווער אין ווי מען מען מאכט החלטות
אויף 6 צאנז קארט צי אין בניני זופניק


תימענער » 16/2/2012 15:59

נעבעך נעבעך דער טפש וואס האט ממציא געווען די מעשה קיין סאך כבוד ברענגט ער נישט פאר'ן רב פון ירושלים מיט די נארישע מעשה .

אבראהאם » 16/2/2012 17:50

לויט דעם יאסל90 איז ר' יצחק טובי ביזי מיט היידפארק אין ער קאמענטירט דעראויף
טאמיר יא איז דער ר' יצחק טובי היפש צירידערט

נעקסט גייט ער קאמענטירן אויף טוויטער ס'קומט פרייליכע צייטן

געגאנגען » 16/2/2012 19:21

איך ווייס נישט צי די געשיכטע איז אמת אדער נישט, אבער דער 'איינציגער' וואס קען עפעס דערלייגן אויב די מעשה איז ריכטיג, איז כ"ק ירושלימ'ער רב שליט"א.

איך זאג נאכאמאל, איינציגער.

איך האף מיט'ן גאנצן הארץ אז ס'איז נישט אמת, פשוט ווייל איך שוין דעם כבוד פון די עדה החרדית.

געלעכטער » 16/2/2012 19:26

געגאנגען, דאס איז א סטראשע? ‎​
 
וואס טוט זיך טאמער גאב"ד ירושלים האט א אנדערע דעת תורה פון ר' אהרן טייטלבוים, איז ער נישט בארעכטיגט דערצו? מוז ער האלטן פונקט ווי ר' אהרן האלט?

ארגינעלער » 16/2/2012 19:29

געגאנגען ביסט נישט גערעכט זייט ר' יצחק טובי האט זיך משדך געווען מיט די סוקריקים טיפער אין דער ערד קען ער שוין נישט גיין
ער איז א חוזק קוק ווי אזוי זיי האבן געהאנדלט מיט א בקשה לרפואת צי רב אלישיב
אלעס איז ביי אים פורים אין ליצנות


תוקן על ידי ארגינעלער ב- 16/02/2012 19:31:01

געלעכטער » 16/2/2012 19:54

זיין הייסן ארויסגיין פון בג"ץ איז אויך א פורים און ליצנות?

לאנצוט » 16/2/2012 20:03

א לץ שיסט א וויץ אויף היידפארק, און די קליינווארג דא דעבאטירן און ווערן היציג... ער האט יא געזאגט, ער האט נישט געזאגט.

קינדער: צמח_דוד טרייבט שפאס.
מ'גיט א לאך, און מ'גייט ווייטער.

היראים » 16/2/2012 20:07

דער צמח קווינס קוקט אויס צו זיין פין די וואס זענען יעצט אנגעווייטוגט אז דער גאב''ד אין געגאנגען באזוכן הרב אלישב
אן זיך דורכרעדן מיט זייער דעת תורא
קען ער באשטיין צונאר צו מאכען דעם גאב''ד מיט זיינע געבעקסן

זיי האבען באקומען דעם כח השקר, אין דאס האלט זיי
אין ער רעדט זיך איין אז מיט זיין געבעקסל וועט ער שיסן 2 אין איין שאס


תוקן על ידי היראים ב- 16/02/2012 20:17:42

געלעכטער » 16/2/2012 21:05

און אויב האט דאס דער גאב"ד יא געזאגט, מה דינא דהאי ראש ישיבת פאר התורה?

גרוינים » 16/2/2012 22:59

איך פארשטיי די ווייטאג פון די זאליס אז קיינער קוקט בכלל נישט זייער זייט און אלע רבנים פון אלע קרייזן וועלן טאן אלע השפלה'ס אויף דער וועלט אבי זיך צו טרעפן מיטן רבין
ווער רעדט נאך אז דער רבי האט נעבאך ארויסגענומען די לופט פון זייערע רעדער ביים רעדן די דרשה פארן פארלאזן ק"י אז מפארט צי פרעמדע רבנים וואס איז א נימוס אבער דאס טוישט נישט די השקפה צי קעמפן די זעלבע וואו ביז היינט פאר השי"ת קעגן די דיעות כוזבות פון די פרעמדע קרייזן און רבנים

אזוי אז די זאליס אנגעגרייטע באלאן קעגן רבין האט געפלאצט נאך זונטאג מיטאג און יעצט מוזן זיין נעבעך שטיין שטום אדער פרובירן צו שרייבן אויף היידפארק אדער ביי א קופקע אז אהרן איז א שגץ אבער סקלעבט נעבעך נישט אפילו ביי זייער עולם 

אפילו זייער עולם הייבט אן כאפן אז יארן צוריק פאר די סיקיריקים האבן באשמיצט דעם נאמען סאטמאר איז רבינו הקדוש זי"ע געווען רשכבה"ג און אין אלע פרעמדע קרייזן האט מען ארויפגעקוקט די אמתע קנאות פון סאטמאר אפילו ווען סהאט זיי נישט געשמעקט און דא ווערט ווייטער צוריק דער ארגינעלן גלאנץ פון קנאות ווי דער חתם סופר האט געפירט שרייבנדיג אז זיין מלחמה איז געווען פאר השי"ת און נישט מחלוקת אדם באדם מיט צעהיצטע שלעכטע מידות משחתות

און דאס קרענקט זיין נעבעך אז זיי זענען מיאוס אויסגעשפילט קרח מכאן ומכאן דא האבן זיי אנגעדרייט יארן לאנג נאך אין די 11 נישט געזינטע יארן פון רבינו הקדוש ז"ל אז ווער סהאט די שלעכסטע מידות און ווער סקען העכער שרייען פוי אויף זיך אליין דער איז מער חשוב און דא הייבן זיי אן שפירן אז זיי זיי אויסגעשפיגן פון כלל ישראל און כלל ישראל קוקט געהעריג ארויף אויף סאטמאר מיט ארגינעלע אמתע קנאות לשם שמים אויסגעמישט מיט אהבת ישראל

פאר די זאליס וואס וועקן זיך יעצט אויף האב איך איין עצה אדער מאכט א יו טערן און זעהט אז זאלי זאל טוישן מהלך אדער גייטס צירוק ווי די בת יענה אין די לעכער און שרייטס ווייטער פוי 


תוקן על ידי גרוינים ב- 16/02/2012 23:02:25

גרוינים » 17/2/2012 00:27




תוקן על ידי גרוינים ב- 17/02/2012 00:28:15

רבי_יונה » 17/2/2012 03:29


דער גאב''ד שליט''א וולכער האט געהייראט בזיווג שני מיט א היתר פון מאה רבנים ואכמ''ל, איז גענוג קלוג צו האלטן זיך דאס מאל און נישט שיסן סטעיטמענטס אין אזעלכע הרת עולמ'דיגע טעג.

געלעכטער » 17/2/2012 03:46

פשיהא. נאר פאר דעם ספק אז דער גאב"ד גייט נישט אין שפאן, נעמט מען שוין ארויס די געווער פון שאפע.

רבי_יונה » 17/2/2012 03:51


מה לי ''היתר פון טאש'' אדער ''היתר מאה רבנים''. עס איז אלעס איינס.

גרוינים » 17/2/2012 03:58

ר' יונה כהאלט אויך אז סאיז א נערישקייט צי העצן יעצט אויפן גאב"ד אין די צייט וואס די מעשה פון היינט צופרי האט קיין הענט און קיין פיס און טראץ וואס דער גאב"ד איז אין טאש ביי די סיקריקים פאסט נישט צי רעדן אויף איינעם וואס איז למעשה גאב"ד העדה
מדארף טוען וואס די הנהלת העדה טוט כסדר מיט אים מפרובירט מונע זיין די בזיונית וואס די סיקריקין לייגן ארויף אויף אים און מטוט וואס מהאט צו טוען 
גלייכצייטיג אויב מעג מען אינזינען האבן רב אלישיב מעג מען אוודאי מוסיף זיין א קאפיטל פארן גאב"ד בקל וחומר רבי "יצחק טובי' בן רייקל" לרפואת הגו"נ

ביי די וועי מעג דער עולם הערן אז הרה"ח ר' שלמה פאפענהיים יו"ר הנהלת העדה החרדית האט איבערגעגעבן פארן רבין מיט עטליכע וואכן צוריק בשם פון מרן הגאב"ד רב דושינסקי זצוק"ל אז ער האט אים פערזענדלייך געבעטן פאר זיין פטירה אז היות ער האט כסדר געהאפט צוריקצידרייען דעם רעדל איבער די בעלזא מחלוקה (איבער בי"ד און סאטמאר פריוואט מרעדט נישט פון ציונית) בעהט ער אז היות עס איז נאכנישט צעשטאנד געקומען זאל ער זעהן סזאל נאך צוריגעדרייט ווערן עכ"ל

ממילא אויב וויל יוסעלע פליט זיין גליקליך מיט א טייפינג פון עבריתישע אותיות מעג ער וויסן וואס דער יו"ר ההנהלת העדה ר' שלמה איבערגעגעבן פארן רבין און ער איז טאקע אויך געקומען אינאיינעם מיט נאך 5 חברי הנהלה צו מקבל פנים זיים דעם רבין ביים אנקומען אין עיר פארט




תוקן על ידי גרוינים ב- 17/02/2012 04:15:59

סטראבערי » 17/2/2012 07:26

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די מעשב איז ריין שקר איך האף נאר אז ס'איז אמת
נאך 3 מאל זאגן כאפט ער אויפן ווינק ענדליך איז ר' יצחק טובי ווייס געוואיר געווארן אז דער סאטמאר רבי וועט זיך נישט מיט אים ארורך רעדן עניני הנהגי אין ער וועט טיען וואס ער פארשטייט אין ער וועט טיען וואס די תורה פארלאנגט

אין די גאנצע וועלט האט דאס קלאר אין הויך געהערט ווער ס'איז סאטמאר אין ווער אין ווי מען מען מאכט החלטות
אויף 6 צאנז קארט צי אין בניני זופניק




כא כא כא!
וואס דו דארף ר אהרן גיין צום בעלזער וואס איז נאר ספק טריפה און מיט דעם ווייזן פאר'ן גאב"ד אז ער טוט וואס ער וויל?!
זאל ר אהרן זיך אויפשטעלן אויפ'ן דאך פון'ם גרויסן בעלזען שוהל און אריינפרעסן א גרויסן דבר אחר, דאן וועט שוין דער גאב"ד כאפן אז ר אהרן טוט וואס ער וויל!   (-: 
*
ביי די וועי,
איך האב איינגעפרעימט די קללות פון די אשכול אויפ'ן גאב"ד,
צוזאמען מיט די קדשי קדשים טיטלען דמיונות וואס די ארונים האבן געווארפן אויפ'ן גאב"ד פאר'ן ווערן רב,
ווען זיי האבן געדמיונ'ט אז עס וועט זיין א פליק פאר די זאליס,
און מ'האט איינגעוויקלט די בלאט אין 17 בעקיטשעס לכבודו,
אין ווינציגער ווי א יאר שפעטער האט ער ענק אריינגעשטאכן א שירעם פון אינטן
ווען ער איז געגאנגען צו סאטמאר פאר די ארונים,
צו קווינס ישיבה, און צו די מהר"יי סאטמאר אין מאנראו!
און היינט דארפן ענק שוין באקן לשון הרע'ס אויף אים, און הייליג מאכן דעם בעלזן בער אנשטאט!
-א וועלט!

גרוינים » 17/2/2012 17:54

דער גאב"ד איז ליידער היינט ביי די אינגאטשעס אין טאש און איז אפגעפרעגט ביי אלעמען ובפרט ביי אלע חברי הנהלת העדה וועלכע פלאגן זיך צו פארוישן די ביזיונית וואס ער ברענגט זיי און סאיז נישט די ארוניםס דורכפאל נאר ליידער כלל ישראלס ממילא איז עס מן הדברים שהשתיקה יפה להן

צאן_ברזל » 19/2/2012 18:35

[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 19/2/2012 18:57

צאן_ברזל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 19/2/2012 19:01

די זאליס האבן זיך אויסגעקליבן א שטריק, און זענען סטאק מיט איהם.
אין עולם התורה והרבנות טראגט ער נישט קיין שום געוויכט.
און זאגט נישט אז זיי דארפן נישט און זוכן נישט בעסערס.
נישט אומזינסט האט מען ליל שמיני עצרת אפגעשפארט אלע בתי מדרשים(על כל פנים אזוי האט מען באפוילן)
.
נישט אומזינסט האט מען איינגעשפאנט צו די הקפות אין ראדני דעם דברי חיימ'ס ס''ת און ארויסגעגעבן גזירות פון יא קישען אדער נישט קישן.

נישט אומזינסט האט מען געצווינגען דעם אייגענעם דיין  מרז''ל פילאפף אריבער צו קומען פון זופניק קיין ראדני צו טאנצען אויף די ספעציעילע סטעידזשעס געבויט להקטין הבזיונות.

די זאליס פרובירן אלעס צו מאכן א ''יש'' פון שטריק , אבער עס גייט גאר גאר שווער.

כלל ישראל האט א גוטע נאז , ואם הרב דומה למלאך ה' צבאות תורה יבקשו מפיהו , ומכלל הן אתה שומע לאו.

געלעכטער » 19/2/2012 19:26

אלזא?

רבי_יונה » 19/2/2012 19:34


כלל ישראל נתפעל פון די אויסגעהאלטענע שריטן פון אן אמת'ן מנהיג ישראל, וועלכער רעכנט זיך מיט דעת תורתינו הקדושה, און נישט מיט דעת המלעיגים.

וכמו נהגו גדולי ומנהיגי ישראל בכל הדורות.

געלעכטער » 19/2/2012 20:24

אויסגעהאלטן לויט וועם? לויט קרליץ? לויט בויאן, מאדזשדיץ, גור, וויזניץ צי לויט בעלזא?

גרוינים » 19/2/2012 21:01

יא לויט דעת רביה"ק זי"ע וועלכע האט באזוכט די אלע פרעמדע רבנים
און בסוד וועל איך דיר זאגן אז אפילו לויט דעת "געלעכטער" וועלכע האפט שוין אויף דעם טאג אז די פרעמדע קריייזן זאלן מחשיב זיין דעם שטריק כאטש ענדליך צו וואס זיי זענען מחשיב דעם סאטמאר רב 

פאמאגראנט » 19/2/2012 21:11

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויסגעהאלטן לויט וועם? לויט קרליץ? לויט בויאן, מאדזשדיץ, גור, וויזניץ צי לויט בעלזא?

אויס געהאלטן לויט קלויזנבורג סערט ווישניץ מיט מאחניווקא !!! יעצט איז שוין גוט

ווייל די  אלע צינויסטישע רבעלעך חנדל'ט ר' זלמן

רבי_יונה » 19/2/2012 21:34

אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דברי יואל זי''ע וועלכער האט באקומען כבוד מלכים ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל אדאנק די ציוניסטישע פאליציי אויף פערד ווי די בילדער זענען דא לדורות צו פאראייביגען מעשה רב.

אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דבריי יואל זי''ע וועלכער האט אויפגענומען ביי זיךאין שטוב ראשי וחברי כת המזרחי , נישט אין מאל און נישטצוויי מאל.

אויסגעהאלטן לויט'ן הייליגען דברי יואל זי''ע וועלכער האט געשריבן פאר'ן אמרי חיים זצ''ל א מזל טוב בשעת'ן שידוך פון מהר''א מיט'ן טיטול אוויפ'ן אמרי חיים ''הרב הצדיק'' , און דאס איז שוין געווען נאכ'ן הופעת ספר הקדוש ויואל משה ,  און נאך וואס דער אמרי חיים האט שוין געהאט גע'חתמ'ט אויפ'ן חוב קדוש לטובת די טמא'ענע בחירות 4 אדער 5 מאל.

ענתיק » 19/2/2012 23:48

צאן_ברזל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'איז אמת?

רבי_יונה » 19/2/2012 23:58


איך בעט אייך , לאזט במנוחה דעם רב פון ירושלים. ער ערהוילט זיך פון א לונגען אנטצינדונג.