היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בזיון התורה: ר' מענדל בארבאריש פארשעמט ביי די חופה

בזיון התורה: ר' מענדל בארבאריש פארשעמט ביי די חופה

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2943716

ברעקינג » 15/2/2012 04:22

ביי די חופה אין בני ברק פון בן הרה"צ ר' חיים הערש מייזליש ווי דער סאטמאר רבי פון קרית יואל איז געקומען באשיינען, האט מען זייער בארבאריש פארשעמט דעם שוואגער פון אבי החתן ר' מענדל טייטלבוים דער זעלבסט געקרוינטער אב"ד סאטמאר וומ"ס, ווען די בני ברק'ער חיות הקודש האבן עם נישט געוואלט ארויפלאזן אויפן חופה פלאטפארמע, און האט נעבעך געמוזט פארשעמטערהייט בלייבן אויף די גאס מיטן עולם און מיטהאלטן די מעמד החופה פון אונטן, ארויפקוקענדיג צוטרייסלט אבל וחפוי ראש אויפ'ן סטעיטש פון די חופה


ווער האט זיך געגלייבט אז עס האט אזא זאך געקענט געשעהן

קוקט דעם פיקטשער ביים ווינקל


[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי ברעקינג ב- 15/02/2012 04:44:25

לאנצוט » 15/2/2012 17:10

אשכול נומער 76 פון די אויסגעשפילטע משוגעים נעבעך.

סענעטאר » 15/2/2012 18:58

דא רעדט מען שוין נישט פון דעם משוגענעם טאטן, מ'האלט שוין דא ביים זוהן.

אישור » 15/2/2012 19:04

איצט פארצייל א מעשה פון איינעם וואס האט זיך געשלאגן ארויפצוגיין ביי די חופה

און די ארונישע חיות האבן אים באמאקלט די ביינער ...

אבער ער האט זיך נישט געלאזט און ער האט אויסגעפירט

און יא ארויף אויפן בימה

און ברענג א בילד וואו מען זעהט בחוש אז יענער איז אויפן בימה

און דאס וועט אפן און קלאר צייגן אז די מעשה איז א מציאות


און דו וועסט האבן ארויפגעשמורט אויף די ארונים אזא גוטס

אז זיי וועלן זיך באהאלטן פאר בושה .......


וואס גייט דא פאר מיט ענק רח "ל ?

נפל » 15/2/2012 19:06

אישור דו וואוינסט דאך דארט, וואס איז טאקע פשט פון דעם אז ר' מענדל שטייט אונטן?

אישור » 15/2/2012 19:13

זעהט אויס ער האט נישט פרובירט ארויפצוגיין

ווייל עס האט אים גארנישט געפעהלט אונטן


און בדרך צחות

זעהסט דאך אז אפילו בילדער האט אים נישט געפעהלט דארט ....

לאנצוט » 15/2/2012 19:13

אשכול נומער 76 פון די אויסגעשפילטע משוגעים נעבעך. טאטע מיט'ן זון מיט אלע חסידים. פוסטע משוגעים און אויסגעפשילט. און דאך שפירט איר פאר וויכטיג צו עפענען איין אשכול נאך די אנדערע. די פראגע עגבערט געוואלד: למה.

איגנאריר, וועט דיר זיין געזונטער.

נפל » 15/2/2012 19:17

ווי געזאגט, אויף ליפא שמעלצער עפענט מען אויך צענלדיגער אשכולות טראץ דעם וואס ער איז א פוסטער משוגענער

ברעקינג » 15/2/2012 19:27

אבער קיין ענטפער פארוואס ר' מענדל איז געבליבן אונטן ווען יעדער שמויגער איז געשטאנען אויבענאן

לאנצוט » 15/2/2012 19:59

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי געזאגט, אויף ליפא שמעלצער עפענט מען אויך צענלדיגער אשכולות טראץ דעם וואס ער איז א פוסטער משוגענער

איך גלייב אז צו עפענען 74 אשכולות מוז איינעם זייער שטארק אפעקטירן פערזענליך. און דאס מיין פאינט. פארוואס ווערסטו אפעקטירט דערפון. ס'איז סייוויי משוגעים און אויסגעשפילטע מענטשן.

און דאס אז מענדל איז געשטאנען אונטן איז נישט אזא גרויסע פלא צו עפענען דערפאר אן אשכול. נאך אלעם איז ער נישט מער ווי א פוירסט קאזין. סאו מאי כולי האי.

וואסזשע » 15/2/2012 20:37

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


און דאס אז מענדל איז געשטאנען אונטן איז נישט אזא גרויסע פלא צו עפענען דערפאר אן אשכול. נאך אלעם איז ער נישט מער ווי א פוירסט קאזין. סאו מאי כולי האי. יעצט פיר אויס: משא"כ זיין טאטע דזשיגאן, איז דאך די זיידע אליינס, ווייסע בעקיטשע יוכיח

לאנצוט » 15/2/2012 21:33

וואס דארף מען אויספירן.
מ'האט דא פארקאכט א קאשע און געמאכט א געפערליכע מחלוקה און מענדל טייטלבוים איז געווארן אפגעפראסקעט אויף היידפארק ווייל ער איז נישט אויף די בימה.

קומט לאנצוט און זאגט אז מענדל איז בסך הכל א פוירסט קאזין.
וואו קומט דא אריין זיין טאטע, וואו קומט דא אריין וועלכע קאליר בעקיטשע ער גייט?

רב_הסוער » 15/2/2012 21:42

וואס לאנצוט,  דו זעהסט נישט מענדל האט א ריזיגע בענדעידש אויפן נאז...ביסט בלינד

סענעטאר » 15/2/2012 21:47

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס דארף מען אויספירן.
מ'האט דא פארקאכט א קאשע און געמאכט א געפערליכע מחלוקה און מענדל טייטלבוים איז געווארן אפגעפראסקעט אויף היידפארק ווייל ער איז נישט אויף די בימה.

קומט לאנצוט און זאגט אז מענדל איז בסך הכל א פוירסט קאזין.
וואו קומט דא אריין זיין טאטע, וואו קומט דא אריין וועלכע קאליר בעקיטשע ער גייט?
‎​
 
קומט לאנצוט און זאגט.. איך ווייס נישט וואס טוט זיך מיט מיר! מענדל איז א שוואגער פאר ר' חיים הערש מייזליש און א פורסט קאזין. עס קומט אים נאך אזוי דער אויבנאן ווי פאר דעם עלטער פעטער ר' אהרן.

נארפאקטן » 15/2/2012 21:51

ר׳ מענדל איז א שוואגער אויך

מהר״א שליט״א איז מפאר בראש ווי א זיידע ביי אלע חתונות בבית יבלח״ט אחותו ע״ה ע״פ בקשתה

זי האט דאס געבעטן פון איר טאטן זצ״ל אויך, אבער ליידער.................

וואסזשע » 15/2/2012 22:03

אונטערסאנט נארפאקטן.
ביי שלום אליעזר'ס אייניקלעך חתונות, גייט דער דזשיגאן אויך מיט ווייסע בעקיטשע און ווי א זיידע...

קען זיין אז שלום אליעזר'ל האט אים געבעטן

רב_הסוער » 15/2/2012 22:42

גערעכט, ר' אהרן וואלט געדארפט שוין שטיין אונטען צווישן די מענטשן מיט א היט,

פארפאלן 1+1=מצה טאש

נארפאקטן » 15/2/2012 23:02

וואסזשע, זעט אויס אזוי, והא ראי׳ ביי מאנטריאלער רב גייט ער נישט

רב_הסוער » 15/2/2012 23:03

דער אמת איז אז דער פראבלעם איז נישט אז ר' אהרן איז אויפן סטעידש צו אונטערן סטעידש, צו מיט א ווייסע צו א גרינע בעקיטשע,

זיין פארברעך איז אז ער איז בכלל דארט, וואס האט ער דען דארט צו זוכען, ער וואלט געדארפט כמנהג אבותיו  ביום חפתו פון זיין אייגן משפחה אפיאגן קיין פלארידע און מיט א הוקאפ ארויסווארפן דער ראה"'ק,

פארפאלן דער שייגאץ אהרן איז משנה ממנהג אבותיו, וכל המשנה ידו על התחתונה

לאנצוט » 15/2/2012 23:10

נארפאקטן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואסזשע, זעט אויס אזוי, והא ראי׳ ביי מאנטריאלער רב גייט ער נישט


לויט וויפיל איך ווייס און געדענק, האט אים די שוועסטער מרת חי' ע"ה געבעטן אז נאך איר פטירה זאל ער זיין ווי א טאטע צו אירע קינדער.

איך קען אויך גרינג צוזאמענשטעלן אז דאס איז דער טעם פארוואס כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געהייסן אויפהערן צאלן געלט פאר די קינדער פון ר' בעריש נאך די מחלוקה, ווייל זיי האבן זיך עפעס נישט צוגעשטעלט צו די משה גבאי'ס דורכגעפאלענעם פלאן.

סענעטאר » 15/2/2012 23:32

פריער האט ער ניטאמאל געקענט ר' בעריש'ס קינדער, זאגענדיגט אז מענדל איז בס"ה א פורסט קאזין, און פלוצלינג ווייסט ער שוין צו זאגן אז רעבעצין חי' ע"ה האט געהייסן ר' אהרן קעיר נעמען פון אירע קינדער, און אז ר' זלמן לייב האט געהייסן אויפהערן צאלן (אויב כ'מעג וויסן ווער האט געצאלט און פאר וועם מ'האט געצאלט?)

דייקן » 15/2/2012 23:40

איך שטוין! פאר די לעצטע שטיק צייט זעהט מען דא איינער - גראדע גאנץ א פיינער שרייבער - מצד מהרי"י וועלכע געבט ארויס פונקטליך וואס ביי זיי אין הארץ און קאפ דרייט זיך. הרב שרייבער, ייש"כ.

לאנצוט » 15/2/2012 23:43

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריער האט ער ניטאמאל געקענט ר' בעריש'ס קינדער, זאגענדיגט אז מענדל איז בס"ה א פורסט קאזין, און פלוצלינג ווייסט ער שוין צו זאגן אז רעבעצין חי' ע"ה האט געהייסן ר' אהרן קעיר נעמען פון אירע קינדער, און אז ר' זלמן לייב האט געהייסן אויפהערן צאלן (אויב כ'מעג וויסן ווער האט געצאלט און פאר וועם מ'האט געצאלט?)


דאס אז מענדל איז אונטן צווישן עולם איז ווייל ער איז א פוירסט קאזין.
דאס וואס דער רבי קומט און פירט די חתונה ביי אלע קינדער פון ר' חיים הערש'ן איז ווייל זיין שוועסטער מרת חי' האט אים געבעטן לפני פטירתה. און ער האט איר פארשפראכן. דאס איז שוין באקאנט גאנצע צוואנציג יאר בערך. און יעדער ווייסט עס.

די פרשה מיט די געלט געטיילעכץ איז אויך ידוע, און איך געדענק אז ס'איז געווען אפילו אינעם שמועס צווישן מהרז"ל און מהר"א נאך די פטירה פון מאנטריאלער'ס רב טאכטער ע"ה תש"ס.

דער ברך משה זי"ע פלעגט געבן געלט פאר אלע אייניקלעך יעדן מאנאט. גלייך נאכדעם וואס רז"ל איז אהער געקומען פון ארץ ישראל, האט מען אפגעשניטן די חלוקות פאר אלע קינדער פון ר' בעריש'ן. והדברים ידועים.

סענעטאר » 15/2/2012 23:51

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריער האט ער ניטאמאל געקענט ר' בעריש'ס קינדער, זאגענדיגט אז מענדל איז בס"ה א פורסט קאזין, און פלוצלינג ווייסט ער שוין צו זאגן אז רעבעצין חי' ע"ה האט געהייסן ר' אהרן קעיר נעמען פון אירע קינדער, און אז ר' זלמן לייב האט געהייסן אויפהערן צאלן (אויב כ'מעג וויסן ווער האט געצאלט און פאר וועם מ'האט געצאלט?)

דאס אז מענדל איז אונטן צווישן עולם איז ווייל ער איז א פוירסט קאזין.



זאג עס איבער נאכאמאל אפשר וועט עס ווערן א פאקט. כך הוא דרכה של האהרונים. מענדל איז א שוואגער מיט חיים הערש מייזליש.

וואס נאך האסטו צו זאגן?

לאנצוט » 15/2/2012 23:54

וואס האסטו אפגעפרעגט
וועלכע שוואגער איז אויף די בימה?

לאנצוט » 16/2/2012 00:00

איך האב מורא אז די ווייטאג דא איז אויף עפעס אנדערש, פארוואס דער יונגערער ברידער איז נישט מפאר ביי קיין אין חתונה פון די וועלכע זענען מיט אים.

איך פארשטיי אייער ווייטאג, אבער ביטע מאכט עס קלוג אז נישט יעדער זאל כאפן.

וואסזשע » 16/2/2012 00:11

 לי יהא אז זיין שוועסטער האט אים געבעטן...
האסטו דען א הו"א אז ווען נישט דעם וואלט ער נישט געפירט...
ס'איז דאך א סתירה מיטן אני ואפסי....

לאנצוט » 16/2/2012 00:30

איך בין זיכער אז ווען זיין שוועסטער בעט אים נישט וואלט ער אויך געכאפט דעם אויבן אן, אבער דעמאלט וואלט עס געווען ווייל זיין שוואגער בעט אים.

והא ראי'. אז ביים שוואגער פון מאנטרעאל איז ער א פשוט'ער שוואגער. איז דאך א סימן, אז ווען דער וואס מאכט חתונה רופט אים ער זאל זיין דער "ראש המשפחה" בה' הידועה, קומט ער און פירט די חתונה מהחל ועד כלה, צו דעם רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן ענזשוימענט פון אלע משתתפים.

און די וועלכע זיצן דא אויף היידפארק האלטן עס נישט אויס, און לאזן זיך הערן. און מאכן מיך גוט שפירן דערמיט.

א דאנק אייך פאר'ן לאזן הערן אייערע אינערליכע ציפעניש. עס דערפרייט מיך באמת דאס צו הערן "לייוו".

פישמאן » 16/2/2012 00:43

פרעג דיך נאך ווען ער האט די לעצטע מאל באשיינט א שמחה ביי זיין מאנטראעלער שוואגער,
דער שוואגער האט חתונה געמאכט אין בארא פארק מיט באב"ד ער איז נישט געווען אויף די חופה נישט ביים בענטשן נאר אפאר מינוט געטאנצן אינמיטן די חתונה,

וואסזשע » 16/2/2012 00:44

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין זיכער אז ווען זיין שוועסטער בעט אים נישט וואלט ער אויך געכאפט דעם אויבן אן, אבער דעמאלט וואלט עס געווען ווייל זיין שוואגער בעט אים.

והא ראי'. אז ביים שוואגער פון מאנטרעאל איז ער א פשוט'ער שוואגער, נעוואדע איז ער א פשוט'ע שוואגער, ווייל זיין ברידער קען אויך אהין קומען, איז דעריבער איז ער אויס קאפעליטש מאכער, און אז דו ברענגסט שוין יא א ראי' ברענג שוין פון ר' חיים יושע אויס...

איז דאך א סימן, אז ווען דער וואס מאכט חתונה רופט אים ער זאל זיין דער "ראש המשפחה" בה' הידועה, קומט ער און פירט די חתונה מהחל ועד כלה, צו דעם רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן ענזשוימענט פון אלע משתתפים.
 

לאנצוט » 16/2/2012 00:46

ניין. ביי ר' חיים יהושע וועט ער אינגאנצן נישט גיין צו די חתונה, ווייל ער שפירט נישט אז ער וויל ער זאל קומען.

וואסזשע, אלע דיינע טענות הין און צוריק פירן צו מיין ארגומענט. אז ער גייט דארט ווי מ'וויל ער זאל קומען.
ער איז דער ראש המשפחה ביי די חתונה, דארט ווי מען וויל.

ער פארט נישט קיין ארץ ישראל צו א חתונה, ווען דער אבי החתן דארף אים נישט. און נאכדערצו ווען דער זיידע ר' ישראל האגער איז א מעכטיגער רבי פאר זיך מיט טויזענטער חסידים.

פישמאן » 16/2/2012 00:56

למען הפינקלעכקייט וועל איך דיר זאגן אז ווען דער מאנטריאלער שוואגער האט חתונה געמאכט אין ארמון טערעס, האט ר' אהרן זיך אליין ערלקערט אלס ראש המשפחה ווייל ער האט מיטגברענגט זיינע שלעגערס, אויב די געדעקנסט האט מען דעמלאס אריינגעפירט אין שפיטאל ר' שלמה אבראמאוויטש א נאנטער ידיד מיט מאנטראעלאר רב, ווייל ר' אהרןס חברים האבן אים געבראכן הענט אין פיס, עס איז דא באוויסטע בילדער ווי ר' אהרן טאנצט דארט מיט זיינע חברים בערי דייטש וכדו',
זינט דעמאלס האט דער שוואגער אים געבעטן ער זאל נישט באשיינען זיינע שמחות,
דערנאך ווען דער שוואגער האט חתונה געמאכט אין מאנטרעאל איז ער נישט געקומען, און אויך ביי די חתונה אין בארא פארק באולם עטרת חינקא,
דער מאנטרעאלער רב האט געמאכט תנאים אין בארא פארק דעם ווינטער און ר' אהרן האט נישט באשיינט, און אויך נישט די בר מצוה פון מאנטרעאלער רב מיט אפאר וואכן צוריק אין וויליאמסבורג,
דער מייזליש פון בני ברק איז אויך מוחל די בערישע טובה פון זיין פעטער וואס נעמט אים אוועק די גאנצע אטענשען פון זיין שמחה אבער אסאך ברירות האט ער נעבעך,

לאנצוט » 16/2/2012 01:12

פישמאן.

איך פארשטיי אז עס קרענק דיר עפעס אינערליך אבער דעם מציאות קען איך פארט נישט טוישן. טראצדעם וואס איך האב רחמנות און אפילו מיטגעפיל מיט דיר.

לענין:
אויב מייזעלס איז מוחל די טובה, האט ער א פשוט'ע עצה:
ער רופט נישט. און פיניש. זייער א גרינגע און ביליגע עצה.