די נאכט האבן די רשעי ישראל פון די משטרה הציוניות ארעסטירט דעם וואוילן בארימטען עסקן לשם שמים הר"ר יצחק ווייס הי"ו פון ירושלים.
לויט ווי ר' יצחק דערציילט האבן אין די פאליציי גערופן אינמיטן די נאכט וואו ער איז, און ער האט זיי געזאגט אז ער וועט זיין אינדערהיים אין אפאר מינוט. אנקומענדיג אהיים האבן די פאליציי פארלאנגט אז זיי ווילן ארויפגיין צו אים אהיים אונטערזוכן זיין קאמפיוטער, ר' יצחק האט געזאגט אז ער האט נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב נאר אין אפיס, און ער איז נישט מחוייב זיי צו דאס ווייזן היות ער האט א "פרעסע קארטל" וואס געט אים אטאמאטישער שוץ פון די פאליציי. די פאליציי האט אים דאן געזאגט אז אויב ווייזט ער נישט זיין אפיס קאמפיוטער וועלן זיי אים ארעסטירן, און זיי האבן אים טאקע ארעסטירט און אפגעפירט צו די יאח"ה פאליציי הויפטקווארטיר אין לוד.
אויפן וועג קיין לוד האבן אים די פאליציי דערציילט אז די סיבה פאר זיין ארעסט איז ווייל ער ווערט אנגעקלאגט אין מאכן פאשקעווילן, און פאררופן שטורעמישע דעמאנסטראציעס!
עס לאזט זיך ממש נישט גלייבן וויי ווייט די רשעי ישראל גייען. ווי רבינו שליט"א האט שוין מרעיש עולמות געווען יענעם מוצש"ק ביי די דרשה ווען מ'האט ארעסטירט הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו, אז די רשעים זוכן צו צוברעכן דעם כח פון די חרדים לדבר ה' בעיר ה' שמה, און מיט די צוזאמארבעט פון אפאר מוסרים פון בתוככי המחנה פארלייגן זיי זיך שוין אפילו אויף די שרייבער וואס שרייבן חומר הסברה קעגן די ציונים והנגררים אחריהם.
אין לוד האט ר' יצחק נאכאמאל פארלאנגט זיינע רעכטן זייענדיג א צייטונג שרייבער, און די פאליציי האבן זיך געמוזט בייגן און אים אהיים געלאזט פריי.
כלל ישראל צייגט סאלידאריטעט מיט דעם עסקן נמרץ, און איז מכריז ומודיע: אשרך שנתפסת על דברי תורה. חזק ואמץ!