היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווידיא ליפא זינגט אין די נייע גראסערי ''גארמעט גלאט''

ווידיא ליפא זינגט אין די נייע גראסערי ''גארמעט גלאט''

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2943115

jewishvid » 13/2/2012 01:57

דיןתורה » 13/2/2012 02:09

השם ישמרנו


איז בארא פארק א עיר הנדחת?


וואס זענען די רבנים? וואס זענען די עסקנים? ווי איז יעדע ערליכע יוד


מ'קען מאכען אזא באל בתערבות ר''ל נאכדערצו אין די הייליגע ימי השובבים ואין פוצה פה?


עס ליגט א חוב אויף יעדן יוד מוחה צו זעהן אויף די מעשה נבלה
אין אויב וועט דער געשעפט אנהאלטן מיט די עצת בלעם וועט קיין שום יוד נישט מעגן אריינגיין אין די נייע געשעפט

דיןתורה » 13/2/2012 02:12

איך ווייס נישט אויב איך מעג עס זאגען


אבער ווי עס קוקט אויס איז ליפא שמעלצער א זעלטענע חוטא ומחטיא את הרבים


אדרבה קען איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

קליפ » 13/2/2012 02:33

* width="700" height="386"><*

קליפ » 13/2/2012 02:35

* width="700" height="386"><*

פאפיטעס » 13/2/2012 04:05

א שרעקליכע געמיינער תערובת דארט.

גראדע זעהט מען אויך דארט אפאר באוויסטע מנובלים אינעם תערובת.

קליפ » 13/2/2012 05:19

דיןתורה » 13/2/2012 21:14

קליפ


מעגסט זיך שעמען פארן אפכאפען אזא כינוס לר..... אין עס מפרסם זיין

קליפ » 14/2/2012 00:07

Rabbi Yosef Rosenblum, shlita, Rosh Yeshiva of Shaarei Yosher
[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 14/2/2012 00:12

Kosover Rebbe Rabbi Shrage Favish Hager
[בילד – נישט אפגעהיט]

פייוויש » 14/2/2012 01:10

וואס דרייט איר אלע א קאפ דא? גרעסטע מחטיא את הרבים.. א געמיינער אינג... ער איז געדינגען געווארן צו זינגען און ער זינגט. מענטשן שטייען בלויז און קוקן, מ'טאנצט נישט, מ'זינגט נישט. אלעס איז זייער פיין נארמאל. 

דיןתורה » 14/2/2012 01:12

מען דארף ווייזן פאר די רבנים די קליפ פין תערבות'דיגע חינגא


איך וואלט נישט געגלייבט אז אזא טמא'נא מושב ליצים קען פארקומען אין בארא פארק אין קיינער נעמט נישט די מי צו אינפארמירן די רבנים אין שטאט

דיןתורה » 14/2/2012 01:21

פייוויש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס דרייט איר אלע א קאפ דא? גרעסטע מחטיא את הרבים.. א געמיינער אינג... ער איז געדינגען געווארן צו זינגען און ער זינגט. מענטשן שטייען בלויז און קוקן, מ'טאנצט נישט, מ'זינגט נישט. אלעס איז זייער פיין נארמאל. 


קוקט נאר ווי מענטשן קענען רעדן ה''י


מען קען מאכען א צוזאמקום ווי אנשים ונשים שטייען צוזאמען אויף א הפקירת וואס איז נאכנישט געווען ביים היימישען ציבור אין מיר דרייען א קאפ.......


ווי ליגט דיין קאפ?

פייוויש » 14/2/2012 01:37

זאג. פון וועמען מאכסטו דא פורים? עס קומען פאר אזעלעכע "חונגא'ס".. צוויי מאל א חודש און מ'הערט זיך צו ווי א זינגער זינגט. נו, מה כל הרעש???

רבנים.... וועלעכע רבנים גייסטו אויפשטורעמען? וואס האב איך מיט דיין רבי און וואס האט ליפא מיט מיין רבי? וואס האט די ב"פ גאס מיט רבנים. בקיצור, דיינע "השם ירחם'דיגע" און "עיר הנידחת'דיגע" לאזונגען וועט קיין סאך נישט איבערדרייען. לאז געמאכט. אז די ווילסט נישט, גיי נישט.

דיןתורה » 14/2/2012 01:42

אפשר זאגסטו מיר נאך א פאל ווי עס איז פארגעקומען אזא גרויליגע תערוב'דיגע באל אין א היימישע געגנט?

פייוויש » 14/2/2012 01:45

זיי זיך מער מסביר אין אידיש. וואס מיינט דאס "גרויליגע תערוב'דיגע באל"? בקיצור נמרץ אויפן אידישן שפראך.

דיןתורה » 14/2/2012 01:57

וויאזוי ריפסטו אן א גרויסע פלאץ ווי א מאן שטייט אין זינגט פאר מאסען נשים


אין וואיזוי רופסטו אן א גרויסע פלאץ ווי מענער אין פרויען שטייען צוזאמען אין הערן זיך צו מוזיק


מן הסתם א כינוס לש''ש?

SatmarBum » 14/2/2012 13:01

איך האלט עס איז כדי אלע גראסעריס זאלען האבען מחיצות . עקסטרע אייעלס פאר מענער אין עקסטרע פאר פרויען
עס קומט פאר שרעקליכע תערובות אין די עיר הנדחת יעדער פרייטאג ביי שאאפיננג מען שטיפט אין געדרענג אין 
די אייעלס עס איז א שרעקליכע פריצות ווען דער נייע גראסערי זאל האבען מחיצות וואלט דאס נישט געשעהן...

דיןתורה » 14/2/2012 20:04

ביזטו טאקע אזוי מגושם?


די זעהסט נישט קיין חילוק פין א גראסערי, ביזן מאכען א פארברענג בתערבות אויף אזא פארנעם?

געגאנגען » 14/2/2012 21:10

פייוויש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבנים.... וועלעכע רבנים גייסטו אויפשטורעמען? וואס האב איך מיט דיין רבי און וואס האט ליפא מיט מיין רבי? וואס האט די ב"פ גאס מיט רבנים.


רעב פייוויש, איך האב פאר אייך נייעס. 2,000 יאר צוריק האט מען גענוצט גאנץ ענליכע ווערטער, "מאי אהני לן רבנן", גיי קוק אויף פונקטליך וואס עס מיינט, אויב דו ווייסט נישט.

ס'איז אמת אז גיין אין גראסערי קען אסאך מאל ווערן פראבלעמאטיש, אבער די קליפ וואס ליגט דא איז ממש א גרויל און א עקל.

elmonsey » 14/2/2012 23:40

די אלע משוגעים וואס האבן א פראבלעם מיט תעריבות וכו' פרעג איך וואס זיכען זיי בכלל אויפן אינטערנעט?!?!?!?!

upstate1 » 15/2/2012 05:47

נישט יעדער איינער וואס איז אויפן אינטערנעט ליגט אין שמוץ זייער אסאך אידן האבן דזשעי נעט און זיי דארפן עס האבן פאר ביזנעס

תוקן על ידי upstate1 ב- 15/02/2012 05:48:26

SatmarBum » 15/2/2012 05:57

upstate1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט יעדער איינער וואס איז אויפן אינטערנעט ליגט אין שמוץ זייער אסאך אידן האבן דזשעי נעט און זיי דארפן עס האבן פאר ביזנעס

תוקן על ידי upstate1 ב- 15/02/2012 05:48:26




יוטוב איז געבלאקט דורך דזשעי נעט. דער ווידיא איז אויף יוטאב. אלי מאנסי איז גערעכט. וואס זוכט מען אויפן אינטערנעט?

upstate1 » 15/2/2012 06:09

SatmarBum כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט יעדער איינער וואס איז אויפן אינטערנעט ליגט אין שמוץ זייער אסאך אידן האבן דזשעי נעט און זיי דארפן עס האבן פאר ביזנעס

תוקן על ידי upstate1 ב- 15/02/2012 05:48:26




יוטוב איז געבלאקט דורך דזשעי נעט. דער ווידיא איז אויף יוטאב. אלי מאנסי איז גערעכט. וואס זוכט מען אויפן אינטערנעט?



נישט וואס זיכט מען אויפן אינטערנעט וואס זוכט מען אויף יו טאב

elmonsey » 15/2/2012 17:22

upstate1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט יעדער איינער וואס איז אויפן אינטערנעט ליגט אין שמוץ זייער אסאך אידן האבן דזשעי נעט און זיי דארפן עס האבן פאר ביזנעס

תוקן על ידי upstate1 ב- 15/02/2012 05:48:26




for business not to sit on hydepark

דיןתורה » 16/2/2012 02:09

אלעס גיטע תירוצים, יו טוב היידפארק


אבער דאס ענטפרט נישט גארנישט וויאזוי אזא זאך קען געשעהן אין א היימישע געגנט אין קיינער נעמט נישט די מיה צו אינפארמירן די רבנים,