היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע! קונטרס הפרד נא - בענין בעלז מחילה

נייע! קונטרס הפרד נא - בענין בעלז מחילה

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2942705

קנאקעדיק » 10/2/2012 04:17

http://ow.ly/d/uPI



תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 10/02/2012 04:17:29

צאן_ברזל » 10/2/2012 15:32

ר' שמואל שלמה,
איך בין א גרויסער חסיד פון דיינע דרשות און ארטיקלען, אבער לדעתי די לאנגע לאנגע דרשה יעצט נישט אויסגעפעלט, ווייל דאס ווייזט נאר אז מיר זענען אינגאנצן צומישט און צוחישט, ממש "נבוכים הם בארץ סגר עליהם המדבר"...
דער ארטיקל "די שלום אין א ניכטערן בליק" איז פיל בעסער פון די לאנגע פארפלאנטערדיגע דרשה...

משהלע » 10/2/2012 17:39

דו פארגעסט אז די דרשה איז געזאגט געווארן פאר בחורים, איך האלט אז די דרשה איז אין פלאץ, און זייער בארעכטיגט, כולו ממתקים וכולו מחמדים, רבי שמואל שלמה, חזק ואמץ!!!

רבי_יונה » 10/2/2012 17:59


די אלע דרשות און קונטרסים זענען א ברכה לבטלה.

יעדער חסיד וואס באלאנגט צו א קרייז דארט בלייבט ער , אפילו אויב זיין רבי באזוכט דעם אנדערן רבין.

נאכ'ן סאטמארער רבינ'ס באזוך אין נתניה ביים קלויזענבורגער רבי'ן , איז נישט בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד פון ארץ ישראל אדער פון חוץ לארץ אלס גאסט אין ארץ ישראל צו פארן קיין נתניה.

וויפיל טויזענטער סאטמארער חסידים טרעטן צו צו די ימים נוראים אדער א שמחה און עס פאלט זיי ניטאמאל ביי צו געבען אדער שיקן א קוויטל פאר די אדמורי''ם פון טאהש, פשעווארסק, סקולען, סקווירא וכדומה.

אוודאי דארף מען חזר'ן די שיטה הקדושה פון איסור השתתפות בבחירות, איסור פון נעמען געלט מממשלת הכופרים,
איסור הליכה לכותל, אבער צו טומלן איבער א באזוך ביי א צווייטן רבי'ן איז אבסורד און צייט פארברענגעניש.

רבי_יונה » 10/2/2012 18:04


אלע האטליינס , אלע דרשות , אלע קונטרסים זענען לצור על פי צלוחית.

סאטמארער רבי שליט''א גייט באזוכן זיין שוואגער בעלזער רבי שליט''א , און עס וועט גארנישט פאסירן.

מאכט אלע שלום מיט'ן מציאות, און פאנטאזירט נישט אז ''יעצט'' גייט מען איינעם ווייזן אדער מסדר זיין.

רבי_יונה » 10/2/2012 18:23

קיינער האט נישט איינגעטיילט פאר'ן הייליגען דברי יואל זצוק''ל ביי זיינע קבלות פנימער אין ארץ ישראל אין יארן פון תשי''ב, תשט''ו ,תשי''ט און תשכ''ה צי מען זאל זיך באנוצן מיט ''משטרת מדינת ישראל'' די אכזרים ורשעים צו האלטן ארדענונג ביי די קבלות פנימער , טראץ וואס די זעלבע רשעים האבן דאן געפייניגט מיט אכזריות דעם צדיק וקדוש רבי עמרם בלוי זצוק''ל און אויך אנדערע קנאים.


און קיינער וועט נישט איינטיילן פאר הגה''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועמען יא צו באזוכן און וועמען נישט.

רבי_יונה » 10/2/2012 18:30


ר' ב. שווארץ פון וויליאמסבורג וועלכער איז אין תשמ''א ארעסטירט געווארן פאר'ן אריינטראגען א שטינק באמבע אין זאל אין בארא פארק וואו דער בעלזער רבי האט געפראוועט א גרויסן שבת שקלים - דער זעלבער ר' ב. שווארץ פירט יעצט אן א האטליין קעגען בעלז.

טייערער ר' ב. שווארץ , דער באן איז שוין לאנג אוועקגעפארן.

דער באזוך גייט צושטאנד קומען , און עס וועלן אי'ה נאכפאלגען באזוכן פון אנדערע אדמורי''ם ורבנים ביים בעלזער רבי'ן.

אויב איר האט איבעריג געלט און צייט קענט איר פארזעצן מיט'ן האטליין. עס וועט אבער גארנישט משנה זיין.

גרוינים » 12/2/2012 03:35

דער קונטרס איז ממש געוואלדיג אפשר די נאמען איז אביסל צו עקסטרעים אבער די תוכן איז געוואלדיג קלאר און הונדערטער אידן וואס האבן נישט יורד געווען לדעתו פון רביה"ק זי"ע האבן זיך אויסגעקלארט אין ריכטיג קנאות ווי ער ברענגט דארט דעם חת"ס אז דער מלחמה אין אידישקייט רעגן די נעלאגען איז נישט קיין מלחמת אדם באדם 
ווער רעדט נאך אז דא האט ער איבערגעבעטן מיט אזא השפלה עד למאוד געשיקט 10 שענסטע דיינים און דער גבאי האט געזאגט דברי חרטה מיט אזא בזיון אישית וואו איז דא גערעסערע רשעות ווי יעצט מבזה זיין מער ווי ביז יעצט בפרט מיט הענגען די אלטע קול קורא
 פון די אנדערע זייט הער איך אז טראץ וואס ספארשטייט זיך אז די חומה בעניני דת בלייבט די זעלבע פאר א באזיך ווי נאך א באזיך דאך איז נישט אין פלאן צו מאכן צו א גרויסע טראסק און לויט ווי איך הער האט דער רבי געבעטן (מוז נישט זיין אמת אבער כך שמעתי) סזאל נישט זיין ברבים כדאי די טועים זאלן נישט אויסטייטשן אז מצוברעכט עפעס די חומת הבדלה בעניני השקפה
אבער קיינער ווייסט נישט וואס סוועט למעשה זיין איז אבער זייער קלאר ממה נפשך דער קלארער מהלך אז די חומה איז אטאמאטיש פאר ווער עס נויגט זיך פון עניני השקפה ווי ר' יונה האט שוין געשריבן דא אז  נאכ'ן סאטמארער רבינ'ס באזוך אין נתניה ביים קלויזענבורגער רבי'ן , איז נישט בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד פון ארץ ישראל אדער פון חוץ לארץ אלס גאסט אין ארץ ישראל צו פארן קיין נתניה.
 
זאל דער אויבעשטער העלפן אז סזאל שוין זיין ילמדו טועים בינה וישובו אל אישי של בעלז הראשון דאן וועט די חומה אינגאנצען נתבטל ווערן מאיליו בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
 

רבי_יונה » 12/2/2012 17:18


איז דען בייגעפאלן פאר א סאטמארער חסיד צו גיין מיט א קוויטל אדער צו נעמען א ברכה פון גערער רבי'ן שליט''א נאכדעם וואס מרן מסאטמאר שליט''א האט איהם באזוכט אין ארץ ישראל?

ווייסט איינער פון איין פאל וואס א סאטמארער חסיד איז געווען ביים גערער רבי'ן , צוליב'ן רבינ'ס באזוך ביי אים אין שטוב אין בני ברק?

רבי_יונה » 12/2/2012 17:24


דער גאנצער גדר וואס סאטמארער רבי שליט''א האט גענומען אויף זיך נישט צו טרעפען זיך מיט גיסו בעלזער רבי שליט''א אין די לעצטע 30 יאר , איז געווען אן אייגענע חומרא משום כבודו פון דודו הגדול מרן מהר''י ט''ב זי''ע.

אינעם קול קורא פון תשמ''ב איז נישט געשטאנען איין ווארט איבער אן איסור פון א שוואגער זיך צו טרעפן אדער באזוכן ביים צווייטן שוואגער אלס א משפחה קירבות. 

אצינדער נאכ'ן מעמד בקשת מחילה על קברי רבותינו הקדושים מסאטמאר זיעוכי''א , איז הפה שאסר הפה שהתיר.

רבי_יונה » 12/2/2012 17:29

ווייסט איינער פון א סאטמאר-צאנז קלויזענבורג אדער א סאטמאר-גער שידוך צוליב די באזוכן ביי די אדמור''ים?

רבי_יונה » 12/2/2012 18:00


און זאגטס נאר , לכבודו פון  די רעביצין הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט''א טאר מען נישט עפעס פארקוקן?

האט מען דען נישט מכבד געווען אין סאסטמאר, אין די  יארן פון תשל''ג ביז תשל''ט, מיט אן עליה אום יום הקדוש א מחלל שבת, בלויז ווייל ער איז געווען א קרוב מיט די הייליגע רעביצין ע''ה?

איזראלי » 12/2/2012 18:12

לויט מיין אינפארמאציע איז דער קרוב פון די רבי'צין נישט געווען א מחלל שבת אדרבה ער איז געווען א שומר תורה ומצוות נאר א גרויסער ציוני.

רבי_יונה » 12/2/2012 18:18

איזראלי, איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט.

איך געדענק ווי יאר איין יאר אויס אין יום הקדוש פלעגט ר' איסר גריפעלד ע''ה פארהאלטן ר' אפרים ניימאן ע''ה ( א מקורב ביי די רעביצין ע''ה)  היתכן מען גיט אן עליה אין סאטמער אין יום הקדוש פאר א מחלל שבת?

רבי_יונה » 12/2/2012 18:25


און דער ציבור האט זיך געביסן די ליפן און געדארפט שווייגען.

סקאטמאלען » 12/2/2012 18:25

א גרויסער חבל אז דער נאמען פונעם קונטרס איז נישט "אל נא תהי מריבה", א קעפל פון א ספר איז אסאך מאל וויכטיגער ווי דער אינהאלט,
א שאד א שאד, מיט איין נארישקייט קען מען פארפאטשקען אזא געלונגענע תוכן, עס וואלט פונקט אזוי ווען געקענט רעפלעקטירן דער תוכן און ווען געהאט דער פארקערטער און ריכטיגער אפקלאנג,

רבי_יונה » 12/2/2012 18:30


אפאר אינגאלעך וואס פארשטיען צו קנאות, ווי איך פארשטיי צו אסטראנאמיע, באפאסן זיך מיט די קונטרסים.

זיי פארשטייען נישט אז אלעס איז א ברכה לבטלה.

דער באזוך ביים בעלזער רבי'ן שליט''אגייט אי''ה צושטאנד קומען, און קיין שום דרשה , קונטרס , האטליין א.ד.ג. וועט דאס נישט משנה זיין.

ליינט מיינע פריערדיגע קאמענטארן וישמע חכם ויוסיף לקח.

outspoken » 12/2/2012 18:42

לאמיר דא שרייבען אפאר הערות

ער לייגט אראפ ר' משה ארי' ז''ל ווי א ווילדע מענטש וואס האט אום באקוועם געמאכט.

לייגט אראפ בעלז ווי אנדערע אגדות'דישע קהלות און טוט איגנארירן אז זיי האבן צוברעכען די די כח פונם עדה החרדית און די חרם הקדמונים וועגן לערנען אין ירושלים פרעמדע שפראכען(ער איז געווען די עמלק אשר קרך) אויך האט ער נישט איבערגעבעטן די תלמידי החת''ס. (בעלי השיטה)

שרייבט אז אינז האמיר גארנישט פונם שלום, ווען ס'קלאר אז די מהר''א  פארטיי קענען קוים ווארטען אז די שוואגערס זאלען זיך טרעפען.

ער לייגט אראפ וועגן ר''א קוטלער און ער טוט איגנארירן, אז רביה''ק האט נישט געוואלט צוריקשרייבען א לשנה טובה וויינטש פאר הרה''ק ר''א און מ'האט געוואלט אז רבה''ק זאל גיין צו זיין ציון תשכ''ה און ער האט נישט געוואלט.

 יעדער בר דעת פארשטייט אז ס'איז א גרויסע חילוק ווען איינער האלט אנדערשט, צו ווען איינער טראגט די פאן פון די גרעסטע לוחמים פון הבדלות מרשעים און התחדשות, און אין יעדע שטאט ווי ס'דא א בעלזה מוסדות ליידט מען פון זיי, ווייל בשעת יעדער מוסדות שלאגט זיך מיט די ריגירונגן נישט צו טוישען די דרך המסורה זענען זיי די ערשטע צו צוברעכען די כח פון די ערליכע מוסדות.

געגאנגען » 12/2/2012 18:50

רבי יונה, איך האב עפעס זייער א שטארקע חשד אז דו האסט אדער נישט געליינט דעם קונטרס, אדער האסטו נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס דארט שטייט.

איך האב גוט דורכגעליינט דעם קונטרס און איך זע דארט אינגאנצן נישט קיין ווארט וואס זוכט כאילו אפצושטעלן סיי וואס, און אויב דו חלומ'סט פאר איין סעקונדע אז א דרשה פון סיי וועמען (אדער 56 היידפארק תגובות, אז מ'רעדט שוין...) וועלן האבן דאס מינדסטע השפעה לכאן או לכאן אויף די החלטה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, דאן ביזטו בכלל אין די ראנג חסידות/פארטיי/פארום וכו'...

לויט קוצר דעתי איז קלאר פאר יעדן בר דעת אז כ"ק מרן רבינו שליט"א גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער, דער בעלזער רבי, ביי זיין יעצטיגן באזוך אין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א האט מערערע מאל געענטפערט אויף אלע פרואוון אז ער וועט אים נישט טרעפן ביז ווען ער שיקט א מנין איבערבעטן רביה"ק זי"ע. ער האט געשיקט, און יעצט וועט אים דער רבי גיין באזוכן. ענד אף סטארי.

און צוריקגעשמועסט, אין דעם פאל, נאך וואס יענער האט למעשה געטון אקוראט וואס די הלכה פארלאנגט, האלט איך לענ"ד אז דער רבי שליט"א מוז אים גיין באזוכן, פשוט כדי צו צייגן קלאר אז ביי אידישע קינדער איז די הלכה קובע, "ואין אומרים לו לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים". פינטל.

איי, ער טוט פארשידענע זאכן וועלכע זענען מנוגד צו דעם דרך התורה און דרכי 'אבותיו ורבותיו' הקדושים? ער איז לדאבונינו נישט דער איינציגסטער. די זאליס און בני יואל וועלן קומען מיט פשעטלעך כאילו עובר זיין אויף איין איסור איז ערגער ווי עובר זיין אויף אן אנדערן איסור, אבער דאס איז בלויז נארישע געפילן, וואס ביי טייל מענטשן איז עס געטריבן פון פארדארבענע מידות (די "רבינו סר מן הדרך" קליקע), און ביי אנדערע איז עס נישט מער ווי א צודעק אויף פאליטישע חשבונות (עמיצער האט מיר געזאגט אז דעם בעלזער'ס גרעסטע עבירה היינט צו טאגס, איז דאס וואס ער איז א שוואגער מיט כ"ק רבינו שליט"א).

און פונקט ווי רבוה"ק זי"ע האבן זיך אלעמאל געטראפן מיט אנדערע מנהיגים וועלכע זענען פארקראכן פון ארגינעלן אידישן דרך אין מאורעות הזמן, איז ער יעצט, נאכ'ן איבערבעטן, גארנישט אנדערש ווי די אנדערע.

מיט דעם אלעם האט זיך פארלאנגט די מייסטערהאפטע דרשה פון הרה"ג ר' שמואל שלמה, און טאקע דייקא מיט'ן קעפל פון "הפרד נא". פשוט כדי דער יעצטיגער באזוך זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אלס 'מער' ווי די באזוכן פון אונזערע רבי'ס מיט אנדערע אגודי'סטישע גדולים - אקוראט ווי רבי יונה האט געשריבן, אז קיינער איז נישט געווארן קיין קלויזנבורגער נאכ'ן באזוך פון רבינו שליט"א אין נתני'.

דער שטארקסטער פונקט פון דעם קונטרס איז לכאורה דאס וואס ער ברענגט ארויס אז נישט סאטמאר זענען די וועלכע מאכן דעם פירוד. סאטמאר איז געבליבן שטיין אויפ'ן זעלבן ארט וואו רבותינו הקדושים, און גאנץ כלל ישראל, זענען געשטאנען פאר הונדערטער יארן צוריק, און דוקא די וועלכע זענען אוועקגעגאנגען פון דעם דרך, זיי האבן גורם געווען דעם פירוד. טראץ וואס יענע פרובירן אלעמאל צו שרייען אז סאטמאר זענען די בעלי מחלוקת.

אבער ווידער, ווי ער צולייגט דארט בטוטו"ד, דאס מיינט נישט אז מיר האלטן מיט יענע 'מלחמה'. נאך אלעם זענען זיי נישט קיין כופרים חלילה, מיר מוזן יא זיין אפגעזונדערט פון זיי. ווי די ווערטער פון רביה"ק זי"ע אויף הפרד נא מעלי.

דער פירוד אין דעם פאל איז דער תנאי קודם למעשה פונעם "אל נא תהי מריבה".


און דאס איז לענ"ד געווען דער ציל פונעם קונטרס. גארנישט עפעס אנדערש.


תוקן על ידי געגאנגען ב- 12/02/2012 18:53:33

רבי_יונה » 12/2/2012 19:03


די דרשה פון הרב טעללער שליט''א זענען ריכטיגע רייד , בשעת זיי זענען געזאגט געווארן עטליכע טעג נאכ'ן מעמד הפיוס.

אויף וועמען הרב טעללער'ס דרשה האט אן השפעה און ווער עס האט דאס געוואלט הערן האט דאס געקענט הערן בשעתו אויף ''קול סאטמאר'' און טויזנטער האבן דאס טאקע געהערט און באקומען א קלארקייט.

אבער אפצודרוקן די דרשה אין א קונטרס און דאס מפיץ זיין עטליכע טעג איידער דער רבי שליט''א פליהט אפ, איז מעשי ילדות און א טפשות וואס דארף פארדאמט ווערן אויפ'ן שארפסטן אופן.


געגאנגען » 12/2/2012 19:10

we will agree to disagree.

מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון עפעס וואס איז פארגעקומען צוויי יאר צוריק (זעסט דאך אז אזויפיל מער מענטשן זענען ערשט יעצט געוואויר געווארן דערפון).

עניוועי, ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן דא (באלד וועסטו נאך מיינען אז איך האב געהאט עפעס מיט פארשפרייטן דעם קונטרס...). איך האלט נישט אז דאס פארשפרייטן דעם קונטרס האט געהאט א ציל מער ווי די דרשה זעלבסט, ארויסצוברענגען סיי דעם הפרד נא און סיי דעם אל נא תהי מריבה. וזהו.

רבי_יונה » 12/2/2012 19:13

איסור פון השתתפות בבחירות הטמאות איז ביהרג ואל יעבור לויט'ן ספר הקדוש ויואל משה.

אויב דאס האט נישט אפגעהאלטן לרומם קרן הרב ש''ך ז'ל סיי מיט'ן באשרייבן אים אין ''איד''  נאך זיין פטירה ווי א גדול הדור, און סיי מיט'ן כסדר ציטירן זיין הספד אויפ'ן רבי'ן זי''ע , זענען די אלע טענות פון צעברעכן כח העדה החרדית, לערנען ענגליש וכדומה כקליפת השום.

אוודאי איז חלילה אסור ללמוד ממעשיהם , אבער איינצושטעלן אייגענע געפילישע איסוריםאיז פאלש און האבן קיין שייכות מיט תורתינו הקדושה.

רבי_יונה » 12/2/2012 19:29

הרב ש''ך זצ''ל איז נישט געווען בלויז א חותם לבחירות הטמאות , נאר א מייסד פון א פארטיי צום כנסת המינים.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט ר ' משה לייב דייטש געהאט אן ארטיקל אין ייאידיי מיט די ווערטער ''הרב שך זצ''ל'' אינעם קעפל.

לויט'ן ספר הקדוש ויואל משה מעג מען שרייבן ''זכר צדיק לברכה'' אויף א מייסד פארטיי לכנסת המינים?

רבי_יונה » 12/2/2012 19:46

דעם נתינת כבוד פון רבינו הקדוש מרן מהר''י ט''ב מסאטמאר זצוק''ל אין יאר תשכ''ה פאר'ן בית ישראל מגער זצ''ל מיט'ן ארויסבאגלייטן דעם גערער רבי'ן נאך א ביקור גומלין און ווארטן אינדרויסן  ביז דער גערער רבי זצ''ל פארט אוועק (אזויווי מען זעהט אויפ'ן באקאנטן בילד) - איז דער בעסטער צוריקשליידער פאר אלע אויבער חכמים און מקטריגים.

אין יאר תשכ''ה האט שוין דער גערער רבי זצ''ל געהאט גע'חתמ'ט צו די טמא'נע בחירות 4 אדער 5 מאל און מכשיל געווען רבבות מחסידיו מיט איסורים פון יהרג ואל יעבור. האט דאס עפעס אפגעהאלטן רבינו הקדוש זי''ע פון חולק זיין כבוד גדול פאר'ן גערער רבין זצ''ל?

רבי_יונה » 12/2/2012 19:53

די הסתלקות פון בית ישראל מגער זצ''ל אין תשל''ז איז געווען די הויפט נייעס אין ''איד'', כאחד מצדיקי הדור

FiveBoro » 12/2/2012 21:47

רבי יונה, ביטע טויש פעסווארד.

רבי_יונה » 12/2/2012 22:03


וואס עפעס?

FiveBoro » 12/2/2012 22:18

עמיצער האט זיך אריינגעכאפט אין דיין ניק, און שרייבט תגובות אויף תגובות. יעדע פאר מינוט, ווען עס פאלט אים ביי נאך א געדאנק, גיט ער עס א שרייב אריין אין א פרישע תגובה, אויף דיין נאמען.

עס פרשעהמט זייער דיין ניק.

רבי_יונה » 12/2/2012 22:31


לא מינה ולא מקצתיה. איך שטיי מיט א פעסטקייט אונטער יעדע תגובה.

אדרבה , האסט אן אנדערע מיינונג, לאמיר זיך מתוכח זיין.

FiveBoro » 12/2/2012 22:39

און צום קונטרס הפרד נא:

די דרשה פון הגרש"ש טעללער איז בשעתו געווען א שטארקער דערלייכטערונג פאר פילע אידן, היימישע און נישט-היימישע וועלכע האבן נישט געוויסט אליינס וויאזוי צו טראכטן, און ער איז געקומען קלארשטעלן די מהלך, עפ"י דרך אבותינו ורבותינו ורבותינו, אויף א קלארן און וואונדערבארן פארנעם, ולפי דבריו איז ער געווען מצווה ועומד מיט יעדן פרט וואס ער האט ארויסגעברענגט.

כאטש דאס איז טאקע געווען אויף קול סאטמאר, און טויזנטער אידן האבן עס שוין געהערט און הנאה געהאט, איז לדעתי א גאר גוטע זאך דאס צו דרוקן און פארשפרייטן וואס מער, און פארשפארן דעם וועג פון די אלע מחרחרי ריב, אלע נטורי קרתא'ס למיניהם, צו די פילעפ'ס, די קלאר'ס, די שווארץ'עס, די חיים הערשל'עך, די צדיקים לבית איבראן, וכל שאר גדולי התורה 2012 שליט"א, אשר כבודם במקומם מונח, אבער בימי רביה"ק זי"ע וואלטן זיי גאר אסאך צער געהאט פארוואס די רבי ז"ל איז נישט משיג זייער טיפער פארשטאנד אין מלחמת הדת...

אשריכם מזיכי הרבים.

רבי_יונה » 12/2/2012 22:54


דער חכימא דיהודאי ר' סענדער דייטש ע''ה פלעגט זאגען ביי אזא פאל: איגנארירן מיינט נישט קאפיטעלירן.

יעדע קונטרס, דרשה איבער די נושא איז ווי לופט צום אטעמען פאר די מטורפים וחולי נפש.

FiveBoro » 12/2/2012 23:10

רבי יונה, ווען איינער איז קלאר ביי זיך, האט ער נישט מורא צו רעדן.

די אלע חשבונות פון איגנארירונגען, זענען גוט פאר די קלוגע אידן וואס האבן א אויפגאבע מסביר צו זיין יעדע דבר העבר אלס א דירעקטע אויסגערעכנטע מהלך...

אונזער מהלך איז גענוג קלאר ב"ה, ברויכסט נישט אזוי מורא האבן אז איינער וועט מיינען אז [כווייס נישט וואס].

רבי_יונה » 12/2/2012 23:52


התקבלתי.

FiveBoro » 13/2/2012 00:05

היינו שבחייהו.

בשמחה_תמיד » 13/2/2012 03:27

ביטע נישט שרייבן מערערע קלענערע תגובות יעדע פינף מינוט. עס מאכט נערוועז די ליינער

outspoken » 13/2/2012 03:45

איך האב געהערט פון א איד פונם פריעדיגן דור, אז רביה''ק ווען ער איז געגאנגען באזיכען רבנים (רוב מאל אין חוה''מ וויל ער האט נישט געוואלט טרינקען ביי זיי א שלינג וואסער, כיודע) איז ער געגאנגען ווי א sales man פארן באשעפער און נאר געארבעט אויפצו ווייזען אז ציונות איז טריפה, אבער היינט טרעפט מען זיך איין רבי מיטן אנדערע לשם ''שפילן רבי''.

דער איד האט זיך באקלאגט אז ס'דא רבי'ס(ווי למשל פון א. ) וואס האבן נישט קיין מוסדות וואס זיי דארפן אנקומען צום אש''ל, און לויפן סיי מהר''א און סיי צו רז''ל , זיי וואלטן געקענט עכ''פ טרייען צו רעדען אדער מוחה זיין אז מ'זאל ארויסגיין פון ערכאות ,אבער ס'גרינגער צו פארציילען א מעשה און עסען טרויבען. וכדי בזיון


פאפיטעס » 13/2/2012 04:38

איך האלט אויך אז די אלע קונטרסים און דרשות איז מעשי ילדות, מען דארף דאס אלעס אריין טראסקענען אין גארביטש.

לאז די זאליס זיך ווייטער הרג'ענען צווישען זיך, און לאמיר שטיין און שמייכלן פון דער זייט.

האנדא » 13/2/2012 19:58

כ''ק רבינו שליט''א האט היינט געהאלטען א פלאם פייערדיגער דרשה, און די ישיבה בנוגע די באזיכען וואס ער גייט אפהאלטן ביי די אדמור''ם און ארץ ישראל, ער האט געזאגט בתוך הדברים:

אז ער פארט איין ארץ ישראל, די בחורים זאלן זיצן און לערנען.

ווען מ'פארט אויף א"י איז דער מנהג פון פעטער ז"ל צו גיין באזוכן די ארטיגע רבנים. כאטש דער פעטער ז"ל האט זיך אויף זיי אויסגעדריקט מיט שארפע לשונות, און בשנת תשמ"ב נאך די לבנון מלחמה האט דער טאטע ז"ל אנגערופן די חסידי'שע רבי'ס וואס האבן געשיקט סאלדאטן, מיטן נאמען רוצחים, אבער דאך איז מען זיי געגאנגען באזוכן.

אויך יעצט ווען מען גיין באזוכן פרעמדע רבנים, אבער מ'מיינט חלילה נישט קיין שום טויש אין די מלחמה לה' בעמלק פון פריער,

מ'דארף אלעס אנהאלטן מיטן שארפסטן אופן, צו זיין דערווייטערט פון די חסיד'ישע ציוניסטן און אגודיסטישע רבי'ס פונקט ווי פריער. ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וועט נישט פארשטיין

צאן_ברזל » 14/2/2012 16:58

ר' שמואל שלמה,
דא ווערט געברענגט א קאפי פון די תשובה אויף דיין קונטרס
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2943585&forum_id=771

גרוינים » 19/2/2012 10:15

SatmarBum » 19/2/2012 14:25


http://www.scribd.com/doc/82092208

Untitled * id="doc_73965" name="doc_73965" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <*
http://www.scribd.com/doc/81976061

Untitled * id="doc_84688" name="doc_84688" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <*