היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעם היסטארישן אינטערוויא מיטן הגה"ק, הרא"ט אין זיין גירסה די...

דעם היסטארישן אינטערוויא מיטן הגה"ק, הרא"ט אין זיין גירסה די...

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2941971

1satmar » 7/2/2012 04:49

דעם היסטארישן אינטערוויא מיטן הגה"ק, הרא"ט אין זיין גירסה דינקותא
שטוינט אין זעט ווי קודם לייקנט דער בן הבכור פון קרית יואל אלעס, 
ווען זיינ'ס גלייכן הרב ה"ח ר' נפתלי גראסס שליט"א עפענט אים אויף, 
צופאלט אלע זיינע שקרים און איז מודה אויף אלעמען
 

א. מיט א פינקטליכקייט פון דעם זמן!
ב. און אלע אטאקעס פינקטליך!
ג. און אלעס מיט א הסבר אויך פארוואס!
 

ווי למשל ר' יוסל וו"מ האט געכאפט שלעק ווייל ער האט געזאגט ה' מלך
 כלשונו המתוק

"וועט ער נישט זאגן ה' מלך"


און ווען אלע זיינע תיריצים לויפן אים אויס
איז ער ל"ע תולה ביקי סריקי אויף אלע צדיקים הקודמים
אז ביי זיי האט מען זיך אויך אזוי געפירט רחמנה לשזבין מהאי דעתה.

עס איז טאקע פשוט   
  UNBELIVEBLE              
 

יעצט פארשטייט שוין יעדער איינער דעם ווייטען בליק פון דעם הייליגען ברך משה
פארוואס ער האט אים אוועקגענומען די סאטמארע מלוכה,
אין עס אוועקגעגעבן פאר זיין יונגען ברידער 

ה"ה כ"ק אדונינו ומורינו שליט"א עבמצ"א




תוקן על ידי 1satmar ב- 07/02/2012 05:00:44

סענעטאר » 7/2/2012 13:04

יעדעס מאל עקסטער מ'הערט דאס איבער קען מען שטיין און שטוינען וויאזוי אזא גאלגאן ווי דער כ'לב אהרן שטייט היינט בראש פון א עדה אידן. דער איז אפגערעדט פון א צוהיצטער טעראריסט סתם א פאלנער משוגענער וויאזוי ער ענטפערט דעם תאלי. ‎​
 
ברענג נאך פון די סחורה 1סאטמאר

הדלקה » 7/2/2012 17:48

ציבראכן א קאר און ווייטער שטיל.....

האט'ס פרנסה...

לאנצוט » 7/2/2012 18:34

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעדעס מאל עקסטער מ'הערט דאס איבער קען מען שטיין און שטוינען וויאזוי אזא גאלגאן ווי דער כ'לב אהרן שטייט היינט בראש פון א עדה אידן. דער איז אפגערעדט פון א צוהיצטער טעראריסט סתם א פאלנער משוגענער וויאזוי ער ענטפערט דעם תאלי. ‎​
 
ברענג נאך פון די סחורה 1סאטמאר


סענטאר, איך פרעג די זעלבע פראגע. און עס לאזט מיך נישט שלאפן, וויאזוי איז דאס טאקע אז טראץ דעם וואס דא אין היידפארק האט מען שוין ארויפגעלייגט בערך 10 טויזענט קליפס פון יו טוב און נאך, און מ'האט שוין געמאכט 26 ארטיקלען פון פארמעגליך, כמנין דעם שם הוי' ב"ה, און מ'האט שוין מסביר געווען דאס רציחה, פארברעכן, נואפות, שייגעץ שטיק און פריקת עול פון דעם כלב אהרן.. און מ'האט נאך פאר דעם אלף.

און לאמיר זיך נישט פאפן. מ'רעדט זיך קיינער נישט איין אז ער נאר אונטער 30 וועלכע האבן נישט געקענט דעם הייליגן רבי'ן דעם דברי יואל זי"ע ועכי"א.

ניין און נאכאמאל ניין.  מ'רעדט פון אזעלכע אידן ווי הרה"צ רבי שמואל בראך שליט"א, הרה"צ רבי ברוך מיללער שליט"א ועוד ועוד, וועלכע זעען די אלע יו טוב קליפס און האבן געליינט די הייליגע שריפטן פון פארמעגליך !

און מ'האט נאך פאר דעם אלף!

סעלפאן » 7/2/2012 18:54

ווער איז דער גאון וצדיק ר' שמואל בראך?

לאנצוט » 7/2/2012 19:23

דער נאנאשער רב.
דו ווייסט נישט ווער דער איד איז. איך וואודער זיך אויף דיר.

דער רבי שמואל בראך שליט"א איז א ירא שמים מרבים און אן עובד השם באמת.

מ'קען פון דעם איד שעפן יראת שמים און הדרכה אין עבדות השם אפילו ער גייט נישט קיין גרינע בעקיטשע און האט נישט קאמפאני (פירמע בלעז), און אפילו ער פארט נישט מיט קיין עס ווי יו.

מעגסט מחולק זיין מיט מיר. אבער חוץ די היידפארק זיצער בין אין בטוח אז יעדער וועט מסכים זיין לדברי. (נאכאמאל לייג אוועק דיין פארטיי-איזם יעצט אויף איין רגע).

סעלפאן » 7/2/2012 19:45

נאך קיינמאל געהערט פון אים.

לאנצוט » 7/2/2012 19:49

אפשר ווייל ער איז נישט אויף די דעקלעך פון כל העולם?

איך טראכט אז עס איז שוין צייט ארויסצוקריכן פון אייערע אייער-שאלאכץ, און געוואויר ווערן אז עס זענען נאך יא דא ערנסטע תלמידים פון רביה"ק זי"ע, ביי וועמען פאליטיק עקזעסטירט אינגאנצן נישט.

סעלפאן » 7/2/2012 20:47

רעד קלאר, ווער איז ער? ער לערנט פאר שיעורים ערגעצוואו? וויפיל אידן זיצן ביי זיין שיעור? איך געדענק איינער ר' שמואל בראך וואס פלעגט פארלערנען אין בית קויפמאן יעדן טאג חומש רש"י, אים מיינסטו?

לאנצוט » 7/2/2012 21:18

יא דער זעלבער מענטשן.
אים רוף איך הרה"צ, ווייל ער איז ראוי דערפאר, נישט ווייל ער האט א פירמע מיט א לעדערהעט.

סעלפאן » 7/2/2012 21:28

ער איז א חשובע איד, ווי קומט ער אריין דא אין בילד?

לאנצוט » 7/2/2012 21:30

ביטע ליינט די תגובה איידער איר זענט מגיב. איך גלייב אז די קשיא וועט אי"ה פארענטפערט ווערן.

געלעכטער » 8/2/2012 00:28

טאקע א מורא'דיגע פראגע. אפשר ווייזט איינער דעם קליפ פאר ר' שמואל בראך און פרעגט אים זיין מיינונג דערוועגן?

לאנצוט » 8/2/2012 00:48

געלעכטער.
איך האב הנאה פון דיין פארשלאג. מ'דארף בעטן פארמעגליך ער זאל דרוקן נאך 72 ארטיקלען כמנין שם ע"ב, מיט נאך שרעקעדיגע פאקטן אויף דעם אהרן טייטלבוים וואס ער טוט אלס, און אז ער איז דער גרעסטער מושחת ונשחץ מיום הוסדה הארץ, און איז געזונקען אינעם שער נ' פון די טומאה רח"ל.

אפשר אזוי וועלן די בהמה'שע ארונים איינזען אז ביי דעם שייגעץ גאלגאן כלב אהרן וועלן זיי פארלירן ביידע וועלטן... אולי האי ואלי.

אלץ עצה טובה פאר פארמעגליך: די שאנסן אז: היסטאריע זאל ווערן איבערגעשריבן אדער אפילו איין מענטש זאל טוישן זיין מיינונג צוליב די טויזענט מעכטיגע ארטיקלען:

נול.

סענעטאר » 8/2/2012 19:31

מ'פרעגט דיר וועגן א טעיפ און דו ענטפערסט וועגן ארטיקלעך. מורא'דיג כיטערע

לאנצוט » 8/2/2012 21:50

סענאטאר און געלעכטער.
דעם קליפ האט ער שוין לאנג געזען. עס האט ליידער נישט געווירקט.

אפשר האט דער פארברעצירער פון דעם קליפ עס נישט געמאכט אינגאנצן לשם שמים. דערפאר בין איך בלויז מייעץ אז אפשר וועלן נאך פארמעגליך ארטיקלען מאכן דעם דזשאב.  

סענעטאר » 8/2/2012 23:51

פון וואו ווייסטו אז ער האט דאס געזען? ער האט אינטערנעט?

לאנצוט » 9/2/2012 18:19

חלילה. ער האט נישט אינטערנעט.
אבער לויט מיין אינפארמאציע האט מען עס אים שוין געגעבן צו הערן אויף א טעיפ. און אויפגעטאן האט עס ווי א טויטן באנקעס.

די הארבע שאלה איז וואס טוט מען ווייטער?

סענעטאר » 9/2/2012 19:35

דארף איך דיר יעצט גלייבן אז מ'האט דעם טעיפ געגעבן פאר ר' שמואל בראך'ן און ער האט באשלאסן נאך אלץ צו בלייבן פעלזן פעסט א אהרוני.

סעלפאן » 9/2/2012 20:12

שטייט די דרשה אויך אין די ארונישע פראפאגאנדע בלעטער?

לאנצוט » 9/2/2012 22:29

סעלפאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שטייט די דרשה אויך אין די ארונישע פראפאגאנדע בלעטער?


עס איז היינט אן אפענע וועלט. מ'קען גארנישט באהאלטן (מער ווינציגער).
פינקט ווי יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז ס'איז פארגעקומען טעראר אין וויליאמסבורג קעגן די קלויזנבורגער אין די ל' יאר.
פינקט ווי יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז ס'איז פארגעקומען טעראר אין קרית יואל קעגן די בני יואל אין די נ' יארן.
די זעלבע ווייסט יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז ס'איז פארגעקומען טעראר אין וויליאמסבורג קעגן די ארונים אין די ס' יארן.

די זאכן זענען נישט קיין סודות - יעדער ווייסט עס און מיט דעם אלעם - איז דער פאקט ברור כשמש: אז עס ענדערט נישט קיינעמ'ס מיינונג.

די אלע זאכן זענען באוואוסט און א נארמאלער מענטש וועט נישט לייקענען.

סעלפאן » 9/2/2012 23:04

און יעדער ווייסט אז ר' אהרן'ס חלום פון ווערן די אויסשליסליכע סאטמארע רבי איז צורינען ווי א זייפן בלאז, פארן זיך אויפפירן [זיין] נאריש.

לאנצוט » 9/2/2012 23:46

אויסשליסליכע  סאטמאר רבי איז געווען נאר איינער, דער מייסד רביה"ק בעל דברי יואל.

זיין נאכפאלגער דער ברך משה זי"ע האט געהאט פיל מער שונאים אין זיין בית המדרש וואו ער האט געדאווענט.
זיי האבן געוואלט און געטאן אלעס אים צו מבזה זיין.

און נאך מער פאני איז, אז אויף די דאזיגע מענטשן פאררופסטו זיך אז זיין זון רבי אהרן האט נישט... געוואלד אוודאי האט ער זיי נישט. ער דארף זיי נישט !

אין מיינע נארישע אויגן איז עס א גרויסע שאנדע פאר דעם זון וועלכער האט זיי יא.

סענעטאר » 10/2/2012 00:30

א טיילווייזע ליסטע פון די שרעקליכע טעראר קעגן די אהרונים אין די תש"ס יארן אין וויליאמסבורג. ‎​
 
שלאגן שבת חוה"מ פסח תשנ"ט אין בית המדרש פאר א אפענע ספר תורה = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
איבערדרייען משה גבאי'ס קאר חול המועד = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
נאכשרייען רבינו שליט"א אלס רב יעדע וואך שבת קודש אויף די גאס אלס רב = טעראר קעגן די אהרונים. ‎​
 
שלאגן און שרייען ביים קרעפל פשעטיל טיש שבועות בצל הקודש פון רבינו בעל ברך משה = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
טויזענטער פאני קאלס צו רבינו שליט"א און צו די דייני הקהלה שליט"א = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
איבערדרייען די תפילות און טישן פון רבינו בעל ברך משה פאר יארן לאנג = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
שמיני עצרת תשס"ה = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
שמיני עצרת תשס"ו = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
אריינגיין אין ערכאות של עכו"ם זומער תשס"א קעגן די גרעסטע קהלה קדושה בישראל = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
סערווירן א סובפינע פאר רבינו בעל ברך משה זי"ע = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
שלאגן כדי להמית משה גבאי ביים ברך משה'ס לוי' = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
נישט לאזן באגראבן הרה"ח ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה = טעראר קעגן אהרונים. ‎​
 
און דער ליסטע איז נאך גאר לאנג

סעלפאן » 10/2/2012 00:35

וועם דארף נישט רבי אהרן? די סאטמארע דיינים און חסידים וואס האבן זיך געווייקט ביי רבותינו זצ"ל? צו דארף נישט רבי אהרן די וואס האבן אפגעשפעט אלע יארן פון רבותינו הקדושים זצ"ל?
 
אויסשליסליכע סאטמארע רבי איז טאקע געווען ביז 6 יאר צוריק, אפילו די ברך משה האט טאקע געהאט אסאך שונאים איז אבער קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז ווען איינעם געפרעגט וועלכע חסיד ביסטו, זאל עס נאכפאלגן מיט "וועלכע סאטמאר?".
 
היינט ווען איינער פרעגט איינעם ווי שיקסטו דיינע קינדער אדער ווי דאווענסטו און מען ענפערט אין סאטמאר, פאלגט עס נאך מיט א קשיא "וועלכע סאטמאר".
 
און דאס איז אלעס ווייל ר' אהרן איז.......

לאנצוט » 10/2/2012 00:53

סעלאפן,
וואס איז שווער צו פארשטיין:

די דיינים און רבנים וועלכע האבן מבזה געווען זיין הייליגן טאטן.

דו ווייסט אפשר נישט ווער זיי זענען. דאן ביזטו קוים בר מצוה געווארן, גיב איך דיר א הארציגן מזל טוב.

און איבער די פראגע וואס די פרעגסט וואו מ'דאווענט און  מ'זאגט סאטמאר, מאכסטו מיך לאכן, ווייל זיין טאטע האט אויך געהאט מערערע שולן פון "מתנגדים" וועלכע האבן זיך גערופן סאטמאר. ובכן?

איך האב געזאגט פון די ערשטע רגע: ס'איז געווען נאר איין אויסשליסליכער סאטמארער רבי, און דאס איז געווען דער מייסד. פינטל.

וואסזשע » 10/2/2012 02:27

לאנצוט לאמיר מאכן א ס"ה:

דעם ברך משה'ס שונאים דארף עט'ס נישט האבן, אבער דעם רבי'ן ז"ל שונאים דארפט'ס עטס יא (בעלזא וקלויזענבורג וכו' יוכיח)?? נו, וואס'זשע איז דא דער פשט....

וואסזשע » 10/2/2012 02:33

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויסשליסליכע  סאטמאר רבי איז געווען נאר איינער, דער מייסד רביה"ק בעל דברי יואל.
איז אויב אזוי שרייב רביה"ק "מסאטמאר" זי"ע וואס איז דאס "בעל דברי יואל"

זיין נאכפאלגער דער ברך משה זי"ע האט געהאט פיל מער שונאים אין זיין בית המדרש וואו ער האט געדאווענט.
זיי האבן געוואלט און געטאן אלעס אים צו מבזה זיין. יא יא די אלע מעשים אשר לא יעשו דורך בנו ר' אהרן יוכיח

און נאך מער פאני איז, אז אויף די דאזיגע מענטשן פאררופסטו זיך אז זיין זון רבי אהרן האט נישט... געוואלד אוודאי האט ער זיי נישט. ער דארף זיי נישט !

אין מיינע נארישע אויגן איז עס א גרויסע שאנדע פאר דעם זון וועלכער האט זיי יא.
יעצט פיר אויס: משא"כ די שונאים פון סאטמארער רבי'ן זי"ע דארף ער יא, בעלזא וקלויזענבורג, וכו' יוכיח


תוקן על ידי וואסזשע ב- 10/02/2012 02:33:52

סעלפאן » 10/2/2012 04:46

וואסזשע גוט און צום פינטל!

פריינדליך » 12/2/2012 15:47

איים סארי. באט פארשטייט עטס טאקע נישט דעם חילוק פון זיין א רבי פאר חסידים וואס האבן פיינט געהאט און אויסגערודפ'ט דיין טאטן(סיי אלס סיגעטער רב און סיי אלס סאטמאר רבי) און גיין אמאל וויזיטן איינער וואס איז פשוט נישט בשיטה מיט דיר?

וואסזשע » 12/2/2012 16:53

הרב פריינדליך.. מאך דיר נישט צו נאר, צו ווייזן ווי דיין אידישקייט געפיל האלט...

סעלפאן » 12/2/2012 17:44

ר' אהרן האט אלע יארן געשיקט און געטשעפעט זיין טאטע ווייל ער האט אים נישט געגעבן די ראביסטעווע, און יעצט קומט איר זאגן אז די זאליס האבן אים גאר גערודפט?

לאנצוט » 13/2/2012 18:13

געשיקט וואו?

וואסזשע » 13/2/2012 19:01

לאנצוט!! ביזט אויפגעשטאנען....
האסט שוין געטראפן וואס צו פרעגן... אפשר ענטפערסטו צו ערשט אויף די פריערדיגע תגובות

טאטעלע » 13/2/2012 20:19

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געשיקט וואו?
‎​
 
געשיקט זיינע בריונים אין בית המדרש איבערדרייען די תפילות און טישן פון זיין טאטן זצ"ל. געשיקט א גוי מיט א סובפינע צו זיין טאטן זצ"ל בשנת האחרון לחייו. דארפסט נאך?

לאנצוט » 13/2/2012 20:34

טאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געשיקט וואו?
‎​
 
געשיקט זיינע בריונים אין בית המדרש איבערדרייען די תפילות און טישן פון זיין טאטן זצ"ל. געשיקט א גוי מיט א סובפינע צו זיין טאטן זצ"ל בשנת האחרון לחייו. דארפסט נאך?


זיי נישט ברוגז סעלפאן איך בין נישט קלאר אין די זאכן.
איך געדענק אז מ'האט איבערגעדרייט אבער דאס אז ער האט געשיקט, דארף מיין איך האב עפעס פרוף, כאטש עפעס.

פונקט אז דו וועסט מיך אנשרייען אז איך וועל זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האסט געהייסן ארעסטירן 10 בחורים פאר א קרוין.

איך פארשטיי אז דו קענסט זאגן איך דארף א באווייז און דו נישט. אבער פראביר כאטש צו ענטפערן עפעס מיט לאגיק אויסער סתם ווייל אזוי וויל איך.


אויך איבער די קאורט ווער איך אביסל צעמישט.
מ'האט גערופן דעם ברך משה אין קאורט מיט א סובפינע... וואס האט מען פארלאנגט פון אים???

עס קוקט אויס פון דיינע שורות אז דו קלערסט אז דו רעדסט צו 7 יעריגע קינדער און דו קענסט שיסן פאקטן פון די לבנה.
איך גלייב אז עס ארבעט נישט אזוי.

טאטעלע » 13/2/2012 22:22

קוק צוריק דיינע אייגענע פאר שורות פאר דו נעמסט דיך ווייטער שרייבן לאנגע מגילות. דו שרייבסט אז עס איז א שאנדע פאר דעם זון וואס האט זיי יא (די רבנים ודיינים וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן מיט ר' אהרן טייטלבוים 25 יאר). איז נניח אז ר' אהרן האט זיי נישט געשיקט איבערדרייען דעם טיש און דאס דאווענען, בוסטו אבער מודה אז ס'איז א שאנדע פאר אים אז אט די מענטשן האט ער? ‎​
 
וועגן דעם סובפינע, וואס א נפק"מ וואס מ'האט פון אים פארלאנגט. לאמיר זאגן אז אין דעם סובפינע שטייט אז ר' אהרן טייטלבוים וויל געבן א מיליאן דאללער פארן טאטן און משה גבאי לאזט נישט. איז דאס שוין א היתר צו נעמען א אלטן טאטן און סערווירן מיט א סובפינע? כל שכן וכל שכן ווען דער סובפינע איז נאר געווען ווייל ר' אהרן האט באשלאסן אז פאר זיין פאליטיק מוז מען טוישן שטוב מענטשן פון א איד פון 90 יאר אלט, נאכדעם וואס זיי האבן אים 30 יאר געטריי באדינט, און האט גע'טענה'ט אז דער נואף ומסור ארי' לייב גלאנץ וועט בעסער טויגן.

לאנצוט » 13/2/2012 22:50

איך וועל גיין מיט דיר פון סטעפ אלף ביז תיו. אבער פאוואליע.

סטעפ 1.
ביסטו מודה אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געלאזט ארעסטירן 10 בחורים. יא אדער ניין.
אויב יא, ביטע געב מרי דעם היתר דערפאר.

אויב זאגסטו אז נישט, היתכן ער דרייט זיך מיט אט די מענטשן.


סטעפ 2 איבער די סופבינע.
וואס מיינט סערווירן א סובפינע פאר א טאטן... איינער האט עפעס פארלאנגט פונעם רבי'ן.
דער רבי האט בכלל געדארפט אראפקומען אין קאורט?

מאכסט איינעם צונאר אפשר אדער די פרובירסט צו שפילן גולם?

די סובפינע האט משה גבאי אויפגעשפילט מיט שלום יוסף דייטש, כדי צו מאכן א העדליין אין דער איד. דעטס איט בלע"ז.

מ'האט געוואלט אז די קאורט זאל אריינלייגן א מענטש ביים רבי'ן, ווייל די שטוב מענטשן טעראריזירן די קינדער און אייניקלעך. וואס איז דער פראבלעם דערמיט?

דו זאגסט אז זיי האבן אים געטריי באדינט. אקעי.
איך מוז דאך נישט האלטן אזוי ווי דו. און אז איך האלט אז מ'האט אים געמאכט ללעג ולקלס און אים מבזה געווען לעיני כל העולם, קענסטו מיר נישט זאגן: שב ואל תעשה !


סטעפ דריי.
ווען פונקטליך איז ארי' לייב גלאנץ געווארן א מסור און א נואף, ווען ער איז ארויס פון UTA אדער ווען ער איז נאך דארט געווען און האט נאך געדינט די אינטערעסן פון משה פריעדמאן.

טאטעלע » 13/2/2012 23:05

אויב נעם מיר אן אז יש שליח לדבר עבירה, און די צען בחורים ארעסטירט גייט כביכול אויף ר' זלמן לייב'ס קרעדיט, בוסטו אויף גרויסע צרות ווייל אויף דעם ר' אהרן'ס פיקל איז דעמאלס דא בערג מיט טעראר און רשעות וואס זיינע מענטשן האבן געטאן פאר 25 יאר קעגן אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן. ‎​
 
וועגן די סובפינע קענסטו טענה'ן ביז מארגן, למעשה איז דער גוי געקומען סערווירן די פאפירן פארוועם? פאר משה גבאי? פאר שלום יוסף דייטש? ער איז צוגעקומען ווייל ער האט געוואלט סערווירן פאפירן פארן ברך משה, נישט קיין נפק"מ וואס דארט איז געשטאנען!

טאטעלע » 13/2/2012 23:06

וועגן ארי' לייב גלאנץ'ס נואפות לאמיר בעסער נישט אריינגיין אין פרטים וד"ל.

לאנצוט » 14/2/2012 19:29

טאטעלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב נעם מיר אן אז יש שליח לדבר עבירה, און די צען בחורים ארעסטירט גייט כביכול אויף ר' זלמן לייב'ס קרעדיט, בוסטו אויף גרויסע צרות ווייל אויף דעם ר' אהרן'ס פיקל איז דעמאלס דא בערג מיט טעראר און רשעות וואס זיינע מענטשן האבן געטאן פאר 25 יאר קעגן אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן. ‎​
 
וועגן די סובפינע קענסטו טענה'ן ביז מארגן, למעשה איז דער גוי געקומען סערווירן די פאפירן פארוועם? פאר משה גבאי? פאר שלום יוסף דייטש? ער איז צוגעקומען ווייל ער האט געוואלט סערווירן פאפירן פארן ברך משה, נישט קיין נפק"מ וואס דארט איז געשטאנען!


אויב מיר נעמען אן "יש שליח לדבר עבירה" איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל א מוסר ישראל לעכו"ם, און א גרויסער עבריין. יא זיין ברידער איז נאך א גרעסערע שייגעץ...

ביזטו מסכים צו מאכן דיין רבי'ן פאר א שייגעץ, ווייל דיין רבי'ס ברודער איז א גרעסערע שייגעץ?

צווייטנס: ווען דער ברך משה רעאגירט נישט צו די סובפינע. כלא היה. וואלט גארנישט פאסירט מיט אים. מ'וואלט העכסטנס אריינגעלייגט נאך א מענטש דארט. וואס איז די גרויסע פארברעכן.

מאכסט זיך צונאר מיט'ן שרייען רופן א טאטע אין קאורט.
ווייל הגה"ק מהרז"ל האט געשיקט אן הזמנה לדין תורה, און ווען מ'האט אים געזאגט אז מ'איז מסכים צו גיין, איז ער שנעל ארויסגעלאפן.

דאס געדענק איר נאך?