זעהט מער איבער די שטורעמישע דרשה פון רבין וואס האט אויפגעשטורעמט וויליאמסבורג ביים באריכט וואס איך האב באקומען אין אישי:
דעם דארנעשטאג איז ווי באקאנט פארקומען אין וו"ב דער אסיפה נחוצה דורך די מוסדות הקדושים אין ביהמ"ד הג' וואס עס זענען געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור עד אפס מקום
און עס האבן אויפגעטרען מיט דרשות נלהבות די רבנים שליט"א
יושב ראש האט געדינט הרה"ג ר' בנצין לאוב שליט"א מו"ץ בקהילתינו
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א לאנדאנער רב שליט"א ארומגערעט גאר וויכטיגע נקודות בעניני חינוך
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב נחמי' גאטליב שליטא איש ימינו פון הגאון ר' מתתי' סאלאמאן שליטא פון לעיקוואד וואו ער האט געוויזן בילדער פון אלע כלים
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען פייערדיגע דב"ק דער רבי האט אנגעהויבן איבער די שיינע דורות וואס זענען ב"ה אויפגעשטעלט געווארן טראץ די טומאת אמעריקא וואס רביה"ק האט געזאגט אז סאיז ערגער וואו טומאת מצרים
און דער רבי האט ארומגערעט איבער די מעשה שטן איבער אריינברעגנען די כלים וואס דאס האט שוין אזויפיל אפגעקאסט אידישע נשמות וואס זענען איגאנצען אוועקגעפארן פון אידישן וועג רח"ל
וואו דער רבי זיך צעוויינט און ארומגערעט בקול חינוק מדמעות איבער ביטערע שמועות וואס מהערט איבער די אפגעפארענע נשמות סיי פון דרויסן און סיי די וואס זייערע נשמות זענען ליידער חרוב געווארן אפילו אויב מדערקענט עס נישט פון אינדרויסן
און דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים וואס דער רבי האט מיטגעהאלטן וואס דער רבי האט ארומגערעט איבער אלע טעכנישע כלים שונים ווי אינטערנעט סעלפאונס און די ווי דיס און איבער די קשרי טומאה פון טוויטער פעיסבאק און נאך וואו מקען חלילה מקושר ווערן מיט די ארגסטע ערליי אלעמענטן און דער רבי האט זיך דערנאך בעיקר באצויגן איבער קאמפיוטער זאגענדיג אז דאס איז בעיקר נוגע פאר די קינדער וואס קענען חלילה פאראדארבן ווערן דערפון און דער רבי האט פארציילט ערשטהאנטיגע סיפורים איבער די קאמפיוטערס אין שטוב ווי אלע שלעסער האבן נישט געהאלפן און קינדער זענען ליידער פארכאפט געווארן
און דער רבי האט אויסגעשריגן זיין פסק הלכה פאר אלע אנשי שלומינו אז מדארף מאכן א חומת אש סביב און ארויסווארפן די כלי פון שטוב און פאר די וואס דארפן פאר פרנסה וועט מען צושטעלן א מקום אדער זאל מען ארויסדינגען אפיסעס און חלילה נישט האלטן די כלי אין שטוב
און דער רבי האט אויסגעשריגן צו די עזרת נשים בקול בכי "נשים צדקניות האט רחמנות אויף אייערע מענער און אויף אייערע דורות און העלפט אויסרייניגן די שטובער פון דעם אבות הטומאה"
און דער רבי האט פארענדיגט מיט א הבטחה אז בזכות וואס ממאכט אזא גדר וועט השי"ת אונז אלע אפהיטן פון יעדע צרה בגשמיות וברוחניות און בקרוב שיקן דעם גואל צדקמקען הערן די דרשות אויף קול סאטמאר
212-444-9899
דריקט אריין 53 פאר אלע אדער 44 נאר פארן רבין
דא קענט איר אויך דאונלאודן דעם רבינס דרשה
תוקן על ידי גרוינים ב- 05/02/2012 03:05:44