היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שארפע בריוו פון הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א קעגן העולם החרדי!

שארפע בריוו פון הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א קעגן העולם החרדי!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2941507

געלעכטער » 3/2/2012 17:55

היינט איז ארויסגעקומען א גאר שארפער בריוו פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א וואו ער שרייבט אז היות אין דעם מאגאזין העולם החרדי איז אריינגעפאלן זאכן וואס עס איז אסור זיי צו זען, דעריבער זאל קיינער נישט קויפן דעם מאגאזין, און ווער עס האט שוין געקויפט זאל עס צוריקטראגן אין די געשעפטן.
 
אפשר איז שוין געקומען די צייט וואס די גאנצע וועלט וועט איינזען אז די אלע מאגאזינען זענען טריפה, און מ'וועט זיי גענצליך אויפהערן פארקויפן אין היימישע געשעפטן.

געלעכטער » 3/2/2012 18:30

[בילד – נישט אפגעהיט]

גינגריטש » 3/2/2012 19:14

מאך נישט קיין געלעכטער, אלע די מאגעזינען זענען טריפה? קאמאן!!

נפל » 3/2/2012 20:35

א שרעקליך שוידערליכע פרשה

לאנצוט » 3/2/2012 21:54

וואס איז אריינגעפאלן די וואך?

סענעטאר » 3/2/2012 22:05

א בילד פון ר' אהרן.

לאנצוט » 3/2/2012 22:21

שוין ווידער חלומ'סטו בהקיץ?

סעלפאן » 3/2/2012 23:45

לאנצוט וויל זייער שטארק הערן ר' אהרן'ס שפראך דא.

נפל » 5/2/2012 02:08

די רבנים האבן געהייסן צוריק טראגן אין די געשעפטן טראץ די ריזיגע שאדנס אין אידיש געלט צוליב די שמוציגע סחורה, און די ווילסט איך זאל דאס ארויסשרייבן דא?

SatmarBum » 8/2/2012 13:52

מכתב מחילה
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 8/2/2012 18:14

איך קויף קיינמאל נישט די עולם החרדי. און איך ליין עס נישט.

איך זעה איינער שרייבט דא אז מ'האט עס געהייסן צוריקטראגן האב איך געפרעגט זייער פשוט, איבער וואס?
וואס האט עולם החרדי אדורכגעלאזט? איז דאס א זאך וואס יעדער באמערקט תיכף, אדער נאר דער וואס זוכט?

סעלפאן » 8/2/2012 18:19

לאנצוט איך האב עס אויך נישט געזען אהער איך גלייב אז אויב איז געווען א ריקאל אויף עס דאן דארף איך און די עס טאקע נישט זען.

לאנצוט » 8/2/2012 19:14

סעלפאן. עפעס מוז זיין א מיספארשטענדעניש, און דיין קאנטער-אטאקעס איז נישט אין פלאץ.

איך האב דען ערגעץ געבעטן אז איינער זאל עס ארויפשטעלן? חלילה.
איך האב געפרעגט וואס איז דער מדובר? וואס איז די רעדע, איז עס א בילד פון א פרוי, בילדער פון גוים, בילדער פון כנסת המינים, פון צלמים.

עס איז מיר אינטרעסאנט געווען וואס האט דער גראפיסט דורכגעלאזט?

סענעטאר » 8/2/2012 19:18

אינגערמאן, מיר באגעניגן זיך מיט דעם אז ס'דא א איסור פון אזא פראמינענטער רב און מיר זענען נישט נייגעריג וואס דער תוכן איז געווען. גיי מאך זיי מוחל שמוציג דעם אנדערן פארום מיט דיינע תמימות'דיגע קשיות, אדער גיי פרעג ר' אהרן ער האט אייביג ליב אריינצוגיין אין דעטאלן.

סעלפאן » 8/2/2012 19:20

איך ווייס נישט איך האב עס נישט געזען.

לאנצוט » 8/2/2012 22:07

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אינגערמאן, מיר באגעניגן זיך מיט דעם אז ס'דא א איסור פון אזא פראמינענטער רב און מיר זענען נישט נייגעריג וואס דער תוכן איז געווען. גיי מאך זיי מוחל שמוציג דעם אנדערן פארום מיט דיינע תמימות'דיגע קשיות, אדער גיי פרעג ר' אהרן ער האט אייביג ליב אריינצוגיין אין דעטאלן.


א מאדנע אויסברוך אויף א פראגע אויף וואס ספעציפיש האט געברענגט א ריקאל. און יעדע ענטפער מוז עפעס האבן מיט דעם רוח אהרן טייטלבוים וואס איז עפעס אריין אין דיר ווי א דיבוק, און קענסט זיך ליידער נישט ארויסזען דערפון.

איך האף אז עס זאל בקרוב ארויסגיין דורך דעם קליינע פינגער (הנקרא קאפ).

סענעטאר » 8/2/2012 23:54

דאכט זיך אז דער רוח איז אין דיר וואס מוז וויסן יעדן דעטאל פון יעדעס שטיקל מנוולות.

לאנצוט » 9/2/2012 18:17

סענטאר,

אויך מיר א חידוש. אנדעקט אמעריקע. לאנצוט איז א מנוול און נואף. אן אלטע מעשה. אז דער אהרן טייטלבוים וועמען דו האסט אזוי געפערליך רופסטו אן מיט די אלע נעמען, דארף איך זיך צעקראצן אז אויך איך הקטן והשפל באמת איז ביי דיר אפגעשטעפעלט אלס מנוול ונואף וכו' וכו'.

קליפ » 12/2/2012 20:45