היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מ...

ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מ...

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2940595

געלעכטער » 30/1/2012 21:22

ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מיאוס דורכגעפאלן!
יעצט קומט ב"ה די בשורה טובה אז נאך די עטליכע פרואוון פון די אהרונים צו פארכאפן די קעמפס פון הנהלת מחנה רב טוב, איז דאס היינט קאלאסאל דורכגעפאלן ווען דער העלט דפט. האט געמאלדן אז זיי וועלן געבן די פערמיטן פאר די ארגינעלע בעלי בתים וועם זיי פלעגן דאס געבן ביז היינט!

העברת פי השם והוא לא תצלח!

סעלפאן » 30/1/2012 22:20

אינעם טאג פונעם הייליגע עצי חיים'ס יארצייט.

הדלקה » 30/1/2012 23:09

יעצט איז געקומען די בשורה טובה אז די 4 קעמפס - מחנה רב טוב

 האבן בע"ה באקומען די פערמיטס פון די העלט דעפארטמענט

אויף ווייטער צו פירען די אלע קעמפס כמידי שנה בשנה

 

השתלשלות הענינים - ווי ידוע, הרשעים כים נגרש - די אהרונים פרובירען 

ביי יעדע טריט און שריט אנצומאכען וויפיל נאר צרות ס'וועט זיי געלינגען

 

אזוי גייט זייער גאנצער קאפ און נשמה מאז היתה לגוי, אזוי אויך זענען די

קעמפס איינע פון זייערע קרבנות וואס דארף זיך ספראווען פון מאל צומאל

מיט זייערע שטיקלעך, די קעמפס האבען פרובירט שוין אין די פארגאנגענהייט

צו מאכן די קעמפס א אייגענע קארפארעישן כדי זאלען קענען אנגיין אומגעשטערט

מיט די עבודת הקודש, אבער די ארונים האבען דאס באקעמפט אין די ערכאות

 און דערווייל האט נאך די קעמפס אויסצושטיין פון מאל צומאל פון די ארוינישע צרות

 

דעם ווינטער האבען די ארוינים פרובירט א שטיקעל ארויס צו נעמען א פערמיט אויף די קעמפס

און דער שפיצעל איז זיי נישט געלינגען, האבען זיי פרובירט מיט מסירות און אלע מיני תחבולות

אז ר' דוד שליט"א זאל האבען פראבלעמען צו באקומען די פערמיטס, און ב"ה א דאנק די השתדלות

  פון ר' משה דוד נידערמאן הי"ו האט מען מען באקומען אלע פערמיטס אן קיין פראבלעמען ב"ה

רב_הסוער » 31/1/2012 00:03

איך האב געהערט א פארקערט די מעשה,
אז הרשעים כים נגרש, די זאלונישע פאלק, מאז היתה לגוי,
טיילט אויס צרות צרירות פאר סאטמאר,
מיטן ציגנבנען די 4 קעמפס פון סאטמאר,
און ליידער מעשה שטן הצליח און עד היום אקופירן זיי די הייליגע קעמפס,
און סאטמאר פרובירט בעל מכמנים צו אפראטעווען די הייליגע קעמפט מידי זרים,

איר קענט אויפצייגן וועלכער ווערסיע איז אמת? 

אבראהאם » 31/1/2012 03:18

די זאלי'ס האבן אפגעבאקן א פיינע מעשה אין מען העצט זיך גאר
אין שטייציך די אהרונים קראכן אין די קעמפ'ס איז אפען

מארגען מאכט'ס א מעשה אז מען האט געוואלט פארמאכן עטרת אברהם אין די אהרונים זענען מיאוס דורך געפאלן

סענעטאר » 31/1/2012 05:29

די אהרונים זענען נעבעך אזוי צעמישט עז איז, קומט פאפיטעס און צומישט זיי נאך מער.. ער איז זיך סותר פון איין שורה צו די צווייטע, קודם גייען די זאליס אין קארט, דערנאך שרייבט ער אז ס'האט גארנישט מיט קארט ס'האט מיט העלט דעפארטמענט וכו' ‎​
 
עפעס שטאלפערט ער צו מחזק זיין די קעלבער, ער קריכט אבער אויך נישט ארויס מיט א געהעריגן מהלך.

לאנצוט » 7/2/2012 01:06

בשם אלע ארונים געבן מיר אפ א גרויסן דאנק פאר'ן גרויסן עסקן הרב ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, וועלכער האט ב"ה מצליח געווען און געהאלפן ביידע זייטן מיט די קעמפס.

ביטע ליינט דעם בריוו אנגעקומען היינט, מאנטאג יתרו תשע"ב.

נאכאמאל, א דאנק רבי משה דוד שליט"א, כה לחי.
[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס הייסט א אמת'ער עסקן.

סעלפאן » 7/2/2012 01:54

לאנצוט יעצט טרינק די לחיים...

לאנצוט » 7/2/2012 01:59

ניין.

איך האב נישט געטרונקען 2 וואכן צוריק.
איך האב געלאכט ווען איר האט געטרינקען פאריגע וואך.

און לאנצוט טרונקט נישט. איך געב בלויז אפ א שבח והודי' פאר'ן רבוש"ע אז מיר האבן אזא חשוב'ען עסקן ווי רבי משה דוד'ן.

כה לחי!

סעלפאן » 7/2/2012 02:32

ביי סאוט אכט שוהל איז אויך געווען עטליכע לחיים'ס, זעה נאר זאלסט נישט טרינקן צו סאך.

לאנצוט » 7/2/2012 18:37

איך געב א דאנק פאר די העלדישע עסקנים, העוסקים בצרכי ציבור באמונה, ווי 
הרב משה דוד נידערמאן ואתו עמו כלומר אליו, הרב אברהם יעקב פריעדמאן.

וועלכע האבן ב"ה אויפגעטאן גרויסע זאכן מיט די קעמפס ווי  יעדער זעט דא.

סעלאפן טייערער,
איך בין נישט קיין דזשאני וואלקער פען. און איך האב קיינמאל נישט גערעדט פון קיין לחיים, און פארמיש די טעמע צוליב מאנגעל אין לאגישן ענטפער.


ביטע לאז די חשוב'ע עסקנים באקומען זייער ערליך פארדינטע הכרת הטוב. וחסל.

לאנצוט » 29/3/2012 17:54

עמיצער שיקט מיר אין אישית אז ס'איז דא נייעס איבער די קעמפס. קען איינער ביטע קאנפוירמען?

רב_הסוער » 29/3/2012 18:55

אלסטער קאונטי האט היינט געשיקט נאך א בריוו צו ביידע צדדים באשטעטיגן אז זיי האלטן זיך ביי דאס זייעריגע אז זיי לאזן נישט עפענען די 4 קעמפס ביז די 2 צדדים גלייכן זיך נישט אויס צווישן זיך איבער בעלות.

סטראבערי » 29/3/2012 19:40

דער סבלן וואס האט געזאגט פאר זיינע בחורים
 
"ראה אנוכי, קוקטס אויף מיר = דער סבלן פון'ם יאר הונדערט"
 וועט זיכער לאזן די קינדערלעך ניצן די קעמפס צום לערנען...

במילא איז א שאד אפילו צו ספענדן לויער געלט.
 

לאנצוט » 29/3/2012 20:14

סטראבערי,
חלילה, איך וויל נישט ער זאל זיך מישן.

די ארונים האלטן בשיטה אז צד מהרז"ל האט זיי בארויבט מיט הונדערטער מיליאנען, ממילא האבן זיי רעכט עפ"י אפצושטעלן צד מהרז"ל ביז ווילאנג מ'וועט זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

מיין אדווייס:
ר' אהרן זאל בעסער שטיין אין א זייט.

zibala » 29/3/2012 20:25

ס'קוקט נישט נישט אויס ווי ער נעמט דיין עדווייס, ס'ווער זיך צוטוישן ביי די מיטעלע זעכציג

לאנצוט » 29/3/2012 22:19

איך גלייב שווער אז דאס וועט פירן צו ממשות'דיגע זאכן אז מ'זאל זיך אראפזעצן פארהאנדלען.
דאס איז שוין מיטן גרעסטן עקסטרעמן מהלך אז די קעמפס בלייבן פארשלאסן.

איך האלט נישט אז ס'איז סוף פסוק, ס'וועט נאך זיין אפס און דאונס ווי א ראלער-קאוסטער, און מ'וועט מוזן אויסווארפן, אבער דעת לאנצוט: קיין שום ענדערונג וועט נישט זיין.

ענדערש וועלן אלע פיר קעמפס זיין פארשלאסן - ווי איידער זיך אראפצוזען פארהאנדלען. פינטל.

שמעלקאלע » 29/3/2012 22:45

סיקריק לאנצוט איך זעה אז יעדן טאג אין דער פאר שעה ארבעטסטו אויף היידפארק,
גיי אן מיט א פרישקייט, ס'איז ממנהגי סיקריקים.

זיבענבערגן » 16/4/2012 01:01

עס איז שוין אסרו חג, ווער ס'געדענקט איז ר' יודל ראזנבערג ע"ה געשטאנען ערב פסח אין מצה בעקעריי, אסרו חג פסח אין קעמפ אפיס. אצינד אז ס'איז שוין אסרו חג, צו ווייסט איינער וואס ס'איז די פלאן מיט די קעמפס? איז דא א רעדע פון עפענען די קעמפס? איז דא א פלאן פון גיין ערגעץ אנדערש? אדער גאר בלייבן אין שטאט?
ביטע! נאר שרייבן אויב איר ווייסט, נישט קיין שפעקולאציעס.
ייש"כ למפרע

נפל » 16/4/2012 01:30

איך האב גערופן א נאנטער וואס ארבעט פאר די קעמפ'ס און ער האט מיר געזאגט אז ער האט היינט גערופן אין אפיס. די אפיס גייט אן אין פולן שוואנג, מען האט היינט געפאקט און אדרעסירט רוב אפליקעשאנס, עס גייט מארגן אריין אין פאסט אפיס.

זיבענבערגן » 17/4/2012 05:49

נפל, זיי נישט ברוגז, אבער דו האסט אלעס געענטפערט, חוץ אויף וואס איך האב געפרעגט.. דוק ותשכח