ברוך המקדש שמו ברבים: מוסדות בוהוש הערט אויף גענצליך צו נעמען געלט פון די מדינה הטמאה!
אין א געוואלדיגן אקט פון קידוש השם האבן די ראשי חסידות בוהוש, וואס איז מגזע קודש ריזשין - סאדיגורא, אפיציעל געמאלדן אז זיי האקן זיך גענצליך אפ פון סיי וועלכע סארט שטיצע פון די מדינה הטמאה.
די מעלדונג קומט שוין נאך א לענגערע צייט וואס דער מוסד ובראשם כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א ארבעטן זיך אפצוהאקן פון די געלט קאסע פון די מדינה.
סאטמארער חסידים איבער די וועלט, וועלכע האבן איך זיך איינגעפלאנצט דורך רביה"ק זי"ע דעם שטארקן געפיל צו אט די סארט מוסדות, באגריסן דעם הערליכן אקט גאר ווארים, און באדאנקן די שליחי מצוה הרה"ח המפורסם ר' מיכל שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב געלבמאן הי"ו וועלכע האבן געהאט א גרויס חלק דערין.
ספעציעל דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח הנגיד החסיד ר' מרדכי קאהן הי"ו - ראה"ק דסאטמאר מאנטריאל וועלכע האט לעצטענס געהאט ביי זיך אין שטוב אויף שבת דעם בוהושער רבי'ן שליט"א, און דערנאך באאויפטראגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צו אהעררישן א רייכער באנקעט צו שטעלן א בסיס פון ריינע כשר'ע געלט פאר די בוהושער מוסדות על טהרת הקודש.
ליינט דא מער איבער דעם אפקלאנג פון דעם אקט אויף די גאס.
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2940051&forum_id=771