היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ישישבה "תלפיות" געלט קאציע היינט נאכט אין מאנסי

ישישבה "תלפיות" געלט קאציע היינט נאכט אין מאנסי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939942

tzvibp28 » 27/1/2012 01:14

http://theantitzemach.blogspot.com/2012/01/blog-post_26.html

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com

outspoken » 27/1/2012 15:54

צבי, ווען מ'וויל חוזק מאכן פון א גרופע מענטשען, דארף מען זיך ערשט באקענען מיט זייער פראך און קולטאר,
קום אריין אין א היימישע(חסידישע, אינגערישע) ביהמ''ד וועט איר זען אז דעם אויסדריק נוצט מען ביי כמעט אלע ''געלט אקציעס''

ווער געדענגט נאך ווען די זקני חסידי ליובאוויטש פלעגן זיך אויסדריקען מיט פראזען פונם טיפישן רוסישען פויער.(אוי א שאד אלע זענען אריבער צום ענגלישען שפראך)

tzvibp28 » 29/1/2012 18:31

Mr. Outspoken, יקירי
חושד זיין אז מ'מאכט חוזק זאלסטו יענעם, נישט מיר

בייס דיך אפ דיין צונג!

tzvibp28 » 29/1/2012 18:32

ביסיידס, דא רעדט מען פון נאצי אקציעס, נישט רוסישע פראזע

ס'איז אזוי שלעכט ווי א ווארט עיבריט, לכל הדעות

outspoken » 30/1/2012 03:13

tzvibp28 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
Mr. Outspoken, יקירי
חושד זיין אז מ'מאכט חוזק זאלסטו יענעם, נישט מיר

בייס דיך אפ דיין צונג!


ירא הקהל וישפט


ווען איך זעה דאס ווארט "אקציע," דערמאן  איך זיך אין יפה עליאך'ס בוך, "חאסידיק טעילס אוו די האלאקאסט," און עס ווערט מיר נישט גוט. דארטן ווערט זייער אפט באשריבן די "אקציעס" פון די נאציס, ימ"ש, די אמת'ע נאציס, נישט די ישראל'דיגע פאליציי, ווי זיי פלעגן יעדען שטיק צייט צוזאמקלייבן אידען פון די געטאס און זיי דערמארדערען. טא פרעג איך אייך: פארוואס זאל מען אזא ווארט נוצען אין היינטיקן אידישן לעקסיקאן? אמת טאקע אז מ'רייסט די הויט פון מענטשען ווען עס קומט צו קלייבן געלט פאר די פארשידענע מוסדות התורה, אבער דאך. געפינט בעסער אן אנדערס ווארט. ס'איז פאראן בעסערע ווערטער. טוט נישט ווי טוהן די וואס אדער זיי אדער זייערע עלטערען און זיידעס האבען געליטן אונטער די דייטשן. כ'בין דוקא באקאנט מיט דעם חשוב'ן מוסד, ווייל מיר פלעגן אמאל זיין שכנים, און איך פלעג אפטמאל זעהן ווי די פייער אלארם פייפט במשך דעם גאנצן שבת קודש. ווען איך וואלט געוואוסט וואו דער ראשישיבה/מנהל/משגיח וואוינט וואלט איך אים אפשר געקלאפט אין טיר און זיי פארשפארט אביסל עגמת נפש. איך פלעג אויך געבן "ריידס און "היטשעס" פאר די חשוב'ע בחורים וועלכע פלעגן ווארטן נאך ישיבה אז מ'זאל אויף זיי רחמנות האבען און פירן אהיים. לויט ווי איך פארשטיי איז עס א  ישיבה פון פיינע איידעלע חסידיש'ע (קרי: אונגאריש) בחורים וועלכע דער שוואכע ישיבה סיסטעם האט געלאזט אקאדעמיש דורכפאלען מאיזה טעם שיהי'. תלפיות פראבירט זיי צו שטעלן אויף די פיס. און דער היינטיקער אווענט איז ארגענעזירט אויף צו קלייבן געלט פאר די בחורי חמד. איין זאך וואלט איך זיי געראטן, אומזיסט און אומגעבעטן, אז זיי זאלען זיך טרעפן א נייעם גארפיק דעזיינער, אדער בעסער געזאגט א נייע "קאפי" מענטש, כדי אז די אקציעס זאלען זיך ענדיגן איין מאל פאר אלעמאל

!שיהי' בהצלחה

tzvibp28 » 30/1/2012 05:21

זעהט אויס אז די קהל האט א "הארד טיים" משפט'ן...

תוקן על ידי tzvibp28 ב- 30/01/2012 05:20:29

הבלוג שלי
hirsheltzig.com