היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גאב''ד ירושלים רופט פאפא רבי און נאך

גאב''ד ירושלים רופט פאפא רבי און נאך

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939866

רבי_יונה » 26/1/2012 19:19


כ''ק מרן גאב''ד ירושלים שליט''א האט היינט דאנערשטאג אנגערופן כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א און אים געבעטען בתחנונים אנצונעמען דעם פאקט אז אלעס וואס די ''משטרה'' אין מדינת ישראל טוט מיט'ן ארעסטירן  און פייניגען די קנאים , מיינען זיי אים אליין, און דערפאר זאל דער פאפא רבי שליט''א מעורר זיין עדת צאן מרעיתו אז מען זאל זיך צושטעלן צו אלע מערכות וואס דאס יהדות החרדית אין ניו יארק נעמט אונטער, און אז ער אליין זאל זיך אויך משתתף זיין בגופו , נישט דורך די פאפא דיינים וכדומה.

כ''ק האדמורי''ם ממונקאטש און וויען שליט''א האבן אויך באקומען פון ירושלימער רב, אזא טעלעפאן רוף.

רבי_יונה » 26/1/2012 20:04


דער טעלעפאן רוף פון ירושלימער רב שליט''א קיין אמעריקע איז נאכדעם וואס די ציוניסטישע רשעים האבן איינגעפרוירן דעם באנק אקאונט פון ''וועד הארצי למען משפחות במצוקה'' מיט איר צוויי מיליאן שקלים ,
 אנגעפירט דורכ'ן ארעסטירטן לוחם מלחמות ה' הרב שמואל לובעצקי שליט''א.

דער באנק אקאונט פינאנצירט אויך די ערליכע כוללים פון די מקדשי שם שמים אין ירושלים און בית שמש.