היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראליקאסטער ! הכחשה אין דער איד וועגן בעלז

ראליקאסטער ! הכחשה אין דער איד וועגן בעלז

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939606

בלומבערג » 25/1/2012 14:51

דער צימישעניש אין די כייאטישקייט גייט אן אויף א מאסן פארנעם ביי די זאליבאנער
משה בן פראדל האט באשלסן אריין צי לייגן אן הכחשה אין דער איד פין דעם קול קורא וואס יצחק גרינפלעד האט צאם געשטעלט

חיים הערש גייט זיין אינטער געשריבן דער אויף.

די שאלה איז נאר צי דא גייט זיך עס ענדיגען די מערכה, אדער צי די סוקריקים ווי מנשה פילעף וועלן גיין ווייטער מיט זייער מערכה
ס'איז פשוט א נחת צי ציקוקן ווי מען רייסט ארום ביי די קעפ ביי די רשעים אין יעדער טוט מה שלבו חפץ.

דער אייבשיטער זאל העלפן ס'זאל נאר נישט שאטן פאר קיין יוד.

דערסיגעטער » 25/1/2012 20:22

הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער האט נאך זיין שיעור אין קינגס טעררעס דינסטאג נאכט געזאגט ברבים אז מהאט אים גערופען אויב מען קען לייגן זיין נאמען פאר א פריוואטער בריוו פארן בעל הבית פין דער איד אין ער האט מסכים געווען ער האט מסביר געווען עס איז א שיינער ערליכער וועכנטליכע אויסגאבע אין יעדער מענטש קען מאכן א טעות וטעות לעולם חוזר
אין ער האט מוחה געווען אז היתכן עס איז ארויס געגאנגען אין ער וואלט אויף אזואן קיינמאל נישט מסכים געווען אין געזאגט אז ער לאזט נישט הענגען דעם מחאה אין בית המדרש

רבי_יונה » 25/1/2012 21:03

איך הער טאקע אז דער באלעבאס פון דער איד וואוינט ערגעץ ווייטן כינע אין א פארשטופטע געגענט אין טראנדזשאנג ווי עס איז נישטא קיין טעלעפאן און מ'מוז שיקן בריוו דורך א קעמל וואס גייט אין מדבר איינמאל אין 17 וואכן.

אמת'דיגע גערעדט וועמען  מאכט רש"ל וויינבערגער משוגע?

ער קען נישט אנקאלן משה פרידמאן און רעדן צו אים?

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/01/2012 23:12:32

שלמהווייס » 25/1/2012 21:14

שיינע פאלעטישן

דערסיגעטער » 25/1/2012 21:15

א עסקן האט זיכער אנגעדרייט די וואס האבן געחתמט קיינער איז נישט געווען רעדי אליינס צו רופן
 אלע וואס האבן געחתמט האבן געדארפט מאכן א קאנפערנס קאל ?
 א פריוואטע בריוו פין דיינים איז זייער נערמאל אין ס'האט נישט געדארפט ארויסגיין
 
נ.ב . דרך ארץ פאר א חשובע דיין ס'פאסט נישט אזוי צו רופן א דיין א ת"ח ביים נאמען אין עס איז אקעגן תקנות הפארום

דערסיגעטער » 25/1/2012 21:18

גאר אמתדיג גערעדט. איז ער דער נערמאלסטער דיין וואס וויליאמסבורג פארמאגט

שלמהווייס » 25/1/2012 21:24

דערסיגעטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א עסקן האט זיכער אנגעדרייט די וואס האבן געחתמט קיינער איז נישט געווען רעדי אליינס צו רופן
 אלע וואס האבן געחתמט האבן געדארפט מאכן א קאנפערנס קאל ?
 א פריוואטע בריוו פין דיינים איז זייער נערמאל אין ס'האט נישט געדארפט ארויסגיין
 
נ.ב . דרך ארץ פאר א חשובע דיין ס'פאסט נישט אזוי צו רופן א דיין א ת"ח ביים נאמען אין עס איז אקעגן תקנות הפארום

א דיין "איז נישט געווען רעדי אליינס צו רופן"?

לא תגורו מפני איש!

פאפיטעס » 25/1/2012 21:24

די זאליס רייסן זיך ביי די קעפ, איצט הייסט עס אז משה גבאי גייט אראפ נעמען די קעפל פונעם בריוו ווי עס שטייט אל כבוד העיתון דער איד, וואס משה שרייט אז די ווערטער איז מלא חוצפה ועזות קעגן אים, און זיין בלוט איז פארגאסען, דאס איז א אימפיטשמענט אויף אים זאגט פראדל, און מען האט געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז איך משה גבאי איז ווייניגער היינט בעל הבית ביי די זאליס ווי מרדכי רובינשטיין.

טא שרייען די זאליס אז זיי זענען שוין מסכים אז משה זאל אראפ שניידען אין דער איד די שורה, און עס אזוי אריין לייגן, אבער זיי ווארענען מיטן שארפסטן טאמער דער איד לייגט עס נישט אריין, איז דאס א שרעקליכע פגיעה אין די סיין בי"ד, און זיי וועלן זיך ביטער נוקם זיין אין פראדל און אין דער איד, ווייל דאס מיינט אז די סיין בי"ד פסק איז כחספא דעלמא, אין די איצטיגע שעות רייסן זיך די זאליס ביי די קעפ, זיי האבן נאך צייט ביז 3 פארטאגס זיך גוט אויס צו הרג'ענען.

פאפיטעס » 25/1/2012 21:34

דער ר' שלמה לייב איז דער גרעסטער פאני בעלאני פון אלע זאלי דיינים.

די מחאה הענגט אין תהילות יואל בריש גלי זייט פרייטאג נאכמיטאג ביז נעכטן נאכט, סיי אויבן אין בית המדרש, און סיי לעבן די טיר אונטן, ר' שלמה לייב האט דאס געזעהן הענגעדיג כאטשיג 20 מאל די פאר טאג.

קומט ער איצט און זאגט אז וואס? אז ער האט נישט געוואוסט אז מען איז עס מפרסם, און ער איז א מוחה אז מען האט עס אויפגעהאנגען...

זאג נאר וואס האט אים פראדל צוגעזאגט דערפאר?

עס דערמאנט מיך ווען די ברך משה האט אים געבעטן אונטער צו שרייבן קעגן יוסעלע משומד (וואלדמאן), האט שלמה לייב געזאגט אז ער האט בקבלה פון זיין טאטן אז ער שרייבט ח...ס.... ו..ש..ל..ו..ם נישט אונטער קעגן קיין שום איד.
 
אבער פלוצלינג זייט רז"ל איז אנגעקומען קיין ווילי, הערט ער נישט אויף צו שרייבן מיאוסע העסליכע פאשקאווילן קעגן טויזענטער אידן מיט די ארגסטע לשונות של גנאי.

דערסיגעטער » 25/1/2012 21:39

גראדע ער איז נישט געווען ווי אלע וואס האבן געחתמט בלינדערהייט אלע יארן אויף אלע מחאות
אויב געדענק איך גיט האט ער נישט אינטערגעשריבן אקעגן דער בלאט



ער ווייסט מסתמא נישט וואס צו טוהן ער דארף מאכן א שווערע דיסיזשען  דער איד איז דער אפציעלער סאטמארער פאן טראגער-וועג ווייזער אין די שיטה פאר 50 יאר קיינער קען דאס נישט לייקענען ער פרובירט זיך זייער צו האלטן מיט דעם,
 
ער איז געווען זיכער ביי זיך אז סאטמארער עולם וועט אננעמען מער פאזעטיוו דעם גאנצע פיוס-מחילה געשעניש




תוקן על ידי דערסיגעטער ב- 25/01/2012 22:08:47

גרוינים » 25/1/2012 22:22

דערסיגעטער, וואס מיינט ביי דיר סאטמארער פאן טרעגער?

ממה נפשך ביי די היציגע חברה רוב בני יואל זאליס סיקריקים וואס ביי זיי מיינט סאטמאר שלעכטע מידות אויסצוגיסן אויף יענעם מיטן שלייער פון רבין ז"ל ביי זיי איז דאך דער איד געווען טריפה אלע יארן ווייל מהאט דאך נישט געהאלפן צאפן דעם סיגעטערס בלוט און סך הכל די לעצטע 12 יאר זינט מהאט אנגעהויבן שרייען ר' אהרן פוי איז עס כשר געווארן איז דאך לויט זיי נישט נתאמת דיינע ווערטער אז "דער איד איז דער אפציעלער סאטמארער פאן טראגער-וועג ווייזער אין די שיטה פאר 50 יאר"  און אפילו ביי די איז יעצט דאך דער איד צוריק טמא געווארן ווייל ער האט נישט גענוג שלעכטע מידות ארויסגעוויזן קעגן די בעלזא פיוס (איך גלייב שווער אז דער איד ווען נאך צוריק גשר ווערן ביי עקטרעמיסטן אפולי אויב די וואך וועט ער פרובירן צוריק צו שרייען קעגן דעם פיוס)

און אויב מיינט סאטמאר ארגינעל מרועה לרועה מיט יסודות  הדת פון שמירת התורה והמצות און מלחמה לה' בעמלק מיט געבן בלוט פאר קנאות און נישט צאפן יענעמס דאן איז דאך ווייטער נישט נתאמת דיינע ווערטער אז "דער איד איז דער אפציעלער סאטמארער פאן טראגער-וועג ווייזער אין די שיטה פאר 50 יאר"
ווייל עקירת התורה מיט השחתת המידות צאפן בלוט ווער סגייט נישט אין שפאן איז דאך בתפארתה די לעצטע 12 יאר אינעם איד 

ווייטער פאר די פאלטיק פירער ווי משה גבאי וחביריו איז דאך אלס געווען פאליטיק אפילו ווען ער האט געפאלגט דעם דעת תורה ודעת הקהל בימים ההם איז דאך אוודאי נישט דאס ווארט סאמאר בלויז פאליטיק ממילא איז דאך ווייטער 
נישט נתאמת דיינע ווערטער אז "דער איד איז דער אפציעלער סאטמארער פאן טראגער-וועג ווייזער אין די שיטה פאר 50 יאר"

אלא מאי איז דיין לעצטע תגובה בלויז צו מחזק זיין די עטליכע אמתע סאטמארער חסידים און נארמאלע מענטשן (אויב סנאך דא ביי אייך) אז מזאל עכ"פ חזרן מיטן האמנתי כי אדבר דער איד איז ווייטער דער סאטמארער פאן טרעגער
נישט קיין שלעכטע געדאנק...


תוקן על ידי גרוינים ב- 25/01/2012 22:29:53

האנדא » 25/1/2012 22:58

דערסיגעטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גאר אמתדיג גערעדט. איז ער דער נערמאלסטער דיין וואס וויליאמסבורג פארמאגט

 

דער סיגעטער זאל זיין געזינט איז דאך אזא טיפיקל זאלי, אז עס גיסט זיך פון אים זאלי שמאלץ!

 רבי שלמה לייב די חשובסטע דיין און וויליאמסבורג, די ביזט משיגע און גאנצען? די מיינסט טאקע אז מיר אלע וואוינען אויפן פלאנעט מארס? די קוקו וואס די ביזט,

דער וויינבערגער זאל געזינט זיין, האט מצער געווען דעם הייליגן ברך משה זי''ע, ער איז געווען די אייציגטער מוצ'ל וואס האט געהאט די חיצפה זו זאגן פארן הייליגן ברך משה זי'''ע ''איך פייף אריין מיט אייך מיט א גרויסער פאייער טראמפייטער''! ביי די בני המן פרשה,

דער וויינבערגער זאל געזינט זיין, האט אנטערגשריבן דעם שמיציגן קשר בוגדים פאשקעוויל קעגן 107 פון די חשובע ראשי הקהלה, א קעגן יודן וואס וואלטען געקענט זיין זיין עלטער זיידע,

דער וויינבערגער זאל געזינט זיין, האט אויסגעריסן די מציאות פון דין תורה ביי כלל ישראל,

דער וויינבערגער זאל געזינט זיין, האט געגבן זיין טמא'נע גושפאנקא אויף אלע רשעות און רציחה, וואס די זאלי קאמפאני איז באגאנגען קעגן די מענשהיייט די לעצטע 12 יאר,

דער וויינבערגער זאל געזינט זיין, האט געמיטיגט און מחזק געווען די זאליס אז זיי זאלן גיין און קארט און מסר'ן יעדער וואס איז לויט זיין קרימע קאפ געווען א שטער פאר די זאלי קאמפאני,

ער איז די חשובסטע דיין און וויליאמסבורג????????

זאג מיר די סיגעטער, וואס דארף מען טאן צו ווערן א שייגאץ????

אויב איינער באגייט אזאנע שוידערליכע מעשי תעתיעים, און דאך ריפסטו אים אן די חשובסטע דיין און וויליאמסבורג, דאן וואו אזוי זען שוין אויס די שקצים?  

 

 

דערסיגעטער » 25/1/2012 23:23

 

האנדא כתב: [בילד – נישט אפגעהיט]

זאג מיר די סיגעטער, וואס דארף מען טאן צו ווערן א שייגאץ????

אויב איינער באגייט אזאנע שוידערליכע מעשי תעתיעים, און דאך ריפסטו אים אן די חשובסטע דיין און וויליאמסבורג, דאן וואו אזוי זען שוין אויס די שקצים?  


 

ווען די פאנגסט אן רעדן ווי א קינד ביסטו א געווינער ווייל איך קען מיך נישט אנטוהן אזעלעכע קליינע שיך

אזא שגץ איז ער. ממש ערגער ווי די ערגסטע מדארף צילייגן א קאפיטל אין מגילת איכה וועגן די נייע צרות וואס דער דור ליידט אין ער גייט נאך ל"ע מיטן ברייטען ביבער היט רח"ל

אלע זיינע שוידערליכע עבירות וואס די האסט אויסגערעכנט אין איין ווארט איז ער האלט נישט ווי דיר אין איז א זאלי דערפאר . בין אויך קוקו אין ער איז א גוי אין נישט גענוג צי אלע צרות זאגסטו אז איך בין גאר א זאלי שומו שמים !


וואלןסח » 25/1/2012 23:30

דער ניק "דער סיגעטער" האט עפעס א מערכה מיט ריח"מ אז ער מאכט רש"ל פארן חשובסטען דיין



תוקן על ידי וואלןסח ב- 25/01/2012 23:38:32

דערסיגעטער » 25/1/2012 23:49

אזויפיל ווייס איך אז ער איז דער גרעסטע פוסק וואס פסקנט די מערסטע שאלות אין וויליאמסבורג אין ער איז א נערמאלער מענטש מיט א שכל הישר אין אפי' ארונים גייען צי אים
יא איך האבן אסאך זאכן וואס איך האלט אנדערש ווי אים למשל ער איז א זאלי אין איך א ארוני ...
אבער ער האט א רעכט צי האבן א אנדערע מיינוג.
 קינגס טעררעס איז לעת עתה א זאלי שול אין אויב ווארפט מען ארויס א ארוני פאנדרעזער איז אויך א נערמאלע זאך ווייל די זעלבע וואלט געשעהן אויב די זאליס קומען נאך געלט אין הופער
 
איך גלייב נישט אז ער איז פערזענטליך ביזי דערמיט ווייל איך ווייס אז ער איז געווען אינואלוד אין אויפזאגען 10 יאר צוריק דער גבאי אין האט אים שוין 3 מאל איבערגעבעטן

גרוינים » 26/1/2012 00:03

יא איך האבן אסאך זאכן וואס איך האלט אנדערש ווי אים למשל ער איז א זאלי אין איך א ארוני ... 
צי שפעט זיך דערמאנט צי שפילען!

דערסיגעטער » 26/1/2012 00:14

איך בין א ארוני דאס קענסטו נישט אוועקנעמען פין מיר { פארן עבירה פין רופען ר' שלמה לייב אין זאגען ער איז א חשובע דיין } אלעס ביז אהער

גרוינים » 26/1/2012 00:28

קוקטס וואס דער "ארוני" שרייבט פריער אויפן צייטונג וואס רצה לעקור הכל
...אין ער האט מסכים געווען ער האט מסביר געווען עס איז א שיינער ערליכער וועכנטליכע אויסגאבע אין יעדער מענטש קען מאכן א טעות וטעות לעולם חוזר...
נאך איינס
...דער איד איז דער אפציעלער סאטמארער פאן טראגער-וועג ווייזער אין די שיטה פאר 50 יאר קיינער קען דאס נישט לייקענען ער פרובירט זיך זייער צו האלטן מיט דעם...
   

פאפיטעס » 26/1/2012 02:04

אפאר נקודות

1) די זאלי דיינים האבן קיינמאל נישט ארויסגעגעבען קיין בריוו קעגן דער בלאט, און טאמער עס וואלט יא ארויסגעקומען וואלט ר' שלמה לייב געווען דער ערשטער אונטער צו שרייבן.

2) וויינבערגער האט אונטער געשריבן איבער 10 בריוון קעגן די אהרונים מיט דברי זלזול וחירוף און געמיינע ווערטער.

3) וויינבערגער האט אונטער געשריבען מיאוס'ע געמיינע בריוון קעגן אהרונים פרעזענדליך ווי ר' בערל פריעדמאן, ר' יצחק ראזענבערג וכו'.

4) וויינבערגער האט מתיר געווען די ערכאות פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ.

5) וויינבערגער האט געשריבן א בריוו ווי ער איז מתיר די זאליס צו ערכאות של עכו"ם קעגן קהלתינו בלי הזמנה איבער די בית החיים אין קרית יואל.

5) וויינבערגער האט קיינמאל נישט געוואלט אונטער שרייבן קיין שום בריוו וואס מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט געבעטן, מיט די בעלאני אז זיין טאטע לאזט אים נישט אונטער שרייבן קיין שום בריוו קעגן קיין שום מענטש...

6) וויינבערגער האט געצאפט מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע די בלוט ווי אימער ער האט נאר געקענט.

7) וויינבערגער האט מבזה געווען און געטרינקן דאס בלוט פון הרבני החסיד ר' שלמה שטערן ע"ה, ווייל ער איז געגאנגען אין תהילות יואל מיט די פושקע פון די ישיבה גדולה קרית יואל, וויינבערגער האט אים אמאל געשריגן גייט ארויס מיטן טמא'נעם פושקע, ר' שלמה האט גענטפערט פאר דעם מחוצף, איך וואלט געקענט זיין אייער טאטע, און איך האב אייך נישט געפרעגט וואס צו טאן.

8) וויינבערגער האט מבזה געווען און ארויס געווארפען מיט קולות און בזיונות הרבני החסיד ר' אברהם דוד קארצאג ני"ו פון תהילות יואל, ווייל ער איז געגאנגען מיט א פושקע פון די מתיבתא קרית יואל.

9) וויינבערגער האט ארויסגעווארפען פון גבאות מיט בזיונות און רציחה דער לאנגיעריגער גבאי הרבני החסיד ר' חיים אלי ליכטמאן ני"ו, און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטען.

10) וויינבערגער קאלט ארום ווען עס איז דא א נפטר און זאגט אז ער איז מחייב על פסק הלכה צו לייגן אין פאלאקס, אבער צוליב זיין אייגענע כבוד האט ער נישט געלייגט דארט זיין טאטע מאמע, ווייל ער האט האט פארשטאנען אז צו לייגן אין פאלאק'ס איז א בזיון נורא.

איך מיין אז די האסט שוין גענוג סחורה אויף דעם חשוב'סטן דיין...

איצט איבער "דער איד" נושא

וויינבערגער האט נעבעך געמאכט א ביטערן גרייז, ווען די זאליס זענען געקומען צו אים מיטן צעטיל אונטער צו שרייבן האט ער גלייך אונטער געשריבן מיט פרייד, אזוי ווי ער שרייבט אונטער גלייך יעדע זאלי פאשקאוויל, ווייל וויינבערגער האט פארשטאנען אז מיט דעם צעטיל שמאסט מען מעכטיג אן די אהרונים פארן מאכן שלום מיט בעלזא.... ער האט זיך מחיה געווען...! א זעץ פאר די אהרונים...!

טא וואס איז געשעהן?

נאך זיך אויסשלאפן און כאפן פון משה פראדל מנה אחת כפים, האט ער שוין פארשטאנען אז דער צעטיל האט גאר געטאן פארקערט, ער איז געשעהן ונהפוך...

די אהרונים טאנצן מיטן צעטיל, און דרייען זיך פאר געלעכטער, זיי האבן שוין לאנג אזא גוטץ נישט געהאט.

משה פראדל ברענט פאר כעס, ווייל דאס צעטיל איז א מחאה גדולה אויף אים, און עס ווייזט פאר די גאנצע גאס, אז משה פראדל איז בעל הבית ביי די זאליס גענוי ווי מרדכי רובינשטיין.

וויינבערגער האט ענדליך נעכטן געכאפט דעם בראך וואס ער האט אפגעטאן - און די טובה וואס ער האט געטאן פאר די אהרונים - האט ער געכאפט א נערווען בראך און נעכטן ביי זיין שיעור מוחה געווען אפען צעטיל, ער האט נישט געוואוסט... ער האט נישט געמיינט דאס... וכו'.

וויינבערגער - מיר אלע מיינען זייער גוט וואס די האסט געמיינט און געוואלט...!

קריסטאל » 26/1/2012 02:46

דער ברך משה האט געהייסן ארויס ווארפן וויינבערגער פין שול ער האט געזאגט פאר משה הערש רייזמאן אז ער קומט נישט אריין ביז ווילאנג וויינבערגער גייט נישט ארויס
משה הערש האט אים געהייסן ארויס גיין

וויינבערגער איז געווען א באקנטער מחוצף פארן ברך משה

דערסיגעטער » 26/1/2012 08:51

איך גיי מיך נישט טעהנען ווייל איך בין א ארוני אין איך וויל נישט ענפערן וואס ליגט מיר אויפן צינג.

לאמיר צוריקגיין צום אשכול , אז משה גבאי אין דער איד איז אויף א ראלעקאסטער

משה איז אסאך קלוגער ווי די טראכסט ס'גייט אים גארנישט אן
דער איד איז א שיינער צייטונג ספעישעל די לעצטע פאר יאר ס'זעהט זיך אן אויף די עדס וואס ער האט כמעט טאפעלט פין דער בלאט אפי' נאכדעם וואס דער בלאט האט טויזענטער בעלזא עדס עקסלאסיוו ....  משה האט געשריבן ווי א פאליטישאן די נייעס ענד דעיטס איט.  ער גייט נישט שרייבן קיין ווארט . איגנארירן אין ווייטער קאווערן שיין בעלזא מאחחניווקע אין אנגיין ווייטער אזוי ווי ער האט געמאלדן אז סקווירא רבי איז געווען אין לאס אנגעלאס

קריסטאל » 26/1/2012 14:54

משה איז שרעקליך קלוג
קוקט טאקע אויס ווי ער איז דער ארכיטעקט פין דעם גאנצען פיוס מיסיע למעשה האט האט משה גאר נאר ארויס געהאלפן די אהרונים מיט זיין געמויזכץ אין דער איד
אין דא שטעקט זיין קלוגשאפט אז ער האט געמאכט די ערשטע מאל א טיילנונג ביי זאליבאננער אין די גאנצע וועלט קאלערט זיך פאר געלכטער פין זאליבאנער

ויואמ_אמת » 26/1/2012 19:44

איך האב נישט געוויסט אז דער צייטונג דער איד האט אזוויפיל שרייבער אויף היידפארק, עס קוקט טאקע אויס פין זייער סימפאטיע ווי מען צאל זיי שיין

צאן_ברזל » 26/1/2012 20:15

דערסיגעטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווייל איך בין א ארוני...

 


[בילד – נישט אפגעהיט]