היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » לאמיר כאפן א טענצל אשר גאלנו

לאמיר כאפן א טענצל אשר גאלנו

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2939234

ריזקאליש » 23/1/2012 16:44

טייערע ברידער'לעך ס'לעצטע וואך דריי איך מיך ארום מיט א טענצל זיך אונטערזינגדיג
אשר גאלנו וגאל אבותינו
זכרנו ימים מקדם, זכרנו את הקישואים ואת הבטיחים
מיר געדענקען ווען דער בלוט דארשטיגער רשע משה בן פראדל
פלעגט אונז אנשטינקען מיט זייינע שקאצערייען,
און מיר נארנים האבן געדארפט פארענטפערן זיינע אלע לאקשן און שמוץ וואס ער האט אנגעשטינקען
ווער עס כאפט א בליק די לעטע וואך ביי די זאליס ווי יעדער לפי דרכו וערכו מיטשעט זיך מיט דער איד
זה בכה וזה בכה, איינער בענטשעט און איינער שעלט,
בלייבט אונז איבער נישט מער ווי צו כאפן א טענצל, "אשר גאלנו" 
מיר האבן נישט היינט מיט דעם פסקונד

מישמאש » 23/1/2012 18:30

אויב דער אייבישטער האט אונז בלויז באפרייט פון די לאפעס פון בן פראדל דיינו,

אויב דער אייבישטער האט אינז בלויז באפרייט פון דעם פיסטן מן הארץ ר' זאליקא דיינו,

אויב דער אייבישטער האט אינז בלויז באפרייט פון די לייצים פון לישכה פארבאנד דיינו,

אויב דער אייבישטער האט אינז בלויז באפרייט פון די ווערים און קרעטץ, און יאקאבאוויטשליך למיניהם דיינו,

אויב דער אייבישטער האט אינז בלויז באפרייט פון דעם דיקן זריאאאללל מיט זייינע באבע מעשיות דיינו,

אויב דער אייבישטער האט בלויז באפרייט אונזער קינדער, אז זיי זאלן נישט נתחנך ווערן דירוך משכיל בלומענפעלד דיינו,

אויב דער אייבישטער וואלט אונז בלויז אפגעראטעוועט דעם בית החיים, אז מיר זאלן נישט דארפן ליגן נאך די 120 מיט די ווערים און קרעטץ דיינו,

אויב דער אייבישטער האט אינז בלויז באפרייט, פון די אלע זעלבס-העסליכע באשעפענישען (דמתקריא רביזכיזעליינוו יודן) דיינו,

על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת למקום. עלינו.

מיר זענען פטור געווארן פון דעם ערכי טעראריסט בן פראדל, און מיר האבן די זכיה זיך מתתופף צו זיין בצל דעם מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א, נישט דירוך דעם בור און מן הארץ רבי זלמן הדשיגאני, און מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די לישכע לייצים, די מחבלי כרם השם צבאות,  נאר מיט די גאוני דורינו, די עיני העדה, און מיך שלאפן נישט און איין בעט מיט די אפפאל פון כלל ישראל, וואו די יאקאבאוויטשליך מיט די אלע אנדערע ווערים און קרעטץ וכל מרעין בישין למיניהם, מיר האבן נישט דעם הערינג פרעסער און מעשיות פראבערצירער, דער באג''ץ גייער זריאאאאללל, ביי אונז אויף קאסט, און אונזערע קינדער ווערן נישט נתחנך דירוך דעם משכיל בלומענפעלד, און מיר האבן די זכיה אז מען לייגט די זאליבאנצעס און פאללאקס,  נישט און בית החיים דקהלתינו הק' און מיר ווערן נישט דיקטירט פון די איגאיסטישע העסליכע בר נש'ן, עד הנה עזרינו רחמיך

רבי_יונה » 23/1/2012 18:37




מישמאש, געוואלדיג.

אבראהאם » 23/1/2012 18:51

יעצט קען מען זעהן ריכטיג ווי אזוי די זאלי קאמפעני ארבעט

דארט ווי מען דארף זיך שלאגן מיטן רבי'ן זענען זיי פאראיינגיט די שנאה ברענגט זיי ציזאם
אין דארט הערשט גרויס אחדות צווישן אלע פראקציעס

דארט ווי די רבי איז נישט אזוי אינוואלוואט הייבט אן אויס ברעכן מלחמות פין אלע זייטן אין א יעדער שרייט אני בראש
 
ר' זלמן לייב נעמט האלט איך אן דעם בעסטן מהלך ער לייגט זיך אריין דעם קאפ אין דער ערד אין מאכט זיך ווי ער איז נישט דא, אין ווארט אז די קריזיס זאל דורך גיין, אוודאי ווייזט עס נישט אויף קיין סימני פין א רבי צי א מנהיג
נאר אז מען האט אזא שלעכטן ציבור אין שלעגערשיען עולם נעמט ער אן דעם צד
אין די וועלט איז ער א פורים רבי אבער ביי זיך שווימט ער עס דורך

הטוב_שמך » 24/1/2012 05:55

מישמאש, איך האב פיינט זיך אריינצומישן, בדרך כלל וועסטו מיר נישט זעהן נעמען א צד, אבער אז דו שעלטסט און דו לאכסט פון די אזוי-גערופענע "זעלבסט-האסענדע" אידן, לייען נאר אדורך דיין תגובה, און קוק ווי שנאת ישראל שפריצט ארויס פון דיין פעדער, עד כדי כך אז מען קען ממש נישט שטיין דערנעבן.

שעם זיך.

ובזה יצאתי ידי חובתי.