געשריבן מוצאי שבת.
אלץ א מענטש וואס ווערט געטריבן פון נייגער, בין איך אריין נעכטען אין בעלזא ביהמ''ד צו טאפן די דופק, נאך א שעה בין איך ארויס פון אן אנדערע פלענעט, פון אינזער (סאטמארע) וועלטל.
כ'וועל שרייבען אפאר פונקטען וויפיל און וואס ס'האט מיר געכאפט,
ביים אריין קומען איז דא א שנאר צעטעל פארן ביהמ''ד אויף העברעאיש.
איך האב אויך געזעהן די צעטל, עס איז נישט אין הברעאיש עס איז אין לשון קודש.
ישראל אייכלער די ח''כ איז די שליח פון רבין קיין חו''ל (אז ווער ס'לייגט אריין פאלט נישט אריין)
ישראל אייכלער איז די שליח צו די כנסת המינים נישט קיין חו''ל, יענע וואך איז ער בכלל נישט ארויס געפורען פון ארץ ישראל ער האט פארגעשלוגן אין כנסת א נייע געזעץ וואס וועט לייכטער מאכן פאר פרימע יודען צו קויפן א דירה.
ישמח משה, ייטב לב איז דא אין שאנק (קדושת יו''ט שוין נישט געזען, אבל אין זה ראי)'
יא, די קימסט טאקע פון א אנדערע פלאנעט, אויב דאס קען ביי דיר זיין א חידוש, איז א סימן אז מען האט דיך גיט מחנך געווען אין ביסט א גיטער תלמיד, גלייבסט אלע שטותם פון מנשה פיליפ. האסט זיכער געזיכט דע פודבאל פעלד, אין די יונגעלייט מיט שווארצע זאקען אין מיט פולעציי דאשיקעס, האסט דיך זיכער געווינדערט אז די זעיסט נישט אין בית מדרש א פאהר פרייע יודען וואס חבר זיך מיט די יונגעלייט, סטייטשט, פיליפ האט דאך קלאר געזאגט "התחברות לרשעים"?.
לאמער דיר עפעס פארציילען, בעלזער רב'ס מענטשן האבן ארויסגעגעבן א סעט פון ספרים וואס הייסט "ביאורי חסידות" דארט ווערט איבער געארבעט שטיקלעך פון חסידישע ספרים וואס בעלזע רב האלט אז עס איז וויכטיג זיינע בחורים אין יונגעלייט זאלען דאס לערנען, 2 פון די ספרים וואס ווערען אסאך געברענגט איז ישמח משה און ייטב לב.
מיטן רעדן מיט אינגעלייט מיט 2 עלטערע מענטשען האט זיך ארויסגעשטעלט אסאך אינטערסאנטע וועג ווי זיי טראכטען,
זיי האבן מער רעספעקט פארן ברך משה ווי פארן רבין ז''ל ווייל ער איז געווען א רבי פון אלפים און די דברי יואל איז געווען א גאון א רב (רביה''ק מבעלזא איז געווען א קדוש)
אדער ביסטו סתם א ליגנער אין קענסט באשטיין אהערצושטעלן די בעלזע עולם פאר פלעינע משגועים, אדער האסטו אנגעטרופן א משוגענער, איך דריי מיך אין בעלזא שוין לענגער ווי א שעה, און איך האב נאך נישט באגעגענט איינער זאל האבן מער רעספעקט פאר דעם ברך משה ווי פאר דעם ויאל משה, אין די שווערסטע און לעבעדיגסטע זמנים וואס מענטשען זענען געווען ציווילדעוועט אין גערעט פאר פייער און פאר וואסער, האט אבער יעדער געסוויסט אז אויפן ויאל משה טאר מען נישט רעדען קיין ווארט ער איז געווען הייליג ביי יעדעם, מיטן ברך משה איז א אנדערע מסכתא...
די היינטיגע בעלזא רבי איז א בר פלוגתא מיט רבין ז''ל (די עיקר מיט הנהגה) אבער האט מער סייתא דשמיא (נישט אפילו אינטערסאנט נאכצוזאגן זייער סברות)
דאס גראדע איז יא אמת, קיינער האט קיינמאל ביי אונז נישט געהאלטן אז דע ברך משה איז א בר פלוגתא פון אונזער רבי.און ווי שטארק אונז האלטן פונעם ויאל משה זצ''ל פארשטייט זיך ער מיר האלטן מער פון אונזער רבי, דאס איז ליגעל אז יעדער מעג האלטן פון זיין רבין וויפיל ער וויל.
ביסט אויך גערעכט אז עס איז נישט אינטרעסאנט נאך צו זאגען דא זייערע סברות, ווייל קיינער וועט מילא נישט פארשטיין וואס די רעדסט, און מיסתם האסטו אויך נישט פארשטאנען וואס זיי רעדען, הער, אז מען האט ענק די לעצטע 30 יאר מחנך געווען אז ער איז א בער, און אויב נישט קיין בער דעמאלטס א פיסטע לץ, איז גיי פארשטיי זיינע חסידים וואס שרייען אז ער איז צדיק הדור, נעבעך א באנדע משוגעים, איי ער זאגט שוין תורה איבער 40 יאר וואס קיין רבי קען נישט זאגן ? קוק ימ''ש האט אויך געקענט זאגן תורה, איי יעדער בעלזער חסיד קען דיר פארציילען רוח הקודש אין ניסים גלוים וואס ער האט געהאט ? אלעס איז פון די סטרא אחרא. בקיצור, לאמער פון דעם נישט רעדען און מעט גייט ווייטער מיט דיין באזוך אין בעלזא.
אויף די שאלה אז די בעלזא רביס זענען געווען לוחמים אקעגן ציונות אגודה מזרחי איז די תירוץ אז היינט איז די בעלזא רבי די גרעסטע לוחם אקעגן די חולונים, נאר דרכיה דרכי נועם טוט מען אויף אסאך.
אמת!
(היסטארי פון בעלזא רביס אקעגן ציונות האבן זיי געוויסט בערך וויפיל אן עווערידטש סאטמארע אינגערמאן ווייסט פון די ספרד'ישע קהילה אין סיגוט אדער וועגן ר אביש אין קראלע)
וויפיל ווייסטו פון די מלחמות וואס דע עלטער עלטער עלטער וכו' זיידעס פון דיין רבי האבען געפירט קעגן די צדוקים און שפעטער קעגען די קראים ? וועלסט מיר ענטפערען אז עס איז מער נישט אקטועל, דע זעלבע איז ביי אונז מיט ציונות עס איז נאך קיין איין יוד פון די היימישע קרייזען נישט אפגעפארען וועגען ציונות, אונז האבען גאר נישט מיט זיי און רעדען וועגען זיי און אויף זיי געט גארנישט צו.
וועגן די איצטיגע פיוס איז זיי געווען א פשטות אז די רבי וועט אלעס טון פאר שלום
מסכים! עס איז קלאר אז בעלזע רב האט נישט אויף וואס איבער צו בעטען ער מעג מסביר זיין די שיטה פון זיין פעטער
וואס ער האט געטוהן איז ווייל ער האפט אז דאס וועט גורם זיין צו מער אחדות ביי כלל ישראל.
כהאב געוואלט ארויסקוועטשען עפעס קנאות, אבער כ'האב באקומען בערך ווי פון א סאטמארע אינגערמאן האלט פון נטורי קרתא ביים גיין קיין איראן ביי די האלעקאסט קאנפערנטס.
אויך אמת! ביי אונז איז דאס נישט פון די עשרת הדיברות אזוי ווי ביי ענק.
איך בין אמאל געווען אין א קעמפ פאר סאטמערע יונגלעך ביי די יורצייט סעודה כ''ו אב, עס האט זיך אויפגעשטעלעט א חושבער יונגער מאן, א בעל כשרון, רעדען צו די יונגלעך, איך האב נישט געוויסט צו איך דארף לאכען צו איך דארף וויינען, מען רעט צו קינדער א שעה צייט, אנשטוט צו פארציילען פאר די קינדער וואס פארא הייליגע רבי מען האט געהאט, רעדען פון זיין צדקות, זיין תורה, זיין גאונות, זיין קדושה, זיין חסד, זיין פקחות אאז''ו, וואס האט מען גערעט ? נאכאמאל ימח שמם פאר די ציונעם אין נאך אמאל ימח שמום, אזוי זעהט עס אויס ווען מען נעמט 1 נקודה קען זיין א וויכטיגע נקודה, ווי קנאות,און דאס ווערט דע עיקר.
דאס איז געווען פון 1 שעה דארט זיין, ואין זה ראי' אז ס'נישט אזוי אדרבה ווער ס'ווייסט זאל שרייבן.
אז איך האב שוין די געלעגענהייט, וועל איך אויך פארציילען איבער א ויכוח וואס איך האב געהאט מיט יענעם מחנך-בעל דרשן, ער האט מיר פרובירט מסביר צו זיין דע עניין פון "כח הפועל בנפעל" אז בעלזער חסידים, זייער תורה אין דאווענען איז גארנישט ווערט ווייל זייערע מוסדות נעמען שטיצע פון די ציונישע רעגירונג, בקיצור די גאנצע שיטה על רגל אחת, איך האב אים געבעטן אז ער זאל מיר מסביר זיין קלארער וואס ער מיינט, ווי איז די השפעה ? ער זאל רעדען מער למעשה'דיג, ווי אזוי זעהט מען אויף די בעלזע יונגעלייט די שלעכטע השפעה פון די טמא'נע געלט ? זענען אונזערע יונגעלייט ווייניגער ערליך ווי די סאטמערע יונגעלייט ? איז דא אין בעלזא ווייניגער תלמידי חכמים ווי אין סאטמער ? לערנען די קינדער אין חדר ווייניגער אדער ערגער ווי אין סאטמער, זענען אונזערע מיידילך נישט קיין צניעתדיגע מיידילעך ח''ו ? זאגט ער אז אונעווייניג זענען אונז פארדארבען, עס איז אלץ נאר משופה ולחוץ, זאג איך אים אז ער רעט שוין ווייטער צו מיר תרגום לשון, ווען איך בין געווען א קינד האב איך געוויסט אז אויב איך וויל נישט גיין אין חדר, טאר איך נישט זאגן אז איך האב פיבער, ווייל מיין מאמע קען עס טשעקן, איך מיז זאגן אז איך האב בויך וויי, און גיי ווייז אויף אז איך האב נישט... משפה ולחוץ, פארדורבען אינעווייניג, איז פולע תירוצים, דאס קען מען נישט אויפווייזען און יעדער קען דאס זאגן אויפן צווייטן, חוץ פון דעם אויב עס איז אמת אז אלעס איז א שפיל, וואלט עס גדארפט האבען א שלעכטע השפעה אויפן קימענדיגן דור, און מען זעהט נישט אין בעלזא אזויפייל אין זיכער נישט מער "נושרים" ווי אין סאטמאר.
ער האט לאנג אריינגעטראט, צום סוף האט ער געהאט א תשובה, איך בין מודה, אז ער האט מיך מנצח געווען, איך גיי עס שוין שרייבן, אז טומער עס מאכט זיך אז איינער דא האט א ויכוח מיט א בעלזער וואס איז נישט געפאלען אויפן צונג זאל ער אים האבען וואס ציריק צו ענטפערען אז ער זאל בלייבן מיטן צונג אינדרויסן.
ער זאגט אזוי, ביי ענק נעלאגען, גייען די קינדער ביז 5 יאר מיט געפארבעטע קאפלעך, ביי אונז גייט יעדער מיט שווארצע קאפלעך!!! מיט דעם האט זיך אונזער שמוס גע ענדיגט, וואס קען איך אים אויף דעם ענטפערען ?
תוקן על ידי בוoתנאי ב- 21/01/2012 21:14:09