היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אן אנדערע וועלט (בעלזא)

אן אנדערע וועלט (בעלזא)

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2938799

outspoken » 20/1/2012 16:34

אלץ  א מענטש וואס ווערט געטריבן פון נייגער, בין איך אריין נעכטען אין בעלזא ביהמ''ד צו טאפן די דופק, נאך א שעה בין איך ארויס פון אן אנדערע פלענעט, פון אינזער (סאטמארע) וועלטל.

כ'וועל שרייבען אפאר פונקטען וויפיל און וואס ס'האט מיר געכאפט,

ביים אריין קומען איז דא א שנאר צעטעל פארן ביהמ''ד אויף העברעאיש.
ישראל אייכלער די ח''כ איז די שליח פון רבין קיין חו''ל (אז ווער ס'לייגט אריין פאלט נישט אריין) 
 ישמח משה, ייטב לב איז דא אין שאנק (קדושת יו''ט שוין נישט געזען, אבל אין זה ראי)'
 
מיטן רעדן מיט אינגעלייט מיט 2 עלטערע מענטשען האט זיך ארויסגעשטעלט אסאך אינטערסאנטע וועג ווי זיי טראכטען,
זיי האבן מער רעספעקט פארן ברך משה ווי פארן רבין ז''ל ווייל ער איז געווען א רבי פון אלפים און די דברי יואל איז געווען א גאון א רב (רביה''ק מבעלזא איז געווען א קדוש)

די היינטיגע בעלזא  רבי איז א בר פלוגתא מיט רבין ז''ל (די עיקר מיט הנהגה) אבער האט מער סייתא דשמיא (נישט אפילו אינטערסאנט נאכצוזאגן זייער סברות)

אויף די שאלה אז די בעלזא רביס זענען געווען לוחמים אקעגן ציונות אגודה מזרחי איז די תירוץ אז היינט איז די בעלזא רבי די גרעסטע לוחם אקעגן די חולונים, נאר דרכיה דרכי נועם טוט מען אויף אסאך.
(היסטארי פון בעלזא רביס אקעגן ציונות האבן זיי געוויסט בערך וויפיל אן עווערידטש סאטמארע אינגערמאן ווייסט פון די ספרד'ישע קהילה אין סיגוט אדער וועגן ר אביש אין קראלע)

וועגן די איצטיגע פיוס איז זיי געווען א פשטות אז די רבי וועט אלעס טון פאר שלום

כהאב געוואלט ארויסקוועטשען עפעס קנאות, אבער כ'האב באקומען בערך ווי פון א סאטמארע אינגערמאן האלט פון נטורי קרתא ביים גיין קיין אירן ביי די האלעקאסט קאנפערנטס.

דאס איז געווען פון 1 שעה דארט זיין, ואין זה ראי' אז ס'נישט אזוי אדרבה ווער ס'ווייסט זאל שרייבן.

outspoken » 20/1/2012 16:39

דרך אגב באמערקט ביים ארוסגיין אז מ'קען קויפן בעלזא טליתים, ווייסט איינער וואס דאס מיינט?

outspoken » 20/1/2012 17:26

איש בעלזא 00:40 20/01/2012

ראיתי את מאמרו של ר' מנשה פיליפ שם הוא מביא הוחכות מדברי מרן המהר"י מבעלזא זי"ע על אודות המלחמה ברשעים, אך משום מה הוא מתעלם לגמרי מהוראתו של מרן מהר"א - אשר (כמעט...) כל גדולי הדור הקודם רעדו לדבריו, אשר הוא זה שהורה ללכת לבחירות ולקחת כסף מהמדינה.
זה סוד כוחם של המנהיגים לבית בעלזא זי"ע ושיבלחט"א לדעת בכל דור ודור כיצד להרבות כבוד שמים לפי המצב בדור ההוא, ולא לקדש מלחמה שלפני מאה שנים לדור הזה.
נאמן להוראת דודו ימשיך מרן האדמור מבעלזא שליט"א להשתתף בבחירות ולקחת תקציבים מהמדינה, ואין זה סותר את בקשת המחילה מהאדמורי"ם מסאטמאר.

גענומען פון בח''ח בחצרות קודש