ווי באקאנט האבן רוב פון דו רבנים וואס זייערע נעמען געפינען זיך (בהסכמתם ושלא בהסכמתם) אויף דו שמוציגע קול קורא, זיך איבער געבעטען מיט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א בכתב, בעלזא האט דאס נאך נישט ארויס געגעבען ביז היינט, אבער אפאהר פון דו בריוון זענען ארויס געגעבן געווארן אדורך דו צד השולח.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער האט ערשט איבער געבעטן?? פרשת בעלזא - סאטמאר
דער בעלזער האט קיינמאל נישט פוגע געווען בכבוד רביה"ק זי"ע (ע"ע צענזורירטע טעיפ),
די חותמים (עכ"פ רוב) האבן קיינמאל נישט אונטערגעשריבן אדער צוריגעצויגן,
יעצט קומט דער בעלזער און שפילט מיט מיט דעם גאנצן האוקוס פאוקוס:
ער שיקט איבערבעטן אויף א חטא וועלכן ער איז קיינמאל נישט באגאנגען,
און צו מענטשן וואס האבן קיינמאל גארנישט געהאט קעגן אים
אוי איז ער א לץ...
קוקט אויס אז בעלזא-סאטמאר איז שלום, אבער אין בעלזא הייבט זיך יעצט אן...
חוץ מזה אוטספאוקען, האסט אים געברויכט ענטפערן קונצען'ס תירוץ אז דער רב האט דאס געטוהן למען השלום.....
געלעכטר, און אוטענטיש,
פונקט פארקערט דאס ווייזט דו גרויסקייט פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אז אפי' ער האט נישט אויף וואס איבער צו בעטען, האט געמכט ביי זיך א חשבון אז אויב מיטן שיקען א מנין אידען וואס וועלען זאגען "אם פגעתי" אז אני מבקש סליחה ומחילה (אדרבה ברענג מיר א ריקארדינג פון דו לשון וואס איז געזאגט געווארן דארט) קען דאס אויף טיען פאר כלל ישראל און ברענגען שלום ציווישען היימישע אידן, בפרט נאכדעם וואס ער פראבירט שוין אזוי פיל יאהרן צו ברענגען שלום און ער האט איינגעזען אז אזוי מען האט אריין געבאקען און ענקערע קעלבעלעך אז ער האט פוגע געווען און בעל דברי יואל אזא פגיעה חמורה אז מען דארף זיך קריגען אגאנץ לעבען פארדעם, (אנשטאט צו קענען דו אמת'א היסטוריה אז גאר דער בעל דברי יואל האט פוגע געווען און רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל ווי אויך פוגע געווען און רוב גדולי ישראל בימים ההם) האט ער מחליט געווען א פשוטע חשבון,
1) איך שיק מיינע אינגעלייט און כנסת המינים = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.
2) איך שיק מיינע איגעלייט האנדלען מיט דו ערגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל כדי זיי מחזיר בתשובה זיין = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.
נא, אז איך קען טיען דו אלע זאכן אלטס נאר למען כלל ישראל – קען איך אויך שיקען א מנין אידען צום ציון פון דו סאטמערע רבי'ס אויב מען האלט אז למען שלום ציווישען כלל ישראל פעלט זיך עס אויס.
תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 22:37:10
חוץ מזה אוטספאוקען, האסט אים געברויכט ענטפערן קונצען'ס תירוץ אז דער רב האט דאס געטוהן למען השלום.....
איך וויל נאר פארשטיין פונקטליך אויף וועלכע מחלוקה דיין רב וויל יעצט מאכן שלום, נכון להיום איז נישט אפען קיין שום פראנט צווישן סאטמאר און בעלזא אין קיין שום מקום אין דער וועלט, און אויסער דאס וואס די סאטמארע חסידים האלטן דיין רבי'ן פאר א .... (וואס דאס גייט זיך נישט טוישן נאכ'ן איבערבעטן אויך נישט), קריגט מען זיך אין ערגעץ נישט. עס עקזעסיטירט נישט קיין שום מחלוקה, אלזא ווי פונקטליך גייט אויסקלאפן דער שלום, אויף דיין מיאוס'ע היידפארק געשרייבעכטס????
|