א פינגער איז נישט קיין האנט (בעלזא)
עס איז זייער שיין דער ארטיקעל פון הרב פילאפף
אבער דער זעלבער הרב מנשה פילאפ האט עפעס נעכטן געדארפט רעדן אין "ראדני".
וואס האט פאסירט אז מ'האט עס גערוקט צו "קאראד"?
יך ווייס אז יעדן ליל חמישי (מיטוואך ביינאכט) איז ראדני פול געפאקט מיט לומדים, אבער האט מען נישט געקענט טרעפן איין שטיבל צי רעדן און מ'האט עס געמוזט אראפרייסן די צעטלעך.
געלעכטער, ער האט נעכטן געהאלטן א דרשה, אבער ס'איז נישט געווען אין ראדני ווי געפלאנט, נאר אין אראד.
|
דער איד נעמט די ליניע פון "קול סאטמאר".
און אין ראדני איז די ליניע נעגאטיוו. בשעת ער האט געמאכט א פיוס, הענגט מען די צעטלעך אז ער האט מבזה געווען רביה"ק זי"ע.
אלזא, יא פיוס אדער נישט פיוס.
ביי מיר הייסט דאס צירקוס. (ביי דיר אויך, אבער ס'איז דיר שווער מודה צו זיין, און איך פארשטיי דיר)
פארוואס ווערט נישט די אקטועלע קול קורא געדרוקט אין דער איד, טאקע מודיע צו זיין דעם דבר ה', אז ס'איז נישט בטל געווארן, ווען ס'איז דא א טשטוש הדעות.
פארוואס דארף מען עס מעלדן דווקא אין די ווענט פון ראדני.
און פארוואס ווען ר' מנשה פילאפף רעדט, איז עס אין אראד. איז שוין נישטא קיין ארט אין ראדני.
עס איז דאך אקטועל און יעדער איז "בדעה אחת"?
צום שלוס:
אוטספאוקן טייערער:
דו שפילסט א געים פון ווערטער. און דו מאכסט דיך צונאר אז ס'איז קיין שום "שפלינטער" נישטא.
איר רעדט זיך איין, אז ס'איז דא איינער וואס
יעדעס ווארט וואס דו און "אלע אנדערע 20 ניקים" שרייבן, מאכט איר זיך אלע צונאר.
שפיל ווייטער.
והשנית האב איך דיר שוין מסביר געווען עטליכע מאל, אז דו ווילסט וועל איך עס איבערגיין מיט דיר. דער איד מיט די צעטליך זענען נישט קיין סתירה. דער איד האט געדעקט די טרוקענע פאקטן אז ער איז געקומען מפייס זיין כמבואר בשולחן ערוך, און די צעטליך אין שול און דער מאמר פון הרב פילאפף אין דעם תורה רובריק שטעלן קלאר אז אפילו ער האט מפייס געווען דעם רבי'ן איז ער נאך אלץ א מתחבר לרשעים וכו', דעריבער איז ער נאכנישט כשר, אפילו ער האט מפייס געווען. פארשטענדליך?
יעדער ווייסט אז "בעלזא איז ווייטער אסור", פינקט ווי "גור" איז ביי אונז אסור, און עס איז גארנישט נשתנה געווארן. אלעס איז די זעלבע אסור, און די שיטה הקדושה בלייבט ווייטער קאי וקיימא, פיוס ארויף אדער פיוס אראפ.
אלזא, קיין ארטיקל אין דער איד איבער התחברות איז נישט דער פאינט דא.
מיר רעדן לגבי דעם שטעלונג פון צד מהרז"ל איבער דעם "פיוס" ביים ציון פון רבי'ן זי"ע.
דער פיוס ווערט פאזיטיוו געקאווערט אין דער איד, פינקט ווי קול סאטמאר. פינטל. אן קיין שום פראטעסט אדער פלאקאט אדער קול קורא אדער סיי וועלכע נעגאטיוון בליק.
דער זעלבער פיוס ווערט אראפגעריסן אויף די ווענט אין ראדני מיט מחאות און פראטעסטן!
צי זאגן אז ס'איז די זעלבע דער איד און די מחאות, איז געמאכט פורים פון דיר און פון דיין גאנצע קאמפאני!
טוה עס ווייטער.
|
דו ווילסט שטעלן מסקנות צי דו ווילסט זיין אויפריכטיג? דער איד דעקט דעם פיוס ווי א נייעס, עס איז הכל מודים אז דאס איז א וועלטס געשעעניש דעריבער באקומט דאס דעקונג. פלאס וואס דער איד ברענגט אזוי שיין ארויס פארוואס ער האט געדארפט מפייס זיין, און אז מ'האפט אז ער וועט גענצליך תשובה טון. אין דעם זעלבן איד איז דא א השקפה מאמר וואס שטעלט קלאר אז טראץ דעם וואס ער האט מפייס געווען דעם רבי'ן ז"ל, איז ער נאך אלץ זיך מתחבר לרשעים און איז גארנישט בעסער פון אלע ציונים און אגודאים (אפילו אפשר ערגער.)
אבער אז מ'רעדט שוין פון ווער עס איז פורים, איז אפשר בוסטו מיר מסביר דעם פורים אז בחצר און קול סאטמאר דעקן דאס אזוי ברייט, און אין דער בלאט איז נישטא קיין ווארט?
איר האט געוואלט קול סאטמאר זאל אויך לייגן א בילד
אזוי ווי די בלאט
יא? . . .
דו פארשטייסט די חכמה פון לייגן א בילד
און איך זאג אז ווען די איד ווייסט ווען אז די בלאט גייט דאס טאן
וואלטן זיי דאס אויך געטוען
אויפריכטיג גערעדט, איז די נייעס פון דער איד, געדעקט נישט ווי א נייעס, נאר ווי א פאזיטיווע געשעעניש. דאס איז דער מציאות. און עס ענדיגט מיט דעם זעלבן וואונטש וואס קול סאטמאר האט געהאט. (לחש בלע"ז).
לגבי דער בלאט, וויאזוי איך פארשטיי. זיי האבן אפגעמאכט אז "נישט שרייבן" איז בעסער פון "יא" שרייבן.
אויף שרייבן קען מען האבן קריטיק, אויף נישט שרייבן קען מען גארנישט קריטיקירן (אויפריכטיג גערעדט, נישט היידפארק זידלערייען).
לגבי דעם השקפה מאמר האב איך שוין געזאגט אויבן, דאס איז גארנישט נשתנה געווארן, און ס'קען פינקט אזוי זיין קעגן גור און סלאנים, ווייל מיט התחברות לרשעים און נעמען געלט ממקורות זרים זענען זיי אלע גלייכע שותפים לאיסור.
און דערפאר האט ער נעכטן געהאקט דערויף אין אראד.
איטס אבאוט טיים צו פעיסן רעאליטי.
אויב נישט, איז באזוכן דעם בעלזער רבי'ן היינט צו טאג, אויך נישט. אלזא וואס איז דער פראבלעם.
אויב איז דער פיוס גארנישט ווערט, און צום גערער רבי'ן מעג מען יא גיין און צום בעלזער נישט, איז דער פיוס גארנישט נאר א פורים שפיל. איז דאך דער באשרייבונג אין דער איד א פורים שפיל.
אלזא, פארשטיי איך נישט דיין מהלך יעצט. ווייל לשיטת הרב מנשה פילאפף איז דער פיוס א פורים שפיל, ווייל צום בעלזער טאר מען נישט גיין, ביים וויזיט פון קלויזנבורגער זעט מען יא הרב מנשה פילאף זיצן דארט ווי א גרויסער חסיד.
עס קוקט אויס היפש קאמיש. מ'דארף א קאלקיוליעטאר צו האלטן חשבון.
וואס דענקסטו געלעכטער.
איבער די פארדאבענקייט פון בעלזא האט די רבי געלאזט הערן קלארע דיבורים און דברי מחאה וואס האט אפגעקלינגן איבער דו היימישע וועלט, וואס אנבלאנגט דער פיוס - וואס קען שוין זיין שלעכט מיט בעטן מחילה? וואס ווייטער דאס האט שוין יעדער זיין מיינונג
אויך מיר א בירגער קריג
תוקן על ידי הדלקה ב- 19/01/2012 21:43:14
תוקן על ידי הדלקה ב- 19/01/2012 21:45:19
א גרויסע פלא די דעקעלעך האבן דאך געפייערט א גאנצע וואך אז דער טעיסטי וועט זיך ענדליך קענען טרעפן מיט דעם שוואגער
אין עס וועט זיין ריזיגע פיקטשערס איבראל אין דער בעיבי הקדוש וועט זיין זייער העפי
מה נשתנה?
די נייעס די וואך איז אז דער בעלזער רבי האט געשיקט א מנין דיינים וחשובי העדה מפייס צו זיין בשמו רביה"ק בעל דברי יואל, ובעל ברך משה.
דאס איז די נייעס.
די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט, איז מסתם דיין ווייטאג וואס דו דריקסט אויס אומווילנדיג. דאס איז זיכער נישט געווען די נייעס. אפשר אן אנאליז פון א בחדרי חרדים שרייבער.
נאכאמאל, דער בלאט שרייבט נישט גארנישט. פארוואס ווייס איך נישט. און עס אינטרעסירט מיר נישט.
מאנטאג איז געווען א היסטארישע געשהעניש, בחצרות סאטמאר האט גלייך ארויס געשיקט א אימייל, קול סאטמאר האט גלייך ארויף געלייגט א מודעה, די טוויטער מעסעדשעס פון די ארונים האבן גלייך געשיקט א מעסעדש.
אלע מיט'ן זעלבען גאנג.
בעלזא האט עפ"י הלכה איבער געבעטן רבותינו הקדושים זי"ע און אזוי ווי יעדער איד וויל אז זיינע חטאים זאלן מכופר ווערן ביים זאגן סלח לנו (צו ער זאגט עס ערענסט צו נישט) אזוי אויך איז מכופר געווארן זיין חטא.
אבער לגבי התבדלות מרשעים, איז קלאר אז דער בעלזא'ר רב כל זמן ער נעמט געלט וכו' וכו' איז ער פונקט ווי דער גער'ער סלונים'ער ביאיאן'ער קוילוזנבורג'ער, דאס איז געווען די מעסעדזש מאנטאג נאכמיטאג
דער בלאט האט געהאלטן אז זיי דארפן שוין נישט מעלדן דעם חלק וואס איז שוין פאשפרייט געווארן בכל תפוצות ישראל אלס דער אפציעלער הודעה פון קהילת סאטמאר און זיך באגעניגנט מיט בילדער
משא"כ קהילת מהרז"ל, איז געווען שטיל און שאקירט פון די גאנצע מעשה און נישט די קול התאחדות האברכים נישט די אפציעלע טוויטער גראפ'ס האבן גרעדט פון דעם.
נעכטען נאכט האט ר' מנשה געהאלטן א דרשה ווי ער האט בתוך הדברים געזאגט אז איינער האט אמאל איבערגבעטן רביה"ק בעל ויואל משה אז ער האט באשמיצט דעם ספר הק' ויואל משה האט רביה"ק עם געזאגט על כבודי קען איך מוחל זיין, אבער אויפן כבוד פון ספר הקדוש איז נישטא קיין מחילה עכ"ל נעכטען נאכט.
היינט צופרי ווען איינער האט געפנט דער איד, האט ער געזען צוויי זאכן, ביידע ממש אזוי ווי די ארונים האבן א גאנצע וואך גזאגט
א' דער בעלזא רב האט איבער גבעטן רבותינו הקדושים און עפ"י הלכה איז מחול לו
ב' אז דער התבדלות מרשעים פון אלע וואס גייען נישט בשיטת רביה"ק איז ווייטער במלוא תוקפו פונקט ווי גער וויזניץ וכו'
היינט צופרי איז אנגאנגען געווארן ראדני מיט גרויסע ליילעכער קעגן דעם פיוס (נישט שלום נאר פיוס ווי גער מיט וויזניץ), ביי מיר מיינט עס א ברודער קריג נישט די זעלבע דיעה
אויב דער צייטונג דער איד שרייבט מחול לו וואס מיינט ער ווערט פונקט ווי ליבאוויטש וויזניץ און גור, און הרב מנשה פילאפ האלט א דרשה אז ס'איז נישט מחול, ליילעכער הענגען מיט'ן פילסטע ברען
דאס מיינט א ברודער קריג לויט מיינע אויגן
איז דא איינער וואס קריג זיך מיט מיר?
תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 19/01/2012 22:52:13
|
ווער האט פון אים שוין געהערט איין ווארט פון תשובה?
ווער האט פון אים שוין געהערט איין ווארט פון תשובה?
נישט אז ער האט געהאלטן א מחילה דרשה ברבים
ווי די הלכה איז באותו מקום באותו מעמד
און נישט ער האט עס געטון אליינס
(ווי ר' יוסף וואלדמאן האט עס געטון אויפן ציון הק' ווי ער האט מפייס געווען דעם ברך משה ברבים)
אוודאי איז זייער באקוועם צו שיקן זיינע פעיראל איינגעשטעלטע,
אבער דאס איז ווייט פון א אמת'ע תשובה
[בילד – נישט אפגעהיט]
הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן שליט"א האט ברבים מפייס געווען רבינו ברך משה זצ"ל
תוקן על ידי 123news ב- 19/01/2012 23:25:14
קרעדיט: חז"ל, שו"ע
סאו דער פיוס איז נישט קיין פיוס.
די זאלונים קענען אפילו לפנים נישט דורכקומען צווישן זיך.
ער מוז זיך אויסטאן די שיך וויבאלד ער האט אים מבזה און מצער געווען בחייו.
דער בעלזער רבי דארף נישט, וויבאלד ער האט מבזה געווען לאחר פטירתו.
די הלכות אויף היידפארק זענען טאקע אנדערש פון דעם שלחן ערוך. אבער דער שלחן ערוך איז דער פוסק ביי כלל ישראל, נישט היידפארק.
אלזא ווען הרב יוסף וואלדמאן וועט נעמען א מנין, און אליין ארויפגיין צום ציון און זיך אויסטאן די שוך, און זאגן דעם נוסח ברבים, וועט ער מקיים זיין דעם פסק הלכה.
דערווייל האט הרב יוסף וואלדמאן געמאכט א גוטע דזשאוק מיט זיין פיקטשער מאכער.
|
הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן שליט"א האט ברבים מפייס געווען רבינו ברך משה זצ"ל
ר' יוסף וואלדמאן האט געהעריג מפייס געווען דעם רבין כדת וכדין של תורה!
1) עס איז געווען ברבים פון איבער 5 מנינים חושב'ע אידן
ובתוכם פון די ראשי ומנהיגי סאטמאר!
2) פון די וואס ווייסן, האט ער יא אויסגעטן די שיך!
3) די בילדער האבן אנדערע פארלעסליכע אידן דאס גענומען און ער האט אפילו נישט געוויסט,
|
עס מעג זיין דארט טויזענט אידן.
די מחילה דארף זיין "בפני עשרה אנשים" נישט ווען טויזענט אידן זאגן תהלים ביים ציון.
אויב די גאנצע מחילה איז א וויץ איז א שאד דאס טענה'ן זיך דא.
אויב איז געווען מערערע אידן, קענט איר מעגליך אויסרעכענען (נאר) צוויי כשר'ע עדות, וועלכע האבן געהערט פון ר' יוסף וואלדמאן ווי ער זאגט דעם נוסח און זיי האבן געזען אז ער גייט אן שוך.
עס דארף זיין א בקשה מחילה און זאגן דעם נוסח הויך פאר צען מענטשן און דער וואס בעט מחילה דארף אויסטאן די שוך בשעת ער זאגט דאס.
עס קען זיין אז די אלע זאכן זענען געטאן געווארן, (צו גלייבן דערין, דארף מען קודם מגוגל ווערן 22 מאל).
דאס בילד וואס דא איז ארויפגעשטעלט צייגט א פיקשטער פאוז ווי ביי די סטעטושו אוו ליבערטי.
אפשר ווען די וועסט מגולגל איינמאל צו א נארמלען מענש וועסטו עס קענען פארשטיין,
נאכאמאל!
ווער האט פון אים דער בעלזער אליינס שוין געהערט איין ווארט פון תשובה?
נישט אז ער האט געהאלטן א מחילה דרשה ברבים
ווי די הלכה איז באותו מקום באותו מעמד
און נישט ער האט עס געטון אליינס
(ווי ר' יוסף וואלדמאן האט עס געטון אויפן ציון הק' ווי ער האט מפייס געווען דעם ברך משה ברבים)
אוודאי איז זייער באקוועם צו שיקן זיינע פעיראל איינגעשטעלטע,
אבער דאס איז ווייט פון א אמת'ע תשובה
איך האב בלויז געפרעגט צו הרב יוסף וואלדמאן קען אפשר געבן די נעמען פון צוויי כשר'ע עדות וועלכע האבן געזען ווי ער מקיים די הלכות כמבואר לעיל.
וואס ווערט איר אפענדעד.
אויסערדעם צי דער בעלזער האט געבעטן מחילה אדער נישט לויט אייך, איז צווישן אים און דעם רבונו של עולם, און איז נישט ספעציעל צי ר' יוסף וואלדמ'ס מחילה איז עפעס מער פון א גוטע דזשאוק מיט א פיקטשער מאכער.
בכלל, דו רעדסט פון תשובה באותו מקום, דאס ווערט נישט דערמאנט אינעם שלחן ערוך וואס איך האב אין ספרים שראנק אין סי' תר"ו.
|
עס דערקענט זיך וואס פארא שייכות די האסט געהאט מיטן רבין זי"ע
למשל ווען איינער זאל ווען אטאקירן דיין אייגענעם טאטען, (אויב די האסט אים ליעב געהאט) אויף אזא נידעריגן אופן ווי דער בעלזער האט דאס געטון קעגין רבינו זי"ע, און נאך ברבים,
וואלסטו אויך אזוי געזאגט?
וואלסטו אויך געזאגט NON OF OUR BUSSINES עס איז נאר "צווישן אים אין רבש"ע?
און וואלסטו זיך אויך באגאנוגט אז ווען יענער שיקט אריבער זיינע פעיראל שליחים
אויף צו קענען ערייכן זיין שלום פלאן מיט זיין שוואגער?
אמת ע"פ הלכה האט ער אפשר יוצא געווען!
אבער אלץ א געטריי קינד, וואלסטו זעכער פארלאנגט קלארע מעשים און מער פראוו אז ער אליינס האט באמת חרטה,
איך גלייב אז די וואלסט אוודאי פארלאנגט אז ער זאל זיך אליינס אויפשטעלן ברבים, (אזוי ברבים ווי ביי זיין שטייעדיגע פ"פ מצ"י)
און מיט בכיות נוראות תשובה טון און איבערבעטן דעם רבין, מיטן ספה"ק ויואל משה, קעגין וועם ער האט אזוי פוער פיו געווען!
דאס מיינט תשובה "באותו מקום"....
נאר וואס דען די האסט אזוי פיל ליעבשאפט און אזויפיל רעספעקט צו רבינו זי"ע,
פינקט ווי דיין רבי דער מהרא"ט
וואס זיין גאנצע חסידות און זיין גאנצע אידישקייט
איז נאר ווי א קרדום לחפור בו!
אלעס ביי אים איז נאר פאלעטיקס
תוקן על ידי 123news ב- 20/01/2012 05:58:31
קריג זיך מיט זיי
(אגב, קיינער רעדט נישט:
וואס האלט מהרז"ל דערוועגן ?)
|
ר' 123NEWS
דער מחבר וואלט געדארפט מאכן נאך א סעיף און שרייבן אזוי:
במה דברים אמורים שיכולים לפייס, במקום שאין לו בנים. אבל אם יש לו בנים, אז בוודאי לא יועיל לו שום פיוס בעולם, מכיון שבניו וב"ב לא ניתן למחול כבוד אביהם / רבם.
למעשה שרייבט נישט דער מחבר אזא סעיף, און ווען איינער טוט כהלכה, האט ער מקיים געווען ידי אדם וידי שמים.
און טראצדעם וואס איך האב יא גוט געקענט מרן רביה"ק זי"ע, און איך בין א תלמיד פון אים, און איך לערן זיינע תורות נאך אזוי סאך ווי ר' 123NEWS.
ע"כ בין איך מגלה דעת, אז איך בין כפוף לדברי תורתינו הקדושה, און איך מקיים די הלכה פסוקה אן קיין חכמה'לעך אין וויצן. וזאת התורה לא תהא מוחלפת.