פרעגסט מיך,
"דער איד" איז דא ארויסגעקומען דער קלארע געווינער, און "דער בלאט" געזונטע לוזערס,
קוקט נאך אויס אז דער בלאט ווערט נאך אלס געפירט פון אומפראפסיאנעלע שרייבער
מיין השערה איז אז דער בלאט האט זיך אינגאנצן נישט גערישט פון דער איד'ס גאנצע פאזיטיווער באשרייבונגען, זיי זענען און גאנצן סורפרייזט און צימישט געווארן, זיי האבן זיך פארגעשטעלט אז אדער וועט דער איד עס אינגאנצן איגנארירן אדער אפחוזקן,
למעשה קומט דארנעשטאג, מ'ליינט דער איד, זעהט מען א קורצע ארענטליכער דיפלאמאטישע באריכט,
און דער בלאט ווי פחדנים, קלעבן אריין די בילדער און האבן נישט די אינטעליגענץ צו שרייבן קיין איין גוט ווארט פון אזא היסטראישע זאך, פארוואס? ווייל ווי געשמועסט האט זיי נישט עולה על הדעת געווען אז דער איד גייט שרייבן עפעס פאזיטיוו, ממילא קעגן דער איד וועלן זיי זיין די דשענטעלמענס, דערווייל זענען זיי ארויסגעקומען ווי בטלנים, פחדנים און געזונטע חוזק'ס,
איך מוז אויך ציגעבן, אז דער גאנצער רעיון וואס ביידע צדדים האלטן און איין איבערקייען,
אז אין הכי נמי בעלז האט מפייס געווען,
אבער!!!! אבער!!!! אבער!!
חלילה נישט פארגעסן אז זיי זענען ציונים!!!
פליז, קאט די קרעפ!!!
קיינער ווייסט דען נישט דאס?!!
העט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז די שיטת ויואל משה זאל זיך טוישן ציליב א פיוס פון א רבי,
וואס איז די שגעון פונקט יעצט דאס צו אריינרייבן און א מענטש ווען יענער שטרעקט ארויס א איילבירט צווייג און יעדער ווייסט אז זיין ציל איז נישט צו טוישן זיין שיטה בעניני קנאות, נאר בלויז צו זיין בשלום,
דו האלטסט טאקע אז אויב דו זאגסט נישט ממש שוין יעצט אונעם זעלבען סענטענס וועלן חלילה סאטמארע אידן זיך איינרעדן אז אגודה און התחברות לרשעים איז מותר געווארן?
און אפי' אויב דו האסט יא א שטיקל חשש, זאג א דרשה מארגן ביי א צווייטע געלעגנהייט, אבער וואס אזוי וויכטיג עס פונקט יעצט צו אריינמישן,
נאר דער תירוץ איז פשוט, ס'האט גארנישט צוטאן מיט בעלז, און גארנישט מיט קנאות,
ס'האט נאר מיט די דרעקישע ארוני זאלוני פאליטיק,
זייט די אהרוני זאלוני מחלוקה זענען ביידע צדדים און שרעקליכע פערעניוע אז דער צד שכנגד וועט זיי אנרופן ציונים, ממילא איז די גאנצע רעאקציע פון די בעלזא פיוס נאר געטריבן געווארן וויזוי מ'קען עפעס געינען פאליטיש קעגן דעם צד שכנגד, און היות מ'ציטערט דאך געפערליך אז מ'וועט זיי באשולדיגן אלס ציונים האט מען למען הפורים געמוזט שרייבען "אבער!! די בעלזא זענען ציונים!!"
דו"ק ותשכ"ח