דער 'העדה' טוט ברייט באריכטן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר צוויי וואכן צוריק אין קרית יואל, וואו דער רבי האט שטארק ארומגערעדט וועגן די שבירת חומת הדת וואס קומט פאר אין ארץ ישראל, און דער רבי האט ציטירט א תורה פון בעלזער ביי די חנוכה ליכט וואו ער האט געזאגט אז דער וועג זיך צו שלאגן מיט די עוקרי הדת איז דורכן בויען נאך בנינים און מוסדות התורה, וואס אויף דעם האט דער רבי שליט"א געזאגט אז דאס איז זייער פיין ווען מ'בויעט מוסדות על טהרת הקודש, אבער אויב זענען די מוסדות געבויעט מיט געלט פון די מדינה הטמאה און מיט פארדרייטע השקפות פון זיך אויסמישן מיט די ציונים און זייערע לימודים איז די גאנצע זאך נישט ווערד.
אזוי אויך אז רבינו שליט"א האט שארף אראפגעריסן די חסידי בעלזא פארן אראפנעמען דעם טאוועל אין זייער שיכון אז די פרויען זאלן אריבערגיין אויף די אנדערע זייט גאס פונעם ביהמ"ד, און זיי טוען די אלע זאכן בלויז ווייל זיי ווילן געפעלן פאר די רשעי ישראל.
דאס אלעס ווערט באריכטעט אין די העדה, און מיט דעם איז קלארגעשטעלט געווארן די שטעלונג פון די עדה החרדית אז נכון הדבר דער בעלזער האט איבערגעבעטן רביה"ק זי"ע אויף וועם ער האט פוער פיו געווען, אבער די מערכות כבדות וואס די רבנים גאונים וקדושים פון די עדה החרדית זי"ע ובראשם דער נשיא מרן בעל ברך משה זי"ע האט געפירט מיט די כת בעלזא פארן פרובירן צו צעברעכן דעם כח פון ערליכע אידן אין ירושלים עיה"ק איז נאך בתקפו עד שישיב ולא יחטא עוד.
דער באריכט ערווארט אויסצורופן א שטורעם אויף די גאס, און אויף חסידי ר' אהרן טייטלבוים בפרט וועלכע האבן זיך שוין געפריידט אז מ'האט גע'כשר'ט דעם חזיר פיסל און מ'וועט קענען האבן נאך א בילד מיטן בעלזער. (איינס איז שוין דא כידוע.)
תוקן על ידי געלעכטער ב- 18/01/2012 22:57:00