היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בנ...

דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בנ...

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2938266

1satmar » 18/1/2012 02:20

דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בני יואל חתונה זאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

צביהירש » 18/1/2012 03:31

במחילה מכבודכם.
הרב מדושחינסקי שטעכט נישט אריין קיין מעסער. ער גייט פשוט צו א חתונה כאילו לא הי'. ווייל ער איגנארירט די נער'ישע התנהגות פון די חרונים וואס פארפירן אז מ'טאר נישט.

ער רעכנט זיך נישט מיט זיי ווייל ער איז אליין א תלמיד חכם און דורכגענומען די הלכה על בריו. 

אבראהאם » 18/1/2012 04:08

בכלל נישט קיין דראמא

עטץ האט שוין לאנג די ברכה פין ועל חרבך תחיה, פין שטעכן אין הרג'ענען

RESTLER » 18/1/2012 04:45

ווער איז דער יונגערמאן אינטער דער שטעכער דושינסקי? זעט אויס אז ער איז אויך עפעס א שטעכער, ער האט א מעסער אין זיין האנט אין א שאפינג בעג.

טעיסט » 18/1/2012 04:58

"כהנים ארויס"!!

לאנצוט » 18/1/2012 18:27


לדעתי איז ר' בערל כ"ץ'ס גיין ניטאמאל לכלל שנעלקע.

(בדרך צחות: אויב ר' בערל כ"ץ איז א אפשר א מעסער, מוז עס זיין היפש שטומפיג.)

מלך_מלכים » 18/1/2012 20:56

יא, דער פאקט איז ב"ה אז רוב כלל ישראל איז נישט נתפעל געווארן פון די טעראר מאשין. ב"ה אז די היטערי פון די נ יארן האט זיך נישט נאכאמאל איבער געחזרט

לאנצוט » 18/1/2012 21:06

רוב כלל ישראל שומרי תורה ומצוות גייען ליידער צו די בחירות הטמאות. אויב איז נישטא קיין יראת השם איז נישטא גארנישט.

טעראר האלט קיינעם נישט אפ פון זינדיגן, נאר יראת השם אליין.

מלך_מלכים » 18/1/2012 21:16

עס קוקט אויס ווי די ביסט מקפיד אריינציווארפן דיינע נאן סענטס אין יעדע איינציגע אשכול, וואס ליידיגיין קען טון צו א מענטש?

לאנצוט » 18/1/2012 21:20

איך אז דו שפירט אז שמחה אז אידן זענען עובר עבירות (לויט א דעה פון א פוסק), שפיר איך אז דיין שמחה קען פילייכט ווערן גרעסער.

אויב דאס איז דיר נישט גורם קיין שמחה, קען איך אויפהערן.

מלך_מלכים » 18/1/2012 23:35

איינער פארשטייט וואס ער שרייבט דא? עס קוקט אויס ווי איינער וואס רעדט אינמיטן שפייען בלוט

לאנצוט » 18/1/2012 23:39

קוק ביטע איבער. א דאנק.

kj_monroe » 19/1/2012 00:08

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך אז דו שפירט אז שמחה אז אידן זענען עובר עבירות (לויט א דעה פון א פוסק), שפיר איך אז דיין שמחה קען פילייכט ווערן גרעסער.

אויב דאס איז דיר נישט גורם קיין שמחה, קען איך אויפהערן.


נאר מסביר צי זיינע ווערטער. למשל די דיסטריקט וואס סאיז דא מער ווי איין פוסק וואס זאגט אז מ'טאר נישט

רב_הסוער » 19/1/2012 00:08

לפענ"ד איז עס נישט קיין שטעך מיט א מעסער נאר א קיצל מיט א טוט-פיק,

אוי פאר איך פארגעס,
"ודי בזה!"

לאנצוט » 19/1/2012 00:30

ס'איז פינקט ווי איך טרעף א גער'ן שייגעץ וואס פרייט זיך מיט יעדן איד וואס גייט צו די בחירות הטמאות, ווייל ער האט א נקמה אין ויואל משה.

ביי מיר איז די זעלבע תורה, קיין אונטערשייד צי וועלכן לאגער דו געהער'סט. דיין פאליטישע שפיל מאכט נישט די תורה אויס, און קיין איסור אויס איסור.

אן קיין להבדיל, ווייל קיין הבדלה איז דא נישטא.

אומזיסט » 19/1/2012 02:51

אוודאי נישט, אם אין דעת הבדלה מנין...

KJ » 19/1/2012 18:14

די משלים וואס זענען בכלל נישט דומה לנמשל זאגן גארנישט, ווי kj monroe האט אויפגעברענגט, די בחירות איז מער גלייך צו די גע'אסר'טע סקול דיסטריקט און פרבליק סקול ווי מערערע גדולי הרבנים האבן געזאגט זייער דעת תורה אז ס'איז אסור און די "נוגעים בדבר" וואס האבן "אליין" גע'פסק'ענט פאר זיך אז זיי  מעגן זיך אנפולן די קעשענעס מיט די טריפה געלטער אקעגן די דעת פון מערערע רבנים,

איז אנדערש ווי א "דעת יחיד" א "פעיראלל דיין" וואס האט געזאגט א פסק [אויך אונטער גרויס דרוק כידוע], און פיל רבנים נעמען אנטייל ביי די חתונות וואו לפי שיטתם פון די "דעת יחיד'ניקעס" איז דאס א מעסער אין די תורה און אין די גאנצע מושג פון מרא דאתרא, און דאך זעט מען ביי יעדע איינציגסטע חתונה נאך נייטראלע רבנים וואס האלטן קלאר אז ס'איז נישט קיין שום פראהלעם צו גיין אויך די חתונות, טראץ וואס די דעת יחיד שרייט אז ס'איז רח"ל נישט ווייניגער ווי מרבה ממזרים בישראל, [נעבעך], און די רבנים לאכן אין די פויסטן אריין און באשיינען די חתונות איינס נאכ'ן אנדערן

לאנצוט » 19/1/2012 18:21

אלע רבנים וואס זענען מתיר די חתונה זאל זענען גענוי "פעיראלל".
און נוגעים בדבר טוען עס קלאר נאר אלס א שנאה כבושה, און מיט א "תאווה" צו פיקסן און אנפראסקען, נישט אז איינער האט זיי געפרעגט א שאלה, און זיי זענען בכלל שוקל.

ווייל במציאות קענען זיי דאך ענטפערן פארוואס רביה"ק זי"ע האט געשריבן "ובוודאי יתחרטו" וד"ל.

נאר איך מעג און דו נישט.

לגבאי א דעת יחיד און א פעיראלל, איז ער למעשה נתמנה געווארן אלס "דומ"ץ דמתא", און נאר ווען ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו די מעשים תעתועים פון עוקרי התורה, ווערט נישט זיין דעת תורה אויס.

די דעת תורה קען נאר עקספייערן ווען ער ווערט אן עבריין. נישט ווען דיין תאווה איז דיר גובר.

KJ » 19/1/2012 18:25

אהא, צענדליגער רבנים, אפילו אזעלכע וואס האבן נישט צו פיל מיט סאטמאר בכלל, און אזעלכע וואס זענען נייטראלע איז אלעס בלויז נגיעות, דער "איינציגסטער" וואס איז פשוט ריין פון נגיעות איז דער "פעיראלל דיין דמתא", דו כאפסט נישט וואסארא לץ דו ביסט.

לאנצוט » 19/1/2012 18:27

אלע זענען שונאים פאר איין מענטש. נוגעים ממש. וועלכע זענען פסול להעיד וכש"כ להורות.
דאס איז לויט די תורה הקדושה.
די תאווה צו פיקסן מאכט נישט קיין הלכה!

לויט הלכות היידפארק רעד איך נישט אריין. ווייל דאס איז בניגוד לדת תורתינו הקדושה.

ודי בזה

KJ » 19/1/2012 18:28

און בדרך אגב, די מקור פון דעם טיטול "פעיראלל דיין" שטאמט פון ענק! דער כלל אז רוב ענקערע דורות זענען געבוירן געווארן אויפ'ן סמך פון די פסקים פון די וויליאמסבורגער "פעיראלל דיינים" און אלעס ווערט אויס, ווייל זיי האלטן יעצט אנדערש ווי ענקערע אינטערעסן און נגיעות, ווערט אלע זייערע פסקים אויף למפרע אויס, און איר ווערט אלע פגומים און בני ה.... רח"ל ווייל זיי זענען נישט בדעה אחת מיט ענקערע שטיק,
זיי מחליט וואו גילט דער פעיראלל טיטול און ווי נישט.

לאנצוט » 19/1/2012 18:32

KJ,
עס קאסט א לאך.

ווען מ'רופט צו דין תורה יעקב כהנא, קומט דער דיין וועלכער רעפזענטירט אים, און זאגט: "ניין.. גיי נישט, נאר איך קען פסק'ן"..

שוין געזען אזא דזשאוק פון תורת משה?

דאס הייסט טיפיקל פעיראלל דיין המקבל שוחד, און האט נאך א נגיעה נוראה קעגן דעם צד, און וויל גאר זיין דער וואס פסק'ט.

דא בנינ"ד איז קיין דין תורה נישט געווען, עס איז דא א פסק הלכה פון רבינו יואל זי"ע געבויט אויף הלכות פסוקות פון אלע יארן. און פאר דיין תאווה ווילסטו עס אויסרייסן.

עםהארץל » 24/1/2012 17:56

און ווען יוסל וואלדמאן האט גערופן דזשיגאן צו דין תורה האט ער זיך אויך ארויסגעדרייט אז קהל וועט פסקענען

קיין איין דיין האט נישט רעפרעזענטירט יענקל כהנא, די דיינים האבן רעפרעזענטירט דעם ברך משה, זיי האבן אלע געהערט פון זיין מויל אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן (אגב איינער געדענקט אים נאך????)

לאנצוט » 24/1/2012 18:28

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און ווען יוסל וואלדמאן האט גערופן דזשיגאן צו דין תורה האט ער זיך אויך ארויסגעדרייט אז קהל וועט פסקענען

קיין איין דיין האט נישט רעפרעזענטירט יענקל כהנא, די דיינים האבן רעפרעזענטירט דעם ברך משה, זיי האבן אלע געהערט פון זיין מויל אז בערל פריעדמאן איז ארויסגעווארפן (אגב איינער געדענקט אים נאך????)



וואס דער ברך משה האט געהאלטן ווייסט יעדער זייער גוט. און דער איז געווען די חוצפה פון די ארונים צו פובליצירן די מעדיצינישע דאקומענטן. עס איז אן עוולה שאין כמוהו, צו נעמען א רבי'ן און צייגן פאר די וועלט אז ער איז שוין ליידער נישט פעאיג צו מאכן באשלוסן.

אבער נישט דאס איז יעצט דער מדובר. יעצט רעדט מען אז דער ברך משה האט דא גארנישט געטאן. משה גבאי האט עס געטאן, און די דיינים האבן געפאלגט די באפעלן פון אט דעם משה פריעדמאן, און וואס ער האט געהייסן האבן זיי געפאלגט ביים ערשטן מאל.

אלזא איז די פראגע, איז דאס נישט ריכטיג שוחד, אז דער דיין וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן עבד נרצע פאר משה פריעדמאן זאל גאר פסק'ן די דין תורה.

ער האט נישט געמאכט קיין פורים פון זיך, נאר פון די תורה הקדושה.

איבער די דין תורה מיט הצדיק רבי יוסף וואלדמאן שליט"א, דארפסטו ברענגען דאקומענטן פון די הזמנה און אז קהל האט געענטפערט אז זיי גייען דווקא צו רבי געציל.

עםהארץל » 24/1/2012 19:52

זיי מוחל ברענג דאקומענטן ווי משה גאבע באפעלט פאר די דיינים, משה האט גארנישט געהייסן און די דיינים האבן געטון וואס די תורה הייסט, אונזער דזשיגאן האט באשלאסן נישט צו פאלגן זיין טאטן און געגאנגען אין קאורט אן א היתר

אויף די מלחמת יוסף טעיפס הערט מען זייער גוט ווי ר' יוסל טענהט מיט ר' געצל אז ער וויל גיין צו דין תורה און מ'הייסט אים גיין צו קהל

לאנצוט » 24/1/2012 20:24

עםהארץל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיי מוחל ברענג דאקומענטן ווי משה גאבע באפעלט פאר די דיינים, משה האט גארנישט געהייסן און די דיינים האבן געטון וואס די תורה הייסט, אונזער דזשיגאן האט באשלאסן נישט צו פאלגן זיין טאטן און געגאנגען אין קאורט אן א היתר

אויף די מלחמת יוסף טעיפס הערט מען זייער גוט ווי ר' יוסל טענהט מיט ר' געצל אז ער וויל גיין צו דין תורה און מ'הייסט אים גיין צו קהל


איך דארף ברענגען דאקומענט איז דער דיין ארבעט פאר ר' יעקב כהנא, ווען ער באקומט פון אים א טשעקל יעדע וואך און האט געלאזט ארעסטירן מענטשן רעכטס און לינקס.

די דיינים האבן ארויסגעוויזן אזא משוגענע שנאה און אזא צעדרייטע איינזייטיגע רשעות קעגן איין צד, אז א בלינדער האט עס געזען.

אויב ס'איז נישט געווען משה גבאי דער וואס האט געהייסן, איז עס זיכער דער סמך מם אליינס. די דיינים זענען מקבלי שוחד בלי שום פקפוק האבן נישט נאר געהאט א שנאה כבושה קעגן א צד, נאר האבן געהייסן פאר'ן צד פון ר' יעקב כהנא נישט צו גיין צו דין תורה נאר צו זיי אליין.

דאס הייסט געמאכט פורים פון די תורה.

לגבי ר' יוסף וואלדמאן. ער האט קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה. נעווער עווער. טעיפס און רעקארדינס וויפיל דו ווילסט. קיין הזמנה נישט.

KJ » 25/1/2012 19:45

ס'איז דיר געלונגען צו אוועקפירן די שמועס פון עיקר הטענה, איז דא איין אוסר אויף דעם נייעם זאל חוץ איין פעיראלל דיין וועלעכער איז קלאר מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש? קום נישט מיט דברי יואל, ווייל די אלע רבנים קענען נאך אזוי גוט דעם דברי יואל ווי א פעיראלל דיין מלא נגיעות, למעשה איז דא דארט אסאך חתונות, און ביי יעדע חתונה זענען זיך הערצליך משתתף נאך און רבנים פון סאטמאר און פון אנדערע קרייזן וואס לאכן פון ענקער ניי געקאכטע פאלשן איסור. ודי בזה!

לאנצוט » 25/1/2012 19:58

דער איסור איז נישט ניי, די תורה איז אלט נאך פאר בריאת העולם.

אויב ניי, איז עס זיכער די אגענדע וואס מאנכע האבן. איך בין גלייב נישט אז דו ביסט מסופק צו אן אגענדע קען מאכן די תורה הקדושה עקספייערן.

יעדער עוכר ישראל האט אויף זיין ליסטע אגענדעס וואס ער האט חשק אז עס זאל עקספייערן.

לאנצוט קוקט אויף פאקטן:
דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן.

דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס רביה"ק האט געשריבן וואס איז דא בכתי"ק,
און אויך האט ער בלויז איינגעהאלטן דעם זעלבן פסק וואס דער מנחת יצחק האט געשריבן וועגן בני יואל.

נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת.

וואסזשע » 25/1/2012 20:02

לאנצוט, דו זאגסט דאך אליינס, ער האט קיינמאל נישט געשריבן קעגן איין צד = ווייל ער ווייסט אויך דעם אמת יעצט האט דער דומ"ץ קרית יואל  בלויז מקיים פסק געווען = וואס די אהרונים האבן אים געהייסן (געסטראשעט)

KJ » 25/1/2012 20:03

קורץ און שארף, די אלע פשעטלעך ווייסן אויך די אלע דיינים וואס האבן מסדר קידושין געווען דארט, און די דיינים און רבנים וואס האבן געטאקע מורא פון שלעק און שטיינער און זענען נישט געגאנגען מסדר קידושין זיין אבער האבן יא גע'פסק'ענט פאר פיל מחותנים אז מ'קען דארט מאכן חתונה אן שום פקפוק, און זיי קענען זיך אויסלאכן פון די פורים איסור פון די "רבנים מטעם", און די אלע רבנים וואס קומען צו די חתונות לאכן זיך אויס פון פסק צוזאמען מיט אלע דיינע פורים תורות ווי דו פארבינדסט די נישט געשטויגענע פורים גדול איסור גראד צו הר חורב.

שנית, יא, דער דיין האט אונטערגעשריבן אקעגן קהילה קדושה בני יואל, וואס די חתימות האבן גורם געוועזען דארף איך דיר נישט זאגן

וואסזשע » 25/1/2012 20:06

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט קוקט אויף פאקטן:
דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן. און טאקע דערפאר האט עהם ר' אהרן.....

דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס די אהרונים האבן פון אים פארלאנגט מיט כח

נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת. אפילו מ'גייט א ווייסע בעקיטשע יעדער שני וחמישי

KJ » 25/1/2012 20:12

און בלויז קלאר צו מאכן, ווער האט אויפגענומען הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה? טוען זיינע פסקים אויך בינדען יעדן - אויך ענק ווייל רביה"ק האט אים אויפגענומען?

 עטץ האטס אראפגעלייגט א כלל פון "פעיראלל דיינים", ווען גילט דאס און ווען נישט? איז דאס א פשוטע "הא לן והא להו"?

ענקער סבלן האט געזאגט ביי עירוב דרשה, אז רביה"ק האט געהאלטן אז מ'טאר נישט טראגן, אבער שרייען אויף יענעם, מאן דכר שמי', פונקט ווי מאשין מצות און רבינו תם... וואס איז אנדערש ביי סידור קידושין ווען ענקער דעת יחיד האלט אז מ'טאר נישט (עטץ קלעבטס עס אן אין דברי יואל, וואויל און פיין), אבער שרייען? וואס איז דאס אנדערש ווי עירוב אדער מאשין מצות?

הא לן והא להו!!

לאנצוט » 25/1/2012 20:28

וואס ביסטו מדמה די צוויי דיינים.

דער דיין וואס דו ברענגסט האט דאך געלאזט ארעסטירן מענטשן און האט געשריבן 20 בריוון קעגן איין צד. וואס דער דיין פון קרית יואל האט די אלע זאכן קיינמאל נישט געטאן.

אוודאי קען א דיין ווערן פסול. אבער נישט ווייל מיר שמעקט אזוי, נאר ווייל יענער האט זיך נעבעך געשאסן אין קאפ אליין.

דער דיין אין ברוקלין האט ליידער מבזה געווען די תורה און זיך אליין בפני כל העולם כולו אן א שיעור מאל.

וזה ברור.

לאנצוט » 25/1/2012 21:16

KJ טייערער, איך האב א קאצן קאפ, און עס האט מיר גענומען אביסל זיך דערמאנען אז דו ביסט מיר עפעס שולדיג.
בערך א וואך צוריק האסטו געזאגט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בני יואל.

איך האב דיר צוריקגעשריבן דאס וואס דו זעסט דא אינעם קעסטל:

[quote]
KJ. ביטע אנטלויף נישט.
דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.

ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.

וואס א שאנדע.

נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.


איך האב דיך כמה פעמים געפרעגט דערוועגן, אבער פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה ביסטו פארשוואונדן געווארן.

יעצט ביטע אז דו ביסט שוין יא דא ב"ה געזונט און פריש, וויל איך דיך דא פרעגן נאכאמאל שיין און בדרכי נועם, ביטע נעם רעספאנסיבילטי פאר דיין סטעיטמענט אויב ס'איז מעגליך.

ביטע אנטלויף נישט נאכאמאל. איך האב נישט קיין צייט דיך נאכצולויפן אזויפיל מאל.

א דאנק.
ידידך מ'לאנצוט

KJ » 26/1/2012 00:16

איך בין קיינמאל נישט אנטלאפן, נאר אזוי ווי איך האב ב,ה א זשאב און איך קען נישט געבן פאר היידפארק צופיל צייט, גיב איך א שנעלער שפרייז דורך דא און דארט, דו האסט ליידער נישט קיין זשאב, און דו ביסט דא 24/7 קען איך נישט נאכיאגן דיין אלע געמויזעכץ

ועוד, א אשכול וואס איך זע דיין ניק פרוביר איך נישט אפילו אריין צו גיין, דו ביסט ממאס יעדען אשכול מיט שטותים והבלים, דו מיינסט אז דו מוזט אייביג האבן דעם לעצטן ווארט ווען דו האסט נישט נארמאל וואס צו ענטפערען וועסטו רעדן תוהו ובוהו שטותים מיט לאקשן,  דו ספינסט און רעדסט פיל מאל אזעלעכע שרעקליכע הבלים אז ס'פארגייט די אפעטיט אנצוקוקן די געשרייבאכץ

בנוגע הגאון בעל מנחת יצחק זצוק"ל איז געווען ידוע דעמאלץ זיין מצב הבריאות, און די ארונים האבן פאר זייער אגענדע אים מבזה געוועזען אזוי שרעקליך מיט פעלטשעווען זיין נאמען אויף די חתימה,

10950א גוטע נאכט, ביטע רוף ארבייט פארמיטלונג באצייטנס פאר דו דארפסט רופן שלום בית קאמיטע, ארבייטסלאזיגקייט איז זייער שעדליך!

לאנצוט » 26/1/2012 01:12

אקעי, הייסט דער מנחת יצחק האט נישט עכט צוריקגעצויגן. נאר אזוי ווי ער איז געווען אינעם לעצטן יאר פון זיין פטירה האסט אים אראפגעציפט די יאר.

איך פארשטיי. גראדע קען איך אויך נוצן דעם תירוץ אויף פארשידענע נודע ביהודא'ס און חתם סופר'ס, נישט שלעכט.

אגב, איך בין נישט קלאר פארוואס איך דער אפעטיט פארגייט דיר ווען דו זעסט אז איך האב ערגעץ מגיב געווען. איז עס מעגליך אז ס'איז צוליב דעם וואס איך האב דיך אזוי געזוכט.

אנטשולדיג מיר, כ'וועל מער נישט זוכן.

גינגריטש » 26/1/2012 02:03

האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט

לאנצוט » 26/1/2012 17:49

גינגריטש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט



וואס האסטו צוריקגעשאסן יעצט?
הייסט וויבאלד דער ברך משה איז ליידער נישט געווען געזונט, איז שוין יעדער פוסק הדור קראנק?

אויפן ברך משה האט די גאנצע וועלט געוואוסט זיין מצב ליידער, און אויך האט מען עס באשטעטיגט מיט די מעדיקעל רעקארדס.



און יעצט א ווארט צו אלע אטאקעס קעגן לאנצוט:

איך בין איבערצייגט אז די אטאקעס קעגן מיר איז צוליב "מיין  טשעלענדזש".
השי"ת האט אייך געגעבן גוטע קעפ, נוצט אויס אייער שכל צו טשעלענדזשן צוריק. ווייל מיט'ן ענטפערן דעקל וכו' ווערט לאנצוט נישט אפגעענטפערט.

דאס אנטערפן אז איר איר האט נישט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלע מיינע "שטותים", איז זינלאז. ענטפערט קלוג און צודער זאך און איך וועל מודה זיין בעז"ה, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געטאן.

ודי בזה.

וויכטיג » 26/1/2012 18:05

איך הער אז די חודש איז דא היפש חתונות אין די הערליכע נייע זאל, ב"ה אז תורה איז מנצח און נישט טעראר און מעשי נבלה...

לאנצוט » 26/1/2012 19:14

די שאלה איז נישט וויפיל חתונות ס'איז דא. ס'מעג זיין 20 מיליאן חתונות, נישט דאס איז דער מעסטער לדעתי.

די שאלה איז צי ס'איז דא "איין נוטראלער" רב וועלכער איז גרייט צו זיין מסדר קידושין און עובר זיין אויף דעם איסור פון רבי געציל. (דאס איז דער מעסטער).

דערווייל האט רבי געציל זייער שטארק געזיגט - לויט מיין קוק ווינקעל.

גינגריטש » 26/1/2012 21:13

באקימען א אינוועטעישען פון א ווייטע קרוב אויך אין דעי נייע האל, וויפיל שעלטערייען שלעגערייען און וויינערייען זיי מאכען ווערט עס מער אין מער פאקט!