היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » * אשכול כללי פאר וויצן ארום בעלזא מעמד בקשת מחילה

* אשכול כללי פאר וויצן ארום בעלזא מעמד בקשת מחילה

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2938096

פריש » 17/1/2012 11:13

היסטארישע נייעס! ‎​
 
די סאטמערע דיינים מיט חיים שלמה פישער זענען יעצט געווען ביי די קברים פון בעלז, וויזניץ, פאפא, קאשוי, לובאוויטש, און אלע אנדערע רבנים וועם זיי האבן גערודפט אלע יאהן ואי אפשר לפורטם כי רבים הם, און מ'האט געבעטן מחילה. ‎​
 
נ.ב. די אלע רבנים וואס לעבן נאך וועט ווייטער פייניגן אין מ'וועט זיי איבער בעטן נאך די הונדערט און צוואנציג

תוקן על ידי פריש ב- 17/01/2012 11:14:25

פריש » 17/1/2012 11:15

They say when the Machnovker will have a tzion, Belz will also ask him mechila...☺

פריש » 17/1/2012 11:16

נר-מצוה קומט ארויס מיט מחילה-זעקליך, וואס אנהאלט א תהלימ'ל, ליכט און א נוסח בקשת מחילה

רב_הסוער » 17/1/2012 16:56

ר' אהרן איז יעצט געווען ביי פאלאקס לאט בעטן מחילה פארן שטעכן זריל גליק אין הארץ און זאגן "פעטער" און "דברי יואל"

וויכטיג » 17/1/2012 17:16

פאללאקס לאט איז ערגעץ נעבן פישמאן'ס לאט, צו נעבן סאשעס'מאן'ס לאט?

סעלפאן » 17/1/2012 17:27

@MenasheLustig: Breaking: satmer just send 10 dayunim to the koisel to ask mechila from God...

וויכטיג » 17/1/2012 17:31

סעלפאן, דא דארף מען לאכן? יעצט גיי דו און שיק א מנין מפייס זיין צו רביה"ק ציון, און וויין צו הקב"ה ער זאל דיר מוחל זיין אויף די נארישע גרויליגע וויץ..

יענקי123 » 17/1/2012 18:17

רבותי! ביטע געדענקט אז דער עיקר האט געליטן פון דעם בער דער הגה"ק בעל מנחת יצחק, יעדן טאג טאג, טאג טעגליך צו ס'איז געווען ערב יום הקדוש ווען דער רב דע מנחת יצחק האט געווארט אויף א טלפון פון זיין בן יחיד ר' בעריש ווייס שליט"א זיך צו ווינטשן א גוט יאר, האט ער געשיקט זיינע אינגאטשעס זאלן האלטן אין איין קאלן צו די נומבער פון דעם רב כדי עס זאל זיין די גאנצע צייט פארנומען די טלפון ליין. די זעלבע זאך ערב סוכות און ערב פסח, מיט א געפערליכע רשעות האט ער געשיקט זיינע טערוריסטן צו פיניגן דעם מנחת יצחק זצוק"ל, ס'איז נישט מעגליך צו מאכן שלום מיט דעם אגריפס'ער בער אנדעם וואס ער אליינס זאל גיין איבערבעטן. טאקע ער האט גערעדט אויף דעם הייליגן בעל ויואל משה מיט א מוראדיגע זלזול, אבער דאס אלעס קומט נישט צו צו א קליין טייל וואס ער האט אפגעטוהן דעם מנחת יצחק. איז דעם שיקן איבערבעטן דעם הייליגן סאטמער רב איז טאקע א גרויסע זאך אבער ס'איז אוודאי און אוודאי נישט גענוג.

פריינדליך » 17/1/2012 18:21

​ס'וועט זיין צוגעשטעלט מחילה-באסעס פאר די דיינים פון אלע קהלות וואס ווילען גיין איבערבעטן אין די בתי חיים, די באסעס וועלן שטיין לענגאויס די הייוועי און מאכען סטאפס אין; לאנג-איילאנד, ניו זשערסי, קרית יואל, קרית קאשוי, קרית פאפא, מט. קיסקאו, מאנסי, מאנטיפיורא ביה"ח (ליובאוויטש), בני יואל און פאללאקס,

פריינדליך » 17/1/2012 18:22

יענקי. די אשכול איז פון וויצן. מחאות אין די מעין בעלז אשכול

רב_הסוער » 17/1/2012 18:41

אלטר משה האט יעצט געלאזט וויסן אז ער איז נישט מקבל די מחילה נאר אויב דער ר"ר בער ווארפט זיך אראפ אויף דער ערד און סאטמאר ביהמ"ד און לאזט זיך אריינשטויסן און זיין פעשן גוף קדוש פון יעדן איינעם און שרייט חטאתי עוותי פשעתי

לאנצוט » 17/1/2012 18:48

געהערט היינט אין די מקוה:
פארוואס איז דער בעלזער אליינס נישט געקומען בעטן מחילה?
ווייל חברה קדישא האט נישט געלאזט.

ווייל אויב ער אליינס קומט, דארף ער אויסטאן די שיך (יחף)
זיי טענה'ן אז דער גערוך וואלט אויפגעוועקט אלע מתים !

רב_הסוער » 17/1/2012 18:48

דער שארמאשער מיטן דאראגער האט מודיע געווען אז די גאנצע מחילה געבעטעכטס איז איבריג און א פארדריסליכער טעות, אויב ער זאגט ווען אז די אלע דברי בלע בימים ההם האט ער לעולם געמיינט נאר ר' אהרן, און ער האט געהאט א אהבה מוסתרת, וואלט מען איהם שוין לאנג מוחל געווען אלע זיינע עבירות, און אפשר געמאכט פאר א צדיק וקדוש,

דייקן » 17/1/2012 19:08

קינדער, שוין צייט אויפצוהערן די נער'ישע גערעדעריי.

טעיסט » 17/1/2012 20:55

From this week start will motze shabes work the SATMAR SHOVAVIM TAPES in all BELZ SHTIBLECH

טאטעלע » 17/1/2012 21:35

אייזיק הערש שפילמאן איז נעכטן נאכט ארומגעלאפן אין מאנרא שול: דער בעלזער איז נישט גראב...

טאטעלע » 17/1/2012 22:19

נחום ראזענבערג: מ'וועט מיך דארפן מאכן א גרויסע אוהל ביי מיין קבר, כדי ווען די ל"ג ל"ג רבנים וועלן שיקן מיך איבערבעטן וועט דארפן זיין פלאץ פאר 350 מענטשען...

געדאנקן » 18/1/2012 00:37

מנשה לוסטיג:
נחום ראזענבערג האט געבעטן 'מחילה' ביי ברוך מרדכי

נוטראלער » 18/1/2012 03:23

גערעדט האט ער אויפן "בעל ויואל משה" עיין בהדרשה
איבערגעבטן האט ער דעם "בעל דברי יואל"

סענעטאר » 18/1/2012 03:56

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעדט האט ער אויפן "בעל ויואל משה" עיין בהדרשה
איבערגעבטן האט ער דעם "בעל דברי יואל"
‎​
 
עמוק עמוק!

סעלפאן » 26/1/2012 03:20

באבובער רבי האט געקאלט דעם בעלזער וואונטשן מזל טוב פאר די שלום, דער בעלזער האט צוריקגעוואונטשן ברוכים תהיה אי"ה בקרוב ביי ענק...

וויכטיג » 26/1/2012 18:35

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעדט האט ער אויפן "בעל ויואל משה" עיין בהדרשה
איבערגעבטן האט ער דעם "בעל דברי יואל"


[בילד – נישט אפגעהיט]