היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בעלזא רבי שיקט מחילה בעטן פון רביה"ק מסאטמאר

בעלזא רבי שיקט מחילה בעטן פון רביה"ק מסאטמאר

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2938032
בלאט: 1 2

פאפיטעס » 17/1/2012 00:40

 
דרמה בעולם החסידות!!!

כעת נמצא מנין אנשים ובניהם ששה דייני בעלזא, ובראשם ר' שמעון וואלף קליין ני"ו הגבאי, בשליחת האדמו"ר מבעלזא שליט"א, אצל הציון הקדוש של מרן אדמו"ר בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, ומ"מ מרן אדמו"ר בעל ברך משה זי"ע בקרית יואל.

המשב"ק ר' שמעון וואלף קליין ני"ו קרא מכתב בקשת מחילה בשם רבו האדמו"ר מבעלזא, וביקש הצלחה וברכה לרבו רבי ישכר דוב בן מרים שליט"א

האדמו"ר שלח המנין לבקש מחילה מאת האדמורי"ם מסאטמאר זי"ע על הדברים שדיבר נגדם בשנות תש"מ.

כפי השמועה שלח האדמו"ר מבעלזא שליט"א המנין לבקש מחילה, על פי הוראות גיסו כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וזה ההתחלה לשלום עם חסידות סאטמאר.

פרטים יבואו!

ארגינעלער » 17/1/2012 00:59

ענדליך נאך א פאר יאר וואס רבינו שליט"א האט  פארלאנגעט אז זיי זאלן איבער בעטן דעם רבי'ן ז"ל אין בעלז האט נישט מסכים
האבן זיי זיך געבראכן אין מודה געווען אויפן טעות פין רעדן אויפן רבי'ן ז"ל אין דער בעלזער רבי האט געשיקט א מנין דיינים איבער בעטן דעם רבי'ן ז"ל

ווי ס'קוקט אויס וועט זיך דער רבי שליט"א טרעפן מיט בעלזער רבי ווען ער פארט יעצט אויף ארץ ישראל
וואס דאס איז געווען אייביג א תנאי פינעם רבי'ן

אין די זעלבע צייט הערט מען גייט אן א שלום פראצדור צווישן בעלז מאחניווקא אין בעלז

אייזיל » 17/1/2012 01:03

מוראדיג מוראדיג

מעט אור דוחה הרבה מן החושך

אך ווי גוט סאיז אז מען מאכט שלום ביי כלל ישראל

בשעת די סיקריקין אין פאגראמטשיקער אין ארץ ישראל מאכן א חילול ה' מסוף העולם ועד סופו זיצן אידן און פארהאנדלען וויאזוי צו מאכן שלום צווישן אידן

טאטע, קוק זיך צו וואספארא טייער און הייליג פאלק דו פארמאגסט און שיק שוין די גאולה שלימה במהרה!!!

פשווארסק » 17/1/2012 01:05

פשווארסק » 17/1/2012 01:05

היסטוריה חסידית • נפרצה הדרך לפיוס בין בעלזא לסאטמר • פרסום ראשון
טלטלה בעולם החסידי • לאחר שנות עוינות, נפרצה הדרך לפיוס בין חצרות סאטמר לבעלזא • כצעד מכין, עלו היום נציגי חסידות בעלזא לקברו של האדמו"ר ה'דברי יואל' מסאטמר במונרו, וביקשו ממנו מחילה • צפוי שמפגש פסגה יתקיים כבר בחודש הקרוב, בעת ביקור האדמו"ר מסאטמר בארץ • בלעדי
משה ויסברג, בחדרי חרדים 00:28 17/01/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]
אדמו"רים בעלזא וסאטמר לוחצים ידיים לפני שנים בשמחת בית ויז'ניץ. צילום: ארכיון
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]0
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

היסטוריה בעולם החסידות: אחרי שנות עויינות, נפרצה הדרך לפיוס בין חסידות בעלזא לחסידות סאטמר ולמפגש פסגה בין שני האדמו"רים.

אחרי שנות עויינות, מנהלים חצרות חסידות בעלזא וסאטמר, מגעים להשכנת שלום בין החסידויות, ולמפגש פסגה בין שני הגיסים האדמו"רים.

האדמו"ר מסאטמר הציב תנאי להשכנת שלום בין החצרות, והוא שעשרה מדייני חסידות בעלזא, יעלו לציון בעל ה'דברי יואל' מסאטמר לבקש ממנו מחילה בשם בעלזא.

היום (ב') הגיע הגבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין יחד עם 12 דיינים מחסידות בעלזא מרחבי העולם, לקברו של האדמו"ר ובעל הד'ברי יואל' בקרית יואל במונורו והגבאי ביקש סליחה בשם האדמו"ר מהנפטר.

מנחם_מענדל » 17/1/2012 01:14

KolSatmarText@ 
HISTORY! After over 30 years, BelzDayunim from EY BP Monsey Montreal, was at Zion of Raboseiny in KY 2Asked Mechileh. More: 2124449899 - 220

פאמאגראנט » 17/1/2012 01:21

ווי גייט זיך די רבי טרעפן מיט בעלזער רבי ?

קליפ » 17/1/2012 01:22

ס'איז צייט.......
[בילד – נישט אפגעהיט]

דייקן » 17/1/2012 01:22

כל הכבוד לחסידי בעלזא, ס'איז זיי זיכער נישט גרינג אנגעקומען.

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן. 

FiveBoro » 17/1/2012 01:27

קליפ:

מיר שטעלן פאר הגז"ל די זעלבע תנאי:

א מעמד בקשת מחילה ביים ציון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

היראים » 17/1/2012 01:33

בחצרות ברעכט די נייעס

היסטארישע געשעהניש אין קרית יואל

א היסטארישע געשעהעניש אויף וואס מ'ווארט שוין דערויף די לעצטע איבער דרייסיג יאר איז היינט צום ערשטן מאל געשעהן אין קרית יואל ווען עס זענען ערשינען א מנין פון צען דיינים פון קהל מחזיקי הדת בעלזא, פון בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, אין שפיץ פון א שליח מיוחד פון ירושלים עיה"ק ר' שמעון וואלף קליין נ"י, ביים ציון הק' אין קרית יואל  צו א מעמד פיוס ובקשת מחילה.

 

די דיינים שליט"א האבן געצינדן ליכט און געזאגט תהילים, און דער שליח מיוחד האט געזאגט דברי שליחות ובקשת מחילה, קודם ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל דברי יואל זי"ע, און  דערנאך ביים ציון הק' פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע. און ער האט איבער געבעטן דעם כבוד פון רבותינו הק' וואס מ'האט בשעתם פוגע געווען.

 

אנשי שלומינו וואס געדענקען יענע שווערע צייטן, און דעם וויי געשריי פון אלע גדולי ישראל וואס האבן זיך געבעטן "שובי אל מקור מחצבתכם" און מ'זאל ווי פריער חוזר זיין פון די נייע וועגן, זענען צופרידן צו הערן אז נאך אזויפיל יארן ווערט אויסגעדרוקט חרטה אויף די מעשים, און מ'בעט מחילה פון רבוה"ק אין וועמען מ'האט פוגע געווען אין יענע צייטן.מיט האפענונג קוקט מען ארויס אזוי ווי מ'הייבט אן צו זעהן א שטראל פון חרטה אויף יענע מעשים, זאלן זיי זיך גענצליך צוריק קערן צו זייערע ארגינעלע מקורות די הייליגע וועגן פון התבדלות מרשעים ווי אזוי די צדיקים וקדושי עליון לבית בעלזא האבן געלערנט דעם כלל ישראל, און זיי וועלן צוריק קומען צו די רייען פון שלומי אמוני ישראל מיט א גענצליכע אפטיילונג פונעם מלכות המינות אין ארה"ק, און מיטן זיך צושטעלן צו די רייען פון די לוחמי מלחמת ה' צבקות גענוי אזוי ווי זייערע זיידעס אינדערהיים זענען געווען די ערשטע סאלדאטן אויף אלע מערכות ישראל.

 

 

 



תוקן על ידי היראים ב- 17/01/2012 01:54:40

FiveBoro » 17/1/2012 01:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 17/1/2012 01:39

רשימת הדיינים של בעלזא מרחבי העולם שהשתתפו הם: הרבנים הגאונים רבי טוביה וועטענשטיין, רבי משה שמעון בינעטה, רבי אשר עקשטיין, רבי שלום פסח לאנגסאם, רבי וואלף בער לערנער ורבי מרדכי גאליצקי,

ועמם הרבנים בראשם הגבאי הרב שמעון וואלף קליין, הרב גבריאל מענעצר, הרב יוסל לאנגסאם, הרב משה יוסל מאשקוביץ, והרב עזריאל העכט.




תוקן על ידי היראים ב- 17/01/2012 01:56:56

היראים » 17/1/2012 01:42

ווייסט איינער פארוואס די זאליס זענען אזוי ווילד אז דער בעלזער וויל זיך איבערבעטן מיט רבותיה''ק?


תוקן על ידי היראים ב- 17/01/2012 02:22:17

היראים » 17/1/2012 01:43

ר' זאלי זאגט
אויב וויל דער בעלזער רבי זיך איבערעטן מיט זיין פראקציע דארף ער קומען איבערבעטן דעם רבי'ן ז''ל אין פאללאקס לאט...[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי היראים ב- 17/01/2012 01:42:35

פילעף » 17/1/2012 01:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 17/1/2012 01:47




[בילד – נישט אפגעהיט]


היראים » 17/1/2012 01:55

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קליפ:

מיר שטעלן פאר הגז"ל די זעלבע תנאי:

א מעמד בקשת מחילה ביים ציון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.


[בילד – נישט אפגעהיט]

בחצרסטאמאר » 17/1/2012 02:01

"אנחנו שליחים של רבינו יששכר דוב בן מרים, לבקש מחילה"

סיפורה של ידידות מופלאה: קירבה, ריחוק, ופיוס היסטורי • משלחת של דיינים ורבנים יצאו מטעם כ"ק אדמו"ר מבעלזא לבקש סליחה ומחילה על קברם של האדמו"רים מבית סאטמאר זי"ע • כל הפרטים

שלמה כהן | 1:00 | כ״ב בטבת תשע״ב

ברגעים אלה מתפשטת כאש בשדה קוצים ידיעה מרעישה, המעוררת רגשות מעורבים בכל תפוצות ישראל ובקרב חצרות החסידים בפרט, כאשר במרכזה פיוס היסטורי בין החצרות סאטמאר ובעלזא.

משלחת של דיינים ורבנים מקהילת חסידי בעלזא בארצות הברית, הגיעה בשליחות קודש של כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לפקוד את ציונם הק' של כ"ק האדמו"ר הרה"ק ה'דברי יואל' מסאטמאר זי"ע, ומ"מ כ"ק האדמו"ר ה'ברך משה' זצ"ל.

פיוס היסטורי

הגבאי המיתולוגי הרה"ח שמעון וולף קליין שליט"א עומד בראש המשלחת המונה מניין דיינים ורבנים. ראשית, הם ניגשו לציון של אדמו"ר בעל ה'דברי יואל' ואמרו בזה הלשון: "אנחנו שליחים של רבינו יששכר דוב בן מרים, ששלח אותנו לבקש סליחה ומחילה על מה שפגע בכבודכם".

לאחר מכן ניגשו לציון של האדמו"ר בעל ה'ברך משה' זי"ע וחזרו על אותו הנוסח, כאמור, בשליחות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.

סיפורה של ידידות מופלאה: קירבה, ריחוק, ופיוס היסטורי

בשנות ההנהגה הראשונות של כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, כאשר הגיע לבקר בארצות הברית, כ"ק האדמו"ר ה'דברי יואל' זי"ע כיבדו בכבוד גדול מאוד, ויצא מגדרו בקביעה פורצת גדר: "שלא לומר תחנון בבתי המדרשות דחסידי סאטמאר".

לימים, כאשר פתח כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א את מערכת השחיטה של 'קהל מחזיקי הדת',  נוצר ריחוק בין החצרות ומאז נפרדו דרכיהם של הני תרי מנהיגי הדור. מאז, החצרות היו בנתק מוחלט.

בשנים האחרונות, ובפרט מאז שכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הוכתר למלאות את מקומו, יש התקרבות בין החצרות.

ללא ספק, המשלחת שמגיעה בשליחות קודש לציונים הק' מקרבת את השלום והגאולה ומהווה הושטת יד לפיוס היסטורי.

יצוין כי, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וכ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א הינם גיסים, שניהם חתנים אצל כ"ק אדמו"ר מויז'ינץ שליט"א.

http://www.jdn.co.il/news/30204

היראים » 17/1/2012 02:13

מי לא יודע ולא שמע על הדרשה הידועה שדיבר האדמו"ר מבעלזא
במוצאי שמחת תורה שנת תש"מ
דרשה שהדליקה את המחלוקת הידועה בין חסידות בעלזא לבין חסידות סאטמאר

כבר יותר מעשרים שנה עברו מאז
והאדמו"ר מבעלזא כבר ניסה כמה פעמים לעשות שלום בינו לבין העדה החרדית
אם זה היתה כמה חודשים אחרי זה
כאשר עשו את השלום עם הגאב"ד של העדה החרדית דאז המנחת יצחק
אם זה היה לפני כמה שנים בנסיון לעשות שלום דרך הרה"ג ר' משה האלבערשטאם זצ"ל

בשנים האחרונים ניסו כמה פעמים לעשות שלום
דרך 2 הגיסים האדמו"ר מבעלזא עם גיסו האדמו"ר מסאטמאר שליט"א
אבל האדמו"ר מסאטמאר אמר בכל פעם שהוא מוכן לזה בתנאי
היות שהאדמו"ר מבעלזא דיבר נגד האדמורי"ם מסאטמאר זצ"ל
הוא חייב לבקש מהם מחילה כדין

עכשיו שלח האדמו"ר מבעלזא 10 מחשובי הדיינים שלו
לעלות על ציונם בעיר קרית יואל
ולבקש את מחילתם כדין
המעמד היתה ע"י 10 דיינים
ובראשם הגבאי המיתולאגי שמעון וואלף קליין
שנגש קודם לציון של האדמו"ר בעל הדברי יואל
ואמר אנחנו שליחים של רבינו ישכר דוב בן חנה
ששלח אותנו לבקש סליחה ומחילה על מה שפגע בכבודכם

ואח"כ הלכו לציון של האדמו"ר בעל הברך משה
ואמרו את אותו הנוסח.



פשווארסק » 17/1/2012 02:39

קונצען » 17/1/2012 02:45

אלץ נאר אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל - אן קיין שום אייגענער אינטערעסע

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, טיט נישט היינט פאר דו בעלזער מוסדות א צענטעל פון וואס ער טיט פאר כלל ישראל מוסדות, ווי לדוגמה ישיבה און מוסדות לבעלי תשובה, קירוב רחוקים וקירוב קרובים, דו טאטע פון דו יתומים און א"י און נאך, דו בעלזע בעלי תשובה מוסדות האבען היינט א באדזשעט וואס איז כמעט גלייך אויף גלייך פון דו באדזשעט פון דו בעלזע מוסדות, ווען און דו זעלבע צייט מיטשעט זיך דו בעלזער מוסדות איז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא פארנימען מיט שאפען געלט פאר דו מוסדות התשובה אנשטאט שאפען געלט פאר זיינע אייגענע מוסדות.

און דאס איז אלץ ווייל כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א דאגה'ט פאר כלל ישראל און נישט פאר זיך. איינער פון זיין עיקר דאגות איז אז עס זאל זיין שלום ביי כלל ישראל.

·         אזוי האט ער געטיען מיט דו אגודה איינס פאר דו לעצטע בחירות, ווען דו אלע אגודה פארטייען האבן זיך נישט געקענט פארגלייכן האט בעלזא מוותר געווען אויף א נציג און כנסת.

·         אזוי האט ער געטיען ביי דו לעצטע בחירות, ווען בעלזא האט מוותר געווען און אוועק געגעבן זכות קדימה פאר וויזניץ (אפי זיי זענען קלענער ווי בעלזא).

·         אזוי האט ער געטיען מיט גור און חיפה ווען גור האט זיך פראבירט צו קריגען מיט בעלזא אופן בעלות פונעם שטאטישע שול, וואס בעלזא האט דאס 100% לעגאל באקימען און בעלזא האט געהאט אלא לעגאלע רעכטן זיך צו שלאגען פאר דעם, און מיט דעם אלעם האט בעלזא מוותר געווען און אוועק געגעבן פאר גור א חלק.

·         אזוי מיט מחנובקא, ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א א מנהיג פון א קהילה פון אריבער 8,000 משפחות, לויפט נאך זיין שוועסטער קינד וואס האט זיך דערמאנט בערך 35 יאהר נאך וואס בעלזא האט באקרוינט א נייעם רבי און בערך 45 יאהר נאך דו בעלזער ירושה (נאכן פטירה פון כ"ק רשכבה"ג מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל) איז ציטיילט געווארן (ווען דער מחנובקרס טאטע וואס איז דאן נישט געווען קיין פרימער איד און האט נישט מחשיב געווען דו רעביסטיווע [בבחינת "ויבז עשיו את הבכורה"] האט געבעטן און אנגענימן געלט פאר זיין חלק הירושה) אז ער וויל אויך זיין א בעלזער רבי, און כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פראבירט אלעס אויף דער וועלט זיך אויס צו גלייכן מיט אום.

·         און אסאך נאך.

 

און אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געזעין אז למען השלום, פעלט זיך אויס אז ער זאל שיקן א מנין אידען האט ער געמאכט א פשוטער חשבון,

1)      איך שיק מיינע אינגעלייט און כנסת המינים = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

2)      איך שיק מיינע איגעלייט האנדלען מיט דו ערגסטע עלעמענטן פון כלל ישראל כדי זיי מחזיר בתשובה זיין = אויף צו טיען פאר כלל ישראל.

נא, אז איך קען טיען דו אלע זאכן אלטס נאר למען כלל ישראל – קען איך אויך שיקען א מנין אידען צום ציון פון דו סאטמערע רבי'ס אויב מען האלט אז למען שלום ציווישען כלל ישראל פעלט זיך עס אויס.

לסיכום: בעלזא דארף נישט סאטמאר. בעלזער האט אלע יאהרן געבליעט אן סאטמאר. בעלזער רב האט זיך קיינמאהל נישט געקריקט מיט סאטמאר אויף א פרזענליכן אויפן, און דו מחלוקה איז נאר געווען אויף די דרך און אויף די שיטה (ניין בעלזא האט קיינמאהל נישט געווארפען קיין מיסע פאשקעווילען אויף סאטמאר, בעל דברי יואל, ברך משה). אבער כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א בגודל מעלתו האט געזעין אז פאר דו טובה פון כלל ישראל (נישט דו טובה פון בעלזא) פעלט זיך אויס צו מאכן א טריט האט ער דאס געטיען.

איך ווייס נישט אויב בדורנו איז דא נאך איינער וואס קען אזאנס טיען. "אשרנו מה טוב חלקנו" חסידי וידידי בעלזא. 









תוקן על ידי קונצען ב- 17/01/2012 02:57:59

ויואמ_אמת » 17/1/2012 02:49

קוקט אויס ווי דער בעלזא רבי האט זיך נישט דורכגערעדט מיט קונצען פאר האט געטוהן די לעצטע שריט, אז ער דארף שרייבן אזא נערישע תגובה

וואלןסח » 17/1/2012 03:02

ס'געפעלט מיר ווי די זאליס קענען נישט פארדייען דעם פיוס, און שטעלן גאר תנאים
זאגסט נאר, ווען רז"ל האט זיך מתחבר געווען מיט ר"א לייטנער ושאר שונאי אביו האט ער אויך געשטעלט א תנאי אז זיי מוזן איבערבעטן זיין טאטן ברוב עם כדרך שביזו אותו?
האבן זיי אים בכלל איבערגעבעטן? 

outspoken » 17/1/2012 04:50

לאמיר ציטיילען די זאך אויף צוויי,  1
 בעלזא איז געווארן לינקס שבלינקס, 2
 בעלזע אלטע חסידים וואס האבן געווארפן די מאוס'טע פאשקעווילען אויף רביה''ק אין תשט''ו האבען זיך אין תש''מ געזען אז רביה''ק איז אוועק אלץ די גרויסע גאון און קדוש, און די אידישע וועלט האט איינגעזען (למחצה שליש ולרבעי) אז זיין שיטה (וואס אלע פריע'דיגע גדולים  האבן געהאלט) איז גערעכט, האבן זיי גענומען א 30 יעריגע זאל זיך אויפשטעלן און חוזק מאכען פונם שיטה און פון די טיילונג אין אונגארען,

איצט אז ער זעט זיך אז ער דארף איבערגעבען די רבי'סטעווע פאר זיין זין וואס איז זייער א ווייטע בר הכי וד''ל  לויפט ער ארום זיך אבערבעטען מיט יעדן רבי...

יא , ווען מיר וועלן זיין איינס מיט די מזרחי, וועלן מיר זיין איינס מיט בעלזא...
 

האנדא » 17/1/2012 06:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

האנדא » 17/1/2012 06:26

האנדא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

האנדא » 17/1/2012 06:27

האנדא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט » 17/1/2012 07:29

הרב קונצען:

האדמו"ר מבעלזא פגע בכבודו הרמה של מרן האדמו"ר הק' בעל דברי יואל בזלזול נורא ואיום.
האדמו"ר מבעלזא היה אברך ולא הגיע לבן ארבעים לבינה (תשמ"א) כשעשה השטות הזה.

ותמה תמה אני קורא, האיך לא חש ולא הקפיד האדמו"ר מבעלזא זה שלשים שנה לפייס את הרב הק' מסאטמר בעבור גסות הרוח שבקרבו, או כדברך עבור רצונו העזה של הרבי מבעלז להשכין שלום בעדת היראים?

האמת ידוע לך, שהתברר להרבי מבעלז איתן שגיסו הרבי מסאטמאר לא ירא ולא יחת, ולא ישלים עמו עד אשר יעשה כדברי השו"ע וישלח מנין אנשים חשובים לפייס את האדמו"ר מסאטמאר על קברו.

כל הכבוד לו ששבר את גאון עוזו, ולבסוף ציית לדברי התורה הנתונה מסיני.

הבדלה_מנין » 17/1/2012 09:16

ווען דער בעלזער רבי האט גערעדט אויפן רבין זי"ע האט ער דאס אויך געטאהן דורך שליחים אדער האט ער דאס געטאהן בכבודו ובעצמו??

SatmarBum » 17/1/2012 09:22

בילדער פון די שלום פלענער 


[בילד – נישט אפגעהיט]



                             [בילד – נישט אפגעהיט]   

שכלדיג » 17/1/2012 09:23

הבדלה_מנין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען דער בעלזער רבי האט גערעדט אויפן רבין זי"ע האט ער דאס אויך געטאהן דורך שליחים אדער האט ער דאס געטאהן בכבודו ובעצמו??


ווען ר"א לייטנער האט גערעדט אויפן רבין זי"ע האט ער איהם איבערגעבעטן דורך שליחים אדער ער האט דאס געטהון בכבודו ובעצמו ?? 

גערעכט » 17/1/2012 10:05

אביסל היסטאריע
איך ווייס נאך נישט וואס עס גייט זיך אויסקאכן מיט די גאנצע זאך, דאס איז אמהאל זיכער, אז די טריט וואס דער בעלזער האט דא געטוהן, איז א גרויסער חלק - און אפשר דער חלק הארי, וואס ער האט געדארפט צו טוהן, בכדי צו קענען גערעכטן ווערן אלס 'חוזר בתשובה'.

די סיבות צו דעם טריט, איז לכאורה דאס וואס ער איז לעצטנס זייער נישט געזונט (לרפו"ש), ער איז לעצטנס זייער ווייניג צווישן מענטשן.

מען טאר נישט פארגעסן, אז די מערכה פון בעלזא אנקעגן אונזער קרייז, האט זיך נישט אנגעהויבן אנקעגן סאטמער ממש, עס האט זיך אנגהויבן קעגן די העדה החרדית בכלל, און קעגן דעם פוסק הדור דעם הייליגן מנחת יצחק זצוק"ל.

געוועהן איז דאס באלד נאך די הסתלקות פון רביה"ק, סוף יאהר תשל"ט, ווען די העדה החרדית האט אויפגענומען דעם מנחת יצחק - אלס מרא דארעא - רב פון ירושלים עיר הקודש, דער בעלזער איז דעמלטס געוועהן א יונגערמאנטשיק פון 32-33 יאהר, און האט באקומען אן אפעטיט צו איבער נעמען די שטעלע פון רביה"ק - וואס האט געדינט אלס גאב"ד ירושלים, דער בעלזער האט פארשטאנען זיינער צייט, אז ער און נאר ער, איז דער נאטירליכער - נעקסטער 'רשכבה"ג' - נאכן הסתלקות פון רביה"ק.

באלד נאך דעם וואס מען האט אויפגענומען דעם מנחת יצחק, אלס גאב"ד עיה"ק ירושלים, האט מען אים פערזענליך אנגהויבן צו פייניגן אויף א שרעקליכן אויפן, מען פלעגט אים אויפוועקן אויף די נעכט, מען האט אים געשיקט אמבאלאנסן, פייער לעשער, פאליס, טראקס מיט צעמענט, א.ד.ג.,

ערב יום הקדוש שנת תש"מ, האט דער מנחת יצחק באקומען א טעלעפאן קאל, פון א אנונימער רופער, מיט קללות נמרצות מאוד, אלס פארן חטא פון ווערן אויפגענומען אלס דער רב פון די העדה החרדית.

דער מנחת יצחק זצוק"ל, איז געוועהן זייער א איידאלער אייראפעישער איד, די אלע שטיקלאך - און די אלע טעראר האט זייער שווער משפיע געועעהן אויף אים, און איז געוועהן זייער צובראכן דערפון.

סוכות צייט תש"מ, האט דער בית דין פון די העדה החרדית, ארויס געגעבן זייער א שארפן בריוו, קעגן די אנאנימע טעראריסטן, און געשריבן, אז ווער עס מאכט די אלע שטיקלאך - אדער ווער עס ווייסט ווער עס טוט דאס, און וועט נישט קומען איבער געבן די פרטים ביז א געוויסן דאטום, וועט זיין אין חרם.

די טעראריסטן - די מחוצפים, האבן זיך וויא פארשטענדליך אויס געלאכט, אבער עס האט נישט לאנג געדויערט, און עס איז ארויף געשווימען 2 נעמען פון בעלזער יונגעלייט: ש.א. מיט זיין חבר ז.פ. (ביידע האבן זייער נישט גוט אויסגעשפילט ה"י), אלס די יונגען וואס שטייען אונטער דעם טעראר.

פון דארט אין ווייטער האט זיך אנגהויבן די 'מערכה' (אין בעלזא רופט מען דאס עד היום הזה 'די מערכה'), בעלזא האט דעמלטס ווינטער תש"מ, געפנט אליינס א בית דין - א אייגענער כשרות ליין - תש"מ איז געוועהן שנת השמיטה, און באלד האבן זיי געפענט א שמיטה ליין, א אייגענע שחיטה, א.ד.ג.,

וויא פארשטענדליך, סאטמאר (זיינער צייט), דער רוקען ביין פון יהדות החרדית, און ארץ ישראל, האט זיך אנגענומען מיט פילן ברען, פאר די העדה החרדית, און שפיץ פון הייליגן רבי'ן דער ברך משה זי"ע.

עס איז דעמלטס געוועהן הימל - און ערד, בעלזא מיט סאטמאר, פאטשקעווילן - צייטונגען - דרשות - מחאות - ספרים - און וואס נישט, עס האט געקאכט - און געווירבלט מיט א געפערליכע פארע.

דער אויכפונקט פון די חוצפה פון בעלזער, אנטקעגן דעם הייליגן רבי'ן רביה"ק בעל דברי יואל [ויואל משה], איז געוועהן, מוצאי שמחת תורה שנת תשמ"א ביי די 'שטייענדיגע תורה' (אזוי רופט מען דאס אין בעלזא), ער האט גערעדט זייער געמיין ביליג און פראסט אנטקעגן רביה"ק, ער האט זיך צווישן די ווערטער אנגערופען "ווען זיי האבן נאך געגעסן געשטאפטע גענז, האבן מיר שוין......".

נאך דעם דרשה זיינע, וואס איז געוועהן וויא געשריבן מלא דופי - זלזול - אנטקעגן די שיטה הקדושה בכלל - און אנטקעגן רביה"ק פערזענליך בפרט, איז דעמלטס ארויס זייער א שארפן בריוו אנטקעגן דעם בעלזער, וואס אלע גדולי ישראל פון אונזער קרייז האבן אויף דעם געחתמ'ט, עס איז נישט אינטערסאנט אויס צורעכענען דא אלעמען, אבער עס איז אינטערסאנט צו צייכענען אז הרה"ק ר' יאנקעלע פון פאשווארסק זי"ע, וואס האט זיך געהלטן אלס בעלזער חסיד, און איז געווען נאנט צו בעלזא - איז געוועהן בראש החותמים.

(פאר די בעלזער איז געוועהן דער חתימה פון ר' יאנקאלע זי"ע, זייער א שווערער ביסן, און שטענדיג געזוכט צו לייקענען - א.ד.ג).


מודה ועוזב ירוחם, אזא טריט פון שיקן א מנין אידן, מראשי המחנה של חסידי בעלזא, איבער צו בעטן במקום מנוחתם פון רבוה"ק, נישט בצנעה - נאר באופן גלוי כלפי די גאנצע וועלט, איז א מוירעידגע זאך, און לאמיר האפן, אז עס וועט זיך קענען עפענען א נייער בלעטל, און די היסטאריע.


תוקן על ידי גערעכט ב- 17/01/2012 10:08:20

SatmarBum » 17/1/2012 11:12

[בילד – נישט אפגעהיט]


זייער שיין ארויס געברענגט די היסטאריע דא איז א קאפי פונעם קול קורא

ווען ברך משה איז געווהן אין א"י האט געהייסען עס וועט זיין א שלום מיט די בעלזער 
אבער ר משה ארי פריינד גאב"ד ים האט נישט געלאזט נאר אויף תנאי אז די בעלזער 
וועט אינטער שרייבען א צעטל אז דאס וואס ער האט גערעדט אויף די רבי זי"ע איז 
געוועהן מעשה נערות. אבער די בעלזער האט זיך איינגעאקשענט אין נישט געוואלט
אינטער שרייבן איז די שלום פלענער בטול געווארען. 

אינטערסאנט אז אלע גדולים האבען אינער געשריבען קעגען די בעלזער אפילו 
הרה"ק מ'טאהש שליט"א אין די בעלזער האט שפעטער געשוקט א שליח פרגען
האט די טאהשער געענפערט אז ער האט נישט אינער געשריבען נאר מען האט
געניצט זיין נאמען אן רשות האט די בעלזער געהייסן בעטען פאר א כתב מחאה 
האט הרה"ק גענפערט ער זאגט זיינס ער איז נישט מחיוב מוחה צי זיין וואס 
יענער טיט אין זיין נאמען. אבער די אודווארי זצ"ל האט יא געגעבען א כתב אין
געהייסען עס באהאלטען ביז נאך זיין פטירה. ווער ווייסט וויפיל נאך רבנים חתימות
זענען געוועהן פאלטש אדער געצווינגען? 

דא איז א קאפי פון די כתב 

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21790
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקי123 » 17/1/2012 18:26

רבותי! ביטע געדענקט אז דער עיקר האט געליטן פון דעם בער דער הגה"ק בעל מנחת יצחק, יעדן טאג טאג, טאג טעגליך צו ס'איז געווען ערב יום הקדוש ווען דער רב דע מנחת יצחק האט געווארט אויף א טלפון פון זיין בן יחיד ר' בעריש ווייס שליט"א זיך צו ווינטשן א גוט יאר, האט ער געשיקט זיינע אינגאטשעס זאלן האלטן אין איין קאלן צו די נומבער פון דעם רב כדי עס זאל זיין די גאנצע צייט פארנומען די טלפון ליין. די זעלבע זאך ערב סוכות און ערב פסח, מיט א געפערליכע רשעות האט ער געשיקט זיינע טערוריסטן צו פיניגן דעם מנחת יצחק זצוק"ל, ס'איז נישט מעגליך צו מאכן שלום מיט דעם אגריפס'ער בער אנדעם וואס ער אליינס זאל גיין איבערבעטן.

לאנצוט » 17/1/2012 18:37

דער זעלבער הייליגער מנחת יצחק זי"ע האט גע'אסור'ט די בני יואל. מיט דעם זעלבן כח התורה.
דא לאכטסטו זיך אויס, און דא לאכט זיך א צווייטער אויס.

ברודער טייערער: תורה אחת לגר ולאזרח הארץ.

ויואמ_אמת » 17/1/2012 18:40

ווייסט איינער וואס איז דער ציהל פין סאטמארבאם? חוץ ארויפרוקען די צאל פין זיינע תגובות? (איך מיין נישט דוקא אים דעם אשכול)

IAMSMART » 17/1/2012 19:27

יא דער בעלזער שגץ האט זיך געלאזט איינבעטען אין געשיקט א דעלעגאציע איבער בעטען דעם רבין ז:ל ? וואט א דזשאק..ער וואלט זיך געדארפט אויף שטעלען בפני כל עם ועדה אין איבער בעטען דעם רבין ז:ל נישט שיקען דעלעגאציעס...זאגט נאר ארונימלך..
האט ער שוין צי געמכט זיין שחיטה? ניין
גייט ער נאך צים כותל? יא
גייט ער נאך צי די בחירת? יא
שיקט ער נאך זיינע יונגעלייט צי דינען אין מושטרה? יא
אבער דער עיקר איז אז ער האט געשיקט א דעלעגאציע....
אין דער עיקר איז אז אלע תילמידי וחסידי רבינו זענען שקצים
קואשי רב שגץ
ר/אברהם לייטנער שגץ
ר מאטעלע שגץ
ר/ יחזקאל ראטה שגץ
ר/ישראל חיים מנשה פרידמאן שגץ
ר/זלמן לייב פילף שגץ
ר/ שלמוה לייב וויינבערגער שגץ
אבער דער עיקר איז אז דער בעלזער שגץ איז א צדיק
איך קען מיך פשוט נישט איינהאלטען אין אויסשרייען מיטן גאנצען הארץ ברוך הוא אלק/שבראנו לכבודו והבדילנו...

IAMSMART » 17/1/2012 19:31

אמת'ע דיבורים אין קאנטראסט צו הוילע פראפאגאנדע!

אין די טעג שטעלט זיך ארויס אינטערסאנט בילד צווישען די צוויי סאטמארס בנוגע די מערכה קעגן ציונות.

‫‫ווי באקאנט דרייט זיך איבער דאס לאנד די לעצטע צוויי חדשים מיט א שרעקליכען רדיפת הדת אויף די ערליכע אידן אויף א שרעקליך פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און מען האלט אין איין הערן פון פרעמדע קרייזן, וואס סאטמאר איז בכלל נישט זייער טעיסט אז דער סאטמאר רב זי"ע (נישט דער בעל דברי יואל) איז געווען גערעכט, און געהאט א ווייטען בליק ווען ער האט געשריגען אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס א ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין א"י ה"י.

‫‫זונטאג פארטאגס - ווען דא איז געווען מוצש"ק - איז עס געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט ארעסטירט 6 אינגעלייט אין שפיץ פונעם משב"ק פון ירושלימער רב, הרה"ח ר' עמרם שפירא הי"ו. ווי נאר רבינו שליט"א האט דאס געהערט האט אים דאס זייער שטארק וויי געטאן און ער האט געשפירט אז ער מוז זיך ערגעץ לאזן הערן דאס ווייטאג פון די ערליכע אידן און ווייזן אז ער פילט מיט זייער ווייטאג און איז גרייט צו טאן און העלפן מיט וואס אימער צו זיך צוריק שלאגן מיט די ציונים ימ"ש.

‫‫בשעת מעשה איז פארגעקומען אן ענגע מסיבה פאר נגידים ביים רבי'ן אין שטוב אין ביהמ"ד ברך משה, וואס איז פארופען געווארן דורך דעם געטרייען משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א טאקע לטובת כולל יטב לב אין ארצינו הקדושה, דער מקום וואו עס האלטן זיך אויף די הייפעלע ערליכע אידן וואס ווערן נישט נאך געשלעפט נאכן ציוניסטישן שמעלץ טאפ, און ביי דעם געלעגענהייט האט זיך רבינו שליט"א אויסגערעדט וואס די ערליכע אידן מאכן מיט אין א"י אויף א שרעקליכן פארנעם, און ספעציעל איבער די שרעקליכע ידיעה וואס ער האט יעצט באקומען פון ירושלים איבער די ארעסט פון ר' עמרם. דער רבי האט קלאר געשטעלט אז מיר אידן דא אין אמעריקע וועלן נישט זיצען מיט פארלייגטע הענט נאר מיר מוזען איינלייגן וועלטן מיט אלעם וואס נאר מעגליך זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה.

‫‫די פאר אמת'ע אין שטארקע דיבורים האט רבינו שליט"א געזאגט מוצש"ק פאר א ענגער ציבור אין א קליין בית המדרש'ל אויף 550 בעדפארד עוו. אויפן זעלבן מקום ווי  דער אלטער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט לאזן הערן זיינע הייליגע דיבורים בשעתם, און די ווערטער פון רבינו שליט"א האט אפגעקלונגען אין די גאנצע וועלט, און אפילו אין אלע ציניסטישע צייטונגען, טעלעוויזיע און ראדיא אז דער סאטמאר רבי זאגט אז ער גייט נישט שווייגן אין גרייט זיך אויף א מאסן דעמאסטראציע אויסשרייען די וויי געשריי פון די ערליכע אידן. ( דאס איז שוין נאך דעם ווי די בעלזא - וואס לעבן גוט מיט די פרייע - האבן פארלייגט וועלטן אז מען זאל דערשטיקן דעם סאטמאר רבין'ס ווערטער, נאך וואס דער רבי האט שארך אראפגעריסן די פארלאפענע וואך ביים דינער אין קרית יואל זייער פאלטשע השקפה.)

‫‫אפגעזען אז עס האט געהאט א גרויסען השפעה אויף די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וואס האבן געפילט אז זיי צוען איבער דאס שטריקל, און דער ציניסטישער שופט האט ארויסגעלאזט ר' עמרם גענצליך פריי מכלומרשט אז עס איז נישט דא גענוג באווייז (כאילו עס איז זיי געווען אמאל א פראבלעם מיט באווייז...)

‫‫עכ"פ, דאס איז געשען אין די זעלבע צייט וועט 3 וואכן צוריק, ביום כ"א כסלו ווען ביידע סאטמאר'ס האבן געמאכט דעם יערליכען גרויסע צוזאמקום, און ביי די ארונים האט דער פירער זייערער דערקלערט פאר זיינע טויזענטער צוהערער (נאכן הערן וואס דער ברודער האט שוין געזאגט) "אז מען טאר נישט אראפרייסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא אזוי ווי די פרומע ציונים טוען".

‫‫גלייך דערנאך האט מען איינגעשפאנט די גאנצע מידיע מיט א פרעס ריליעס, אלעס כדי צו איבערצייגען פאר די קעלבער אז די וועלט שאקעלט זיך מיט זייער שטריק ווען אין פאקט איז נאך  אזא באמבע נייעס - ווי דער בלאט האט דאס אראפגעלייגט - האט מען פון קיין פרעזידענט נישט געהערט וואס ער זאגט דערצו, און אפילו פון די ציונים איז קיין ווארט נישט געהערט געווארן (אפילו ביי דעם באזוך פון דעם פרומען ציוני, און שטענדיגער מתגרה באומות, דוב הייקינד, יענע וואך אין זייער 13 הופפער צענטראל).

‫‫ווידעראמאל יעצט ביים ארעסטירן די 6 אידן הערט מען פון דעם ארוישע לאגער בלויז דעם ציוניסטישען קאלבישן סלאגאן אז די ארעסט איז וועגן כשרן געלט.... מען דארף נישט איינטיילן די פרייע.... געלע לאטעס איז צו משוגע.... וכדומה. מען זינגט דעם זעלבן ניגון ווי די משכילים פון בעלזא ודומיהן וואס שטאפן זיך אן מיט געלט פון די טריפה'נע מדינה. צו דער זעלבער צייט נופש'ט דער שטריק אין פאלם ספרינגס מיט א זעלטענעם רואיגקייט, אזוי וועט ער קענען גיין באזוכען דעם בעלזער מיטן קלויזנבורגער ווען ער וועט פארן שוואוילטאגן שבת שקלים אין ארץ ישראל, על אפם וחמתם פון זיין וויזניצער שוואגער ר' ישראל און חיים הערש מייזליש, און מ'וועט זאגן אז דאס איז דער רבי וואס שטעלט זיך נישט צו צו די קיצונים עפ"ל, און שטיצט נישט די "געלע לאטע" קנאים.

 

‫‫דא שטעלט זיך ארויס צום וויפילטן מאל ווער עס מיינט פראפאגאנדע אין ווער עס מיינט עס אמת'דיג!

 

-------------------------------------------------------3

דאס האט ערשיינט אין איינע פון די שרייב פלעצער אין ארץ ישראל

גרויס נייעס ווערט געמאלדען פון די צוויי חסידישע הויפען – די בעלזע הויף וואס שטייט בנשיאות אדמו"ר מבעלזע שליט"א ירושלים, און פון די סאטמערע הויף פון קרית יואל וואס איז בנשיאות דער אדמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א – דער שוואגער פון אדמו"ר מבעלזא:

נאך יאהרען וואס די צוויי חסידות סאטמאר און בעלזא זענען דערווייטערט כרחוק מזרח ממערב, איז דעקומען צו א דורכברויך צו א דערנעטערונג צווישען בעלזא און עכ"פ איין חלק פון סאטמאר די וואס זענען בנשיאות הרב ר' אהרן שליט"א פון קרית יואל, און ווי אלע זעהן פאהר וועלען זיך די צוויי שוואגערס אדמורים בקרוב צוזאם באגעגענען.

שוין א לאנגע צייט וואס די צוויי שוואגערס אדמורים ארבעטען צווישען זיך צו אויסארבעטען א שלום און ערמעגליכען צו א פגישה, וואס וועט דינען וואויל ביידע אינטערעסן. סיי פאר אדמו"ר מבעלזא וואס האט אויפגעשטעלט א הערליכע קעניגלעכע הויף אין ירושלים מיט מוסדות איבעראל און הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און אמעריקע קענעדע אנטווערפען לאנדאן און אויך אויסטראליע, און מיט דעם אלעם טוען די בעלזע ווירבלען נאר צווישען זיך און זיי זענען מער ווייניגער אויסגעשלאסען פון די גאנצע חרידישע חסידישע וועלט. און דאס איז אזוי דעווארען זייט ער האט יארען צוריק געפירט א פארביסענע קאמף אקעגען די עדה החרדית און געהאלטען דרשות אקעגען די פריעדיגע רבנים פון די עדה החרדית, און דער קלימאקס איז געווען א שטייענדיגע דרשה ווי אדמו"ר מבעלזא האט גערעט מיט א חוצפה אקעגען דעם הייליגען סאטמערע רבי זי"ע און אקעגען זיין ספר ויואל משה, בשעתו האבען הונדערטער פריעדיגע רבנים ארויס געגעבן זייער א שארפען בריעוו אקעגען דעם בעלזער רבי ווי זיי שרייבען אויף דעם בעלזער רבי "הרי הוא ככל מהרסי ומחריבי כרם ישראל" און ווי געזאגט איז זייט דעלמאס האט זיך בעלזא געבויט ביי זיך אליין אויסגעשלאסען פון די כלליותדיגע חרדישע וועלט.

אדמור מבעלזא האט שוין מערערע מאהל פרובירט צוריק דרייען און ווערען אנגענומען צוריק ביי דעם חרידשען המון, ער האט אפילו שוין אנגעבאטען פאר די עדה החרדית אז זיי וועלען מער נישט געבען קיין השגחות (וואס איז ממילא נישט צו מצליח) פאר א דערנענטערונג מיט די עדה החרדית, אבער ביז דערווייל האט זיך עס נישט איינגעגעבען.

אצינד אזוי ווי עס בלאזט אנדערע ווינטען אין די חלק סאטמערע הויף וואס ווערט געפירט פון דעם עלטערען זוהן ארמו"ר הרב ר' אהרן שליט"א, ווי ער פרובירט צו דערנענטערען  פארשידענע קרייזען וואס פלעגט זיין דערווייטערט אין סאטמאר, זיי האבען שוין דעם כ"א כסלו וואס איז דער גרעסטער צוזאמקום אין סאטמאר איז זייער גאסט רעדנער געווען איינער פון די אגודה לאגער וואס מוטיגט די בחירות, דאס איז א גרויסער דורכבראך אין סאטמאר. ווי אויך האט זיך שוין ארמו"ר מסאטמאר שליט"א (ר' אהרן) דאס לעצטע מאל ווען ער האט באזוכט אין לאנד, האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי אדמו"ר מקלויזענבוירג שליט"א, דאס איז אויך געהייסען א געוואגטע דארכבראך אין סאטמאר, עכ"פ דער סאטמערע רבי שליט"א פון מאנארא פירט זיין פאליטיק נאנט צו ווערען ציט די אלע וואס מען פלעגט אמאל צו דערווייטערען, און שוין א לאנגע צייט וואס ווערט אויסגעארבעט א פלאן ווי מען קען פארווישען די אמאליגע מחלוקה און ארבעטען צוזאמען פאר די טובה פון די צוויי גרויסע הויפען פון די צוויי שוואגערס אדמורים,

פאר א יאהר שוין האט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געשיקט צום ערשטען מאהל משלוח מנות פאר האדמו"ר מבעלז שליט"א, אזוי ארום רייף צו מאכען דעם סאטמערע באדען צו קענען מקבל זיין אזא דערהער פון שלום מיט די וואס פלעגען ווערען גערעכנט "מהרסים" אין די פארגאנענהייט, אין דער זעלבער צייט האט מען שוין פארהאנדעלט מיט בעלז אז די בעלזע קהלה זאל נוצען די סאטמערע קרית יואל שחיטה מהודרת וואס איז די פראכט און שטאלץ פון אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אצינד אז האבען די צוויי שוואגערס האדמורים שליט"א איינגעזעהן אז די צייט איז שוין רייף פאר דעם לעצטען טריט צו דעם אויסדעארבעטען שלום.

 

א דעלעגאציע וואס איז באשטאנען פון צען בעלזע דיינים און פני פון בעלז צוזאמען מיט דעם גבאי הרה"ח רבי שמעון וולף קליין, שליח פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויף צום ציון פון דעם סאטמערען רביים דער בעל דברי יואל ז"ל און דער בעל ברך משה ז"ל און געבעטן מחילה בשם האדמו"ר מבעלזא שליט"א ושלום על ישראל

 

בקרוב פארט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף ארץ ישראל און וועט באזוכען זיין שוואגער האדמו"ר מבעלז שליט"א

SIM89 » 17/1/2012 19:32

פארוואס זאל ער נישט גיין צום כותל? ער איז דאן א'תלמיד פון רביה"ק בעל 'דברי יואל' זיע"א, עפעס אמאל גלערענט ביי איהם? דער רבי האט דאס מחייב געווען ביי גאנץ כלל ישראל? אויב יא, איז פארוואס הגרי"מ דושינסקי מיט הגרי"י פישר זענען אלע יאהרן געגאנגן צום כותל?

צום בחירות גייט ער נישט!!! אזוי וואו זיין פעטער זצ"ל איז נישט געגאנגען, טראצדעם אז ער האט געחאתמעט אויף דעם "חובקדוש".

ויואמ_אמת » 17/1/2012 19:36

די רעדע איז בכלל נישט וועגן שלום מאכען מיט בעלזא
אייזיל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מוראדיג מוראדיג

מעט אור דוחה הרבה מן החושך

אך ווי גוט סאיז אז מען מאכט שלום ביי כלל ישראל

בשעת די סיקריקין אין פאגראמטשיקער אין ארץ ישראל מאכן א חילול ה' מסוף העולם ועד סופו זיצן אידן און פארהאנדלען וויאזוי צו מאכן שלום צווישן אידן

טאטע, קוק זיך צו וואספארא טייער און הייליג פאלק דו פארמאגסט און שיק שוין די גאולה שלימה במהרה!!!


איך ווייס נישט אויב די ביזט א בעלזא'ר אדער סתם א ציוני אדער אויפגעקלערט, קיינער רעדט נישט דא פין קיין שלום מיט בעלזא, זאת התורה לא תהא מוחלפת, די גאנצע רעדע דא איז וויבאלד דער בעלזא'ר האט שוין עטליכע מאל געשיקט שלוחים צו זיין שוואגער סאטמאר רבי'ן די לעצטע פאר יאר אז ער וויל זיך איבערבעטן מיט סאטמאר אין ער וויל זיך מיט אים טרעפן, אין די שטייפע אנטווארט פין סאטמאר רבי'ן איז אלס געווען אפי' ער איז מיין שוואגער קען איך נישט הערן דערפון בעפאר ער איז מפייס דעם פעטער מיטן טאטען ז''ל כדת וכהלכה, אין דאס האט זיך אזוי געשלעפט עטליכע יארען, אינדערצווישן האבען די בעלזא געלייגט גרויס דרוק ווייל עס איז זייער פארשענדליך אז דער בעלזער האט געהאלטן אז עס איז נישט לפי כבודו פאר אזא גרויסע מנהיג צו שיקן א מנין מפייס זיין ברבים (סאטמאר רבי האט כמעט געקענסלט איינס פין זיינע נסיעות קיין א''י די לעצטע יארען  ווען מ'האט אנגעהויבן צו לייגן לחץ וועגן דעם ענין), פאר עטליכע יאר צירוק האט ער געשיקט 2 דיינים צום ציון הק' אבער דער סאטמאר רבי האט עס נישט געוואלט אקצעפטירן וועגן עטליכע סיבות, אין יעצט איז עס ענדליך געשעהן ווען ער האט געשיקט די שענסטע דעלעגאציע פין זיינע מענטשן מיט א בריוו איבערצובעטן בשמו, אין לכבוד דעם וועט זיין שוואגער דער סאטמאר רבי זיך קענען מיט אים טרעפן, פינקט ווי זיין אנדערע שוואגער'ס, אבער בנוגע שלום, אין סאטמאר רעדט דא קיינער נישט פין קיין שלום, יעדער באגריסט טאקע אין סאטמאר די פיוס (פארוואס די זאלונים זענען דערקעגן ווייסט איין באשעפר) אבער יעדער ווייסט אז צו ווערן אנערקענט ביי שלומי אמוני ישראל איז נאך א לאנגע וועג, עס איז צו האפען אז המתחיל אומרים לו גמור אין בעלזא צירוק ווערן בעלזא פינדערהיים אין דאס וועט ברענגן די ריכטיגע שלום

תוקן על ידי ויואמ_אמת ב- 17/01/2012 19:48:15

לאנצוט » 17/1/2012 19:38

איך וויל פארשטיין איין זאך:

נאכדעם וואס דער בעלזער האט מפייס געווען כדת וכדין
וואס איז יעצט דער דיפערענץ צווישן דעם בעלזער רבי'ן און דעם בעלז-מאחנובקער רבי'ן?

וואלןסח » 17/1/2012 19:48

לאנצוט: לכאורה קיין שום חילוק נישט (אפשר א שטיקל לדברי א' אז דער בעלזער גייט נישט אליין צו די בחירות משא"כ מאחניווקע יא)

איי עמ סמארט, האסט שוין מער ווי איינמאל געוויזן ווי גוט דיין נאמען שטייט דיר בלשון סגי נהור

לאמיר דיר ענטפערן מיט איין ווארט
דער בעלזער מיט זיין דרשה פאר 30 יאר צוריק האט נישט געמאכט אזא חורבן פאר סאטמאר ווי די ליסטע וואס דו רעכנסט דארט אויס
זיי מעגן זיין תלמידים פון סאטמאר, כ'האב פאר דיר נייעס דער בעלזער אליין האט אויך געלערנט אין סאטמאר אין ארץ ישראל

לאנצוט » 17/1/2012 20:05

לדעתי:

מיט בעלז וועט זיין גענוי אזא שלום ווי ס'איז דא מיט "בעלז מאכנובקע". אדער אזא שלום ווי ס'איז פאראן צווישן סאטמאר און סלאנים אדער סאטמאר און גור.

איז דען דער ברך משה נישט געגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מגור?
איז נישט דער קלויזנבורגער נישט געגאנגען מנחם אבל זיין הרז"ל?

ווער עס האלט אנדערש איז מכובד צו זאגן פארוואס.

פשווארסק » 17/1/2012 20:10

דייני בעלזא מבקשים מחילה בקברי אדמו"רי בית סאטמר, שלב אחר שלב:

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

פשווארסק » 17/1/2012 20:13

Belz & Satmar; Peace Gestures

(Tuesday, January 17th, 2012)

After years of distancing from one another there are now signs of a possible peace-making effort between Satmar and Belze, chareidi media in Israel reports Baruch Hashem.

On Monday, 21 Teves 5772, Gabbai R’ Shimon Wolf Klein and ten dayanim from Belz communities worldwide visited the tziyun of the Admor Bal Divrei Yoel ZY”A of Satmar in Kiryas Yoel in Monroe, NY.

The gabbai asked mechila from the tzaddik in the name of the Belzer Rebbe Shlita. “We are the emissaries of Rabbeinu Yissacher Dov Ben Chana, who sent us to ask mechila on that which compromised your kovod”.

The Belze delegation than visit the tziyun of the admor Beirach Moshe of Satmar zt”l and recited the same nusach seeking mechila.

According to Chadrei Chareidim, the dayanim shlita included HaGaon HaRav Tuvia Wettenshtein, HaGaon HaRav Moshe Shimon Binata, Rav Asher Eckstein, Rav Sholom Pesach Langsheim, Rav Wolf Ber Lerner and Rav Mordechai Galitzky.

There is now speculation that when the Satmar Rebbe Shlita visits Eretz Yisrael next month, he and the Belzer Rebbe will meet. They are after all brothers-in-law.

The dispute was the result of a drasha given by the Belzer Rebbe on motzei Simchas Torah in 5740. The Belzer Rebbe has made numerous efforts to make shalom over recent years.

Recently, it was reported that the Satmar Rebbe stated, “When the Rebbe will send a minyan of rabbonim and dayanim to the kever of the Divrei Yoel to ask mechila, the peace process will get underway”.

(YWN – Israel Desk, Jerusalem)

לאנצוט » 17/1/2012 20:33

מה שם אמו, מרים או חנה?

פשווארסק » 17/1/2012 21:01

פשווארסק » 17/1/2012 21:03

יסטוריה: בדרך לפיוס בין בעלזא לסאטמר • חשיפה
פרסום ראשון • לאחר 32 שנות עוינות, שלח האדמו"ר מבעלזא את משמשו האישי ומניין דיינים לקבר ה'דברי יואל' מסאטמר • "אנחנו שליחים של יששכר דב בן מרים לבקש מחילה על שפגע בכבודכם" • מפגש פסגה בין הגיסים האדמו"רים צפוי בעוד כחודש • תמונות בלעדיות מ'בקשת המחילה' • הסיפור המלא
משה ויסברג, בחדרי חרדים 00:28 17/01/2012
[בילד – נישט אפגעהיט]
האדמו"רים מבעלזא וסאטמר לוחצים ידיים לפני שנים בשמחת בית ויז'ניץ. צילום: ארכיון   
 
[בילד – נישט אפגעהיט]  [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]108
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

היסטוריה בעולם החסידות: אחרי 32 שנות עויינות שחצתה קהילות ומשפחות, נפרצה הדרך לפיוס בין חסידות בעלזא לחסידות סאטמר ולמפגש פסגה בין שני הגיסים האדמו"רים. 

אתמול (ב') הגיע הגבאי של האדמו"ר מבעלזא, הרה"ח רבי שמעון וולף קליין, יחד עם 10 דיינים מחסידות בעלזא מרחבי העולם, לקברו של האדמו"ר בעל ה'דברי יואל' זצ"ל הטמון בבית הקברות של קרית יואל במונרו. 

חברי המשלחת נכנסו אל האוהל יחד עם שני אנשי חברה קדישא של סאטמאר - המשמש של קהילת סאטמר בקרית יואל הרב אברהם יהושע ווערצבערגער, ויו"ר חברא קדישא של סאטמר הרב יוסף ווייס. 

תחילה הדליקו נרות על ציון האדמו"ר בעל הדברי יואל מסאטמאר זצ"ל. הגבאי רבי שמעון קליין נגש לעמוד, וחברי המשלחת אמרו פרקי תהילים כנהוג. אחר-כך הוציא הגבאי מכתב מהאדמו"ר מבעלזא, ביקש מחילה מהנפטר בשם האדמו"ר - וכה אמר: "אנחנו שליחים של רבינו יששכר דוב בן מרים, ששלח אותנו לבקש סליחה ומחילה על מה שפגע בכבודכם". 

שני אנשי חברא קדישא ענו: "מחול לך - מחול לך" בקול. כל העומדים מסביב הפרישו צדקה לטובת נשמת האדמו"ר. 

לאחר מכן הגיעה המשלחת גם אל קברו של האדמו"ר בעל ה'ברך משה' מסאטמר זצ"ל. גם שם נאמר נוסח בקשת המחילה. 

רשימת הדיינים של בעלזא מרחבי העולם שהשתתפו בטקס המחילה הם: הרבנים הגאונים רבי טוביה וועטענשטיין, רבי משה שמעון בינעטה, רבי אשר עקשטיין, רבי שלום פסח לאנגסאם, רבי וואלף בער לערנער ורבי מרדכי גאליצקי, ועמם הרב גבריאל מענעצר, הרב יוסל לאנגסאם, הרב משה יוסל מאשקוביץ, והרב עזריאל העכט והגבאי הרב קליין. 

המחלוקת עתיקת-היומין בין שתי החצרות החלה בדרשתו המפורסמת של האדמו"ר מבעלזא במוצאי-שמחת תורה תש"מ, אז התנתק האדמו"ר, שהיה צעיר לימים, מ'העדה החרדית'. 

במהלך השנים ביקש האדמו"ר מבעלזא פעמים רבות לעשות שלום. במסגרת זאת, נערכו מאות פגישות ודיונים בין שליחים משתי החצרות, אולם עד כה ללא הצלחה. 

לאחרונה הציב האדמו"ר מסאטמר תנאי מפורש לשלום בין שתי החצרות: שהאדמו"ר מבעלזא ישלח מניין רבנים ודיינים לבקש מחילה, כפי שכתוב בשולחן ערוך, על קברם של האדמו"רים מסאטמאר זצ"ל. "אחרי שיבקקש את סליחתם ומחילתם, יחל תהליך שלום", אמר האדמו"ר. 

עתה, לאחר הצעד המכין הראשון, ייתכן וכבר בביקורו בחודש שבט של האדמו"ר מסאטמר בארץ-ישראל, יתקיים מפגש פסגה בין שני הגיסים - האדמו"רים, חתניו של האדמו"ר מויז'ניץ.

נוטראלער » 18/1/2012 03:15

איבערגעבטן דעם ברך משה ??? פארוואס???
וואס האט ער דען פערזענדליך זיך פארטשעפעט מיט'ן ברך משה, אויפ'ן רבי ז"ל האט ער פערזענדליך גערעדט, אבער דער ברך משה?

אויב וויל איבערבעטן יעדן ערליכן איד וואס איז געווארן געטשעפעט אדורך זיין דרשה, דאן דארף ער איבערבעטן די גאנצע חלקת הרבנים אויפן רעכטן זייט פונעם אהל.

בכלל איז אינטערסאנט לויט די בילדער אין די זייגער'ס אויפן בילד, קוקט אויס אז זיי זענען קודם געגאנגען צום ברך משה און ערשט דערנאך צום רבי'ן ז"ל
בלאט: 1 2